סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 542

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך לך לך »

אָז בְּקוֹל רַעַשׁ גָּדוֹל, אַדִּיר וְחָזָק מַשְׁמִיעִים קוֹל מִתְנַשְּׂאִים:

בשעת גלאָבאַל סאַטמאַר׳ס אויגן זענען געוואָנדן קיין קרית יואל און אירע צויבער-עררייכונגען, טוט ״מוסדות קרית יואל״ פּראָקלאַמירן גראַנדיעזער ״אדיר וחזק״ מיליאָנען-קאַמפּיין
unnamed.png
unnamed.png (500.32 KiB) געזען געווארן 1696 מאל
אין 2 שטורמישע טעג

דינסטאָג און מיטוואָך נצבים-וילך


צילט קרית יואל ומוסדותי׳ צו געבן מכה-בפּטיש׳דיגן שטויס-קראַפט צו קענען בעז״ה באַנייען און אָקופּירן מאַיעסטעטישע 100,000 סקווער-פיס


ריזן ״בית רחל בנין גאָלדבערגער״ קאָמפּלעקס

אויף קומענדיגע ראש חודש חשון
ת׳הא ש׳נת פ׳תיחת ה׳בנין הבעל״ט



כִּי חִזַ"ק בְּרִיחֵי שְׁעָרָיִךְ:

נייער פּרעכטיגער חינוך הטהור פּאַלאַץ דעיר עוז לנו רבתי עם!


חֲזַ״ק וֶאֱמָץ כִּי אַתָּה תַּנְחִיל:

גאַנצער בנין מבית ומבחוץ שפּיגלט שוין ב״ה מיטן שענסטן חן און פּראַכט, פאַרענדיגנדיג דרויסנדיגער מראה הבנין, אַריינטרעטנדיג אין די סאַמע לעצטע אינטעריאָר-פאַזעס, ווי ס'פּאסט זיך פאר איינס פון די גרעסטע און שענסטע בניני החינוך פון סאַטמאַר גלאָבאַל

חֲזַ״ק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ | וְאַדִּירֵ״י כׇּל חֶפְצִי בָם׃

סאַטמאַר׳ס הויפּט-שטאָט, אין ברען פון הרחבת גבולי הקדושה גאַלאָפּ, שפּאַנט פאַראייניגט מחיל אל חיל!

ממנו יתד וממנו פּינה, מחיל אל חיל, אדיר וחזק:

איינמאָל דער בנין ווערט גענצליך אויסגעצאָלט און באַנייעט, מאַרשירט מען בעז״ה פאָראויס צו 'זיבן' נייע בניני המוסדות!!


אין פאַקטישע אויפבוי פאַזעס:

1. בנין ישראל דוב אויף לאַרקין;

2. בנין ישיבה קטנה בנין יואל אין נחלת אברהם;

3. דריטע בנין ישיבה קטנה אין נחלת אברהם;


אין אָנגייענדע פּלענינג פאזעס:

4. ״פרישער בנין בית רחל״ אויף י.ד. גאלדבערגער דרייוו;

5. 6. 7. דריי ריזיגע בניני התלמוד תורה אויפ׳ן שטח החדש שע״י מוסדותינו הק' אין שכונת בלומינג גראָוו;


חֲזַ״ק וְנִתְחַזַּק בְּעַד עַמֵּנוּ וּבְעַד עָרֵי אֱלֹקֵינוּ!
unnamed.jpg
unnamed.jpg (212.17 KiB) געזען געווארן 1690 מאל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
קווינס תלמיד
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 7:30 pm
x 15

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קווינס תלמיד »

ביהמ'ד בית יעקב נחמי' - קרית יואל

בוי ארבעט אפדעיט ד' שופטים פ"ד
20240904_085442.jpg
20240904_085442.jpg (896.9 KiB) געזען געווארן 1600 מאל
20240904_081115.jpg
20240904_081115.jpg (550.96 KiB) געזען געווארן 1600 מאל
20240904_080732.jpg
20240904_080732.jpg (864.76 KiB) געזען געווארן 1600 מאל
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 696
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 884

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

די חתונה פון נכד רבינו בן הגה"צ אב"ד י"ם וועט פארקומען באולם עטרת אברהם אינמיטן די רענעוואציעס
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 696
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 884

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

און אנדערע נייעס וועט די עטרת אברהם זאלן איבערגעבויעט ווערן אויף א וועג עס זאל קענען דינען פאר א פראקטישע היכל השלחנות מיט הויעכע פארענטשעס אן קיין זוילען
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8398

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אנטשולדיגט פאר די אמעראצעס, וואס/וואו איז "נחלת אברהם"?
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

בית ישראל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:54 pm
x 93

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בית ישראל »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:00 pm אנטשולדיגט פאר די אמעראצעס, וואס/וואו איז "נחלת אברהם"?
די קרית הישיבות אין ניו ווינדסאר.
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 696
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 884

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

בית ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 2:16 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:00 pm אנטשולדיגט פאר די אמעראצעס, וואס/וואו איז "נחלת אברהם"?
די קרית הישיבות אין ניו ווינדסאר.
וואס איז די אדרעס?
בית ישראל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:54 pm
x 93

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בית ישראל »

נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 2:20 pm
בית ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 2:16 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:00 pm אנטשולדיגט פאר די אמעראצעס, וואס/וואו איז "נחלת אברהם"?
די קרית הישיבות אין ניו ווינדסאר.
וואס איז די אדרעס?
148Windsor Hwy
New Windsor, NY 12553
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 696
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 884

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

unnamed (49).jpg
unnamed (49).jpg (511.33 KiB) געזען געווארן 977 מאל
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 696
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 884

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

unnamed (50).jpg
unnamed (50).jpg (199.19 KiB) געזען געווארן 975 מאל
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 696
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 884

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

unnamed (51).jpg
unnamed (51).jpg (281.82 KiB) געזען געווארן 974 מאל
זילבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 5:00 pm
x 17

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך זילבער »

*רייכע ותבנהו באנקעט לטובת גמר בנין בית מדרשינו החדש והמפואר איילענד וויא*

אפגעראכטן געווארן ליל שישי פרשת עקב העעל''ט

בבית ידידינו הרבני הנגיד והנכבד מו''ה יואל בן ר' יחזקאל בראך הי''ו

מחשובי מתפללי ותומכי בית מדרשינו

ווי די ציבור איז אריבער אונטער שרייבן שטר שותפות אויף די גרעסערע נדבות וואס מען האט זיך אונטערגענומען פאר די קרן הבנין ביי כ''ק מרן רבינו שליט''א ובנו הגה''צ אב''ד ור''מ שליט''א ווי אויך איז אויפגעטריבן געווארן גרעסערע נדבות

אין די יעצטיגע טעג ארבעטן העפטיג די עסקנים אנצוקומען צום איבעריגן טייל ציבור וואס זענען נאכנישט אנגעשלאסן אינעם קרן הבנין אנצושליסן צו נעמען א חלק מען זאל קענען פארענדיגן בנין בית מדרשינו החדש והמפואר לשם ולתפארת
פיילס
IMG-20240908-WA0010.jpg
IMG-20240908-WA0010.jpg (247.9 KiB) געזען געווארן 813 מאל
IMG-20240908-WA0036.jpg
IMG-20240908-WA0036.jpg (238.94 KiB) געזען געווארן 813 מאל
IMG-20240908-WA0013.jpg
IMG-20240908-WA0013.jpg (296.64 KiB) געזען געווארן 813 מאל
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 616
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 964

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דעת קדשי »

ויהי בשמונים שנה ויתאספו רבבות אלפי ישראל!
שטייענדיג בלויז דריי אהאלב חדשים איידער די יום הגדול 'כ''א כסליו' תשפ''ה, די '80'טע יאר פונעם רבינ'ס הצלה,
ווערט באריכטעט איבער מאסיווע פלענער פון הנהלת מוסדותינו הק' אפצורעכטן די היי יעריגע מעמד הנשגב, (וואס געפאלט מוצש''ק) אויף א פרעצעדענטלאז גיגאנטישע פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, אין א מעגא אסטראנאמיש ריזיגע זאל צו קענען אקאמאדירן 'העכער 15,000 אנ''ש' צו פייערן די גרויסע טאג האי יומא דקא גרים, אין שפיץ פונעם מנהיג עדת ישורון רועה הנאמן הוד כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א,
און אין די זעלבע צייט איינפעדעמען די היסטארישע '50 מיליאן דאלאר' קאמפיין לטובת המוסדות,
די עסקנים קוקן יעצט איבער ריזיגע שטחים און גיגאנטישע סטאדיום'ס צו באשליסן די ריכטיגע ארט פאר אזא היסטארישע ערשטמאליגער מעמד אדיר.
הנה ימים באים בקורות ימי ממלכת סאטמאר!!!!!
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 201

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך Headquarters »

A.jpg
A.jpg (364.59 KiB) געזען געווארן 564 מאל
B.jpg
B.jpg (325.92 KiB) געזען געווארן 564 מאל
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
ירא השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 142

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך ירא השם »

*וַיְהִי שָׁם לְגוֹי גָּדוֹל עָצוּם וָרָב!*

*אַ דראַמאַטישע מעלדונג קלינגט אָפּ דעם היינטיגן דינסטאָג צווישן תלמידי וחסידי סאטמאר אלוועלטליך!*

*זיך גרייטנדיג צום היסטאָרישן ווענדפּונקט ״יובל השמונים״ מיום הצלת מרן רבינו הקדוש והטהור רשכבה״ג מסאטמאר זי״ע*, איז דורך די הנהלת מוסדות סאטמאר — די סאַמע גרעסטע מוסדות אימפּעריע על פּני תבל — *געשלאָסן געוואָרן א הסכם מיט'ן גיגאַנטישן ״באַרקלעיס צענטער״ אין ניו יאָרק סיטי, אָפּצורעכטן דעם היסטארישן "כינוס תלמידי וחסידי סאטמאר"*, ביום כ״א כסלו שנת תשפ״ה הבעל״ט.

בעצם היום הזה, *כ״א כסלו זונטאָג וישב נאָכמיטאָג*, וועט דער אומשאַצבאַרער לגיון של מלך שהעמיד אותו צדיק וקדוש אשר לא יספר מרוב כ״י, *״גאַנץ סאטמאר״ זיך פאַרזאַמלען תחת קורת גג אחד, להודות ולהלל על הנסים ועל הנפלאות*, און שעפּן חיזוק פאָרצוזעצן ווייטער אינעם הייליגן דרך און פאַרפעסטיגן די מוסדות הקדושים, למען עשה כיום הזה להחיות עם רב!

וחמישי״ם עלו! דאָס קומט אין דער זעלבער צייט ווען *מוסדות סאַטמאַר האָט פּראָקלאַמירט דעם פּרעצעדענטלאָזן ״חמישים מיליאָן״ קאַמפּיין לבצר עתיד מוסדותינו הק׳*, צו פינאַנצירן די מאַסיווע ווייטגרייכנדע הרחבת גבולי הקדושה פּראָיעקטן וועלכע פּראָגרעסירן אין אומגלויבליכער שנעלקייט און מאַכטפולער ריטעם, צו אַקאָמאָדירן דעם אומאויפהערליכן וואוקס פון תלמידים און תלמידות כ״י, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

*וַיְהִי בִשְׁמוֹנִים שָׁנָה לְצֵאת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל!*

*במקהלות רבוא רבבות וועט באותו מעמד קבל תבל ומלואה דעמאָנסטרירט ווערן דער אומברעכבאַרער נצחיות׳דיגער כח האמת וואָס דער צדיק הדורות האָט אויפגעבויעט, מיט 80 יאָר אָריגינעלע אידישקייט און חינוך הטהור למען עתיד הדורות על אדמת אמעריקע, ולאורו נסע ונלך עד ביאת הגואל!*

מיט'ן היסטארישן מעלדונג *וועלן זיך בעזהשי"ת די דינאַמישע עסקני בית סאטמאר תיכף ומיד נעמען צו די עבודה אויסצופּלאַנירן די פאַרצווייגטע לאָגיסטישע דעטאַלן פונעם כינוס חסידי סאַטמאַר האדיר*, וואָס וועט אי״ה אפּגעראכטן ווערן באגלייט פון פייערדיגע דרשות, פלאַמעדיגע ריקודין להודות ולהלל, און א גאר היסטאָרישן רייכן פּראגראם אָפּצושפּיגלען דעם היסטאָרישן מאָמענט בקורות ימי קיומינו על אדמת אמעריקע, *ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל ברינה יתפּאר שמך מלכינו ומלכינו בראשינו!*

*כ״א כסלו • גאנץ סאטמאר תחת קורת גג אחד • ברבבותינו בנערינו ובזקנינו • אין גיגאַנטישן באַרקלעיס צענטער!*

וְכָל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּרִנָּה יוֹדוּ וִיבָרְכוּ, וִישַׁבְּחוּ וִיפָאֲרוּ, וִירוֹמְמוּ וְיַעֲרִיצוּ, וְיַקְדִּישׁוּ וְיַמְלִיכוּ!

https://chat.whatsapp.com/F8hlke6J5QZIzGRxyYxuHB
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 201

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך Headquarters »

Screenshot 2024-09-11 094136.jpg
Screenshot 2024-09-11 094136.jpg (211.8 KiB) געזען געווארן 266 מאל
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
שרייב פאוסט