Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 28, 2024 2:46 pm
פריער האט מיר איינער געזאגט אז ער האט אריינגענומען די "מאמענט" אין שטוב. פשוט אלס בעל חסד. ווייל עס קומט פון א צובראכענע שטיב(ל)
595. גימפל קאלט בית הוראה, ושאלתו "איך בין דא אין קעמפ, מיין בעט איז די צווייטע שטאק פון די באנקבעט, מיין אונטערשטע שותף איז קראנק, און היות די שכינה איז מראשותיו של חולה וויל איך וויסן צו איך מעג שלאפן העכער אים, אפשר איז עס נישט בכבוד?, ענטפערט דער דיין, "כ'הער נישט, ווער איז קראנק...?"
איך האב געפרעגט איינעם ווי ער איז געשטאנען ווען ער האט געהערט אז די ערעפלאנען האבן אריינגעקראכט אין די טווין טאערס, זאגט ער מיר 'איך האב געהאלטן דעמאלטס שבת צופרי פאר די אייער'. איך עפן אויף אויף אים צוויי אויגן, 'וואס הייסט די מעשה איז דאך געשען דינסטאג' ענטפערט ער מיר 'יא, איך בין נאכנישט געווען געבוירן דעמאלטס, אייינמאל שבת צופרי האט מיך עס מיין טאטע פארציילט...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
בס"ד
די וואכעדיגע סדרה שטייט והייתם משוגע ממראה עניך אשר תראה
1. והייתם משוגע בהכרח הבטחה ואינו ציווי, משום היתר כרוך, אם מקיימו הריהו שוטה ופטור מכל המצוות וגם מן והייתם משוגע, הריהו נארמאל, הריהו מצווה בכל המצוות, גם והייתם משוגע, מקיימו הריהו שוטה וכו' – נמצא שאינו ציווי רק הבטחה – ולפ"ז י"ל מה שרש"י מפרש על הפסוק והיית אך שמח " לפי פשוטו אין זה לשון צווי אלא לשון הבטחה" דדוקא כאן צריך לפרש כן, משא"כ בוהייתם משוגע אינו צריך לבארו, משום שממילא יודעים זאת מחמת היתר כרוך הנ"ל...
2. נאך א היתר כרוך איז קארנפלעקס מיט מילעך...
3. אז מען רעדט פון מילעך
4. אין גראסערי: גימפל: די מילעך? אזוי טייער! עס קאסט די הויזן! גרונם: וואס מאכסטוך שווער דאס לעבן? קויף א קו און וועסט זיך שפארן מיליאנען!!! גימפל: א געוואלדיגע געדאנק! פשי! פארוואס איז מיך דאס נישט בייגעפאלן??? גרונם: נו! איך קען קאלן דעם קו סוחר? גימפל: אממ... איך מיין אז נישט... גרונם: פארוואס נישט?! גימפל: כ'האב מיך מתבונן געווען אז עס איז א ערנסטע שאלה! עס קען זיין א שטארקע איסור להלכה! גרונם: וועלכע הלכה? גימפל: אלס חרם דרבינו גרשום...
5. און שיכור'ן איז אסור משום חרם דרבינו גרשום...
6. ליטאים מתרעמים על חרם דרבינו גרשום – משום האשה ארבעט און ברענגט געלט – מיט נאך א ווייב וואלט געווען נאך א מקור פרנסה...(נשים)
7. ומי שהתרעם על חרם דרבינו גרשום – פארוואס איינס האט ער יא מתיר געווען... ולמה טאקע? להודיע טעם שאסר ב'...(נשים)
א) אז מען רעדט פון שתי נשים, בפרשת כי תצא: למה נסמכה פרשת שתי נשים לפרשת בן סורר ומורה? רש"י משיב "אם נשאה סופו להיות שונאה וכו' וסופו להוליד ממנה בן סורר ומורה" אבל לדרכינו יש לומר שכשם שבן סורר ומורה לא היה ולא נברא כן ה'אחת אהובה' לא היה ולא נברא...
איז דאך באקאנט די באקאנטע סתירה פון די מגילה, איין פלאץ שטייט וחמת המלך בערה, אין איין פלאץ שטייט וחמת המלך שככה, נאר עס שטייט גם ושתי המלכה עשתה משתי נשים...
און אז מען רעדט פון די שוויגער
8. שוויגער שרצתה לידע איזה איידעם געטריי לה, הלכה לנהר עם איידעם א', נפלה לנהר ואיידעמה היצילה, למחר קבל רייכע פרישטאג וקארטל מתחתיו "יישר כח פארן ראטעווען מיין לעבן אונטערגעשריבן: שוויגער, ממחרת עשתה כן באיידעמה השני, הלכה ליד הנהר, נפלה האיידעם הצילה למחר קבל רייכע פרישטאג וקארטל מתחתיו יישר כח פארן ראטעווען מיין לעבן – שוויגער, ביום ג' הלכה עם איידעמה השלישי, נפלה לנהר והוא הלך לו... ממחרת קבל רייכע פרישטאג וקארטל מתחתיו "יישר כח פארן ראטעווען מיין לעבן – שווער...
9. גרונם: דיין שוויגער איז נעכטן באפאלן געווארן דורך דריי שחורים אינפראנט פון דיין הויז און האסט גארנישט געטון!!! פארוואס??? גימפל: זיי האבן נישט געדארפט צוקומען צו מיין הילף...
10. פארוואס אדם הראשון האט געלעבט לאנג, ווייל ער האט נישט געהאט קיין שוויגער...
11. חתן! דו דארפסט אויסרוהמען איר משפחה מער ווי דיין אייגענע! דו דארפסט אויסרוהמען איר שווער אין שוויגער מער פון דיין אייגענע שווער און שוויגער...
12. אז מען רעדט פון קאמפלימענטן
13. מען דארף געבן א קאמפלימענט! אברך באקלאגט דרייפערטל יאר נאך די חתונה אז עס א גייט נישט אזוי גרינג שלום בית! – שאלו המדריך, האסט שוין געגעבן א קאמפלימענט? – יא! די ערשטע וואך האב איך איר קאמפלימענטירט אויף די סאפער! – און זייט דעמאלס האסטו נישט געגעבן קיין איין קאמפלימענט? – ווען זי וועט טוישן מעניו וועל איך קענען געבן נאכאיינס...
14. גימפל – לאשתו : דו מאכסט אזעלכע גוטע סאפערס! געלונגענע פרישטאג! די הויז איז אזוי צאמגערוימט! די וועש הערליך צאמגעלייגט! די פלאר שפיגלט! וכו', גימפלטע: הלואי ווען איך קען ווען זאגן די סארט קאמפלימענטן אויף דיר... גימפל: דו וואלסט אויך געקענט! ווען דו ביסט ווען אזא שקרן ווי מיר...
15. די פרויען האבן נישט קיין שכל! מיט איין גוט ווארט קען מען זיי אפקויפן... – און די מענער האבן נאך ווייניגער שכל! – ווייל זיי זאגן עס נישט...(נשים, קאמפלימענט)
16. דער בעל תפילה וואס דעם ומפני חטאינו איז געווען דעם פאטער'ס, אבער דעם ואין אנו יכולים איז געווען אייגנס... ער האט געדאווענט שחרית דעם שבת ביי אונז אין בית המדרש! כ'האב אים נאכן דאווענען קאמפלימענטירט!!! כ'האב מיך באזונדער באדאנקט אויף זיין שטילע שמונה עשרה...
17. מי שהלך לאינטערוויו להיות בעל תפילה, הלך להתפלל מוסף פארן עמוד, בא ביתה. גימפל'טע: ווי אזוי איז געווען? זיי נעמען דיר אן למעשה? גימפל: זיי האבן מיר נישט געזאגט אבער לכאורה האב איך עס געמאכט! גימפל'טע: פארוואס האלטסטו אזוי? גימפל: דער ערשטער סימן איז, אז בתחילת חזרת הש"ץ האט זיך דער עולם אונטערגעשמייכלט, דהיינו זיי האבן זיך געפרייעט, גימפלטע: און וואס נאך? גימפל: אינמיטן האט מען מיך אויפגעהויבן , פשטות ווייל נישט יעדער האט געהערט געהעריג , און מען האט מיך געפירט ביז אונטן פונעם בית המדרש אז די ווייבער זאלן אויך קענען הערן, טייל אירע האבן געשפיגן קעגן עין הרע, טייל האבן געווארפן האנטוכער אז איך זאל מיך קענען אפווישן, און זיי האבן נישט באצאלט ווייל זיי ווילן אז ער זאל צוריקקומען נעקסטע וואך...
18. מי שכבדוהו בתפילת יום כיפור משום להקל התענית, אז ער וועט אוועקנעמען דעם אפעטיט פון עסן... (למעשה בא ר"ה בקיטל על טענתם ענה אז היינט בלאזט ער...)
19. בעל תוקע בראש השנה שלא עלתה לו יפה, בא ביתה והזופ היתה הייס, אמר לו הווייב "קענסט נישט בלאזן?" -ענה "הייסט אז דו ביסט שוין אויך פון די חברה פון בית המדרש...
20. נו! אז מען רעדט פון ימים נוראים ווען מען איז ממליך דעם אייבערשטן, יעצט האנדלט זיך וועגן אויפנעמען א נייע מלך איבער אמעריקע, נעכטן איז געווען די צווייטע שיסעריי פארזוך אויף טראמפ, זאגט משה שווארטץ אז דער טראמפ איז א פאסיגע בדחן אויף שבע ברכות! ער האט שוין זוכה געווען צו די חמשה קולות (קוילן...)
21. זאל דער באשעפער העלפן אז דער חתן זאל האבן געלט ווי טראמפ, אטענשאן ווי טראמפ נישט נאר אין די שבע ברכות נאר עד זקנה ושיבה מיט אזא פרישקייט ווי טראמפ, ביז ווען מיר וועלן זוכה זיין צו הערן די טראמפייטערס פון די לוים אין בית המקדש השלישי בביאת משיח צדקינו בב"א
ר' אלימלך בידערמאן פון די אראבער האט היינט א ספעציעלע שיעור פון אלע סארטן השגחה פרטית,
פון אראבער וואס האבן געדארפט באקומען ביפער'ס און האבן צום סוף נישט באקומען......
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....