ווערטלעך

אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 12530

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 10:57 pm וואו שטייט די מימרא: האי דשמנאי מחברי כיון דאכלתי בשרא דתורא
אויפן פלאץ וואו ס'פלעגט אמאל זיין א קנעפל אויף מיין רעקל...

ובענין זה שנינו: המגדל כלב רע בביתו, מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 12530

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

זרח: פארוואס הייסט די מייקראסאפט פראגראם "ווינדאוס"?

ברוך: פון וואו דען קריכן אלע באגס אריין?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 12530

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נאך איבער קאמפיוטערס.

ווער געדענקט נאך ווען:

"מעמארי" איז געווען א זאך וואס מ'האט פארלוירן אויף די עלטער.

אן "אפליקעישאן" איז געווען זיך איינצושרייבן אין די מוסדות.

א "קיבאורד" האט געמיינט א פיאנע.

א "וועב" איז געווען די ספיידערס היים.

א "וויירוס" האט געמיינט די פלו.

א "הארד דרייוו" האט געמיינט פארן א ווייטע וועג.

א "מאוז פעד" איז געווען וואו די מייז האט געוואוינט.
מזל טוב
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 643
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 3:41 pm
Location: אויפן וועג צום חופה
x 1429

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך מזל טוב »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 12:50 pm נאך איבער קאמפיוטערס.

ווער געדענקט נאך ווען:

"מעמארי" איז געווען א זאך וואס מ'האט פארלוירן אויף די עלטער.

אן "אפליקעישאן" איז געווען זיך איינצושרייבן אין די מוסדות.

א "קיבאורד" האט געמיינט א פיאנע.

א "וועב" איז געווען די ספיידערס היים.

א "וויירוס" האט געמיינט די פלו.

א "הארד דרייוו" האט געמיינט פארן א ווייטע וועג.

א "מאוז פעד" איז געווען וואו די מייז האט געוואוינט.
:lol: :lol: :lol:
ניק איז אומאקטיוו

אפיציעלע לעצטע תגובה
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1818
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4123

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פריער האט מיר איינער געזאגט אז ער האט אריינגענומען די "מאמענט" אין שטוב. פשוט אלס בעל חסד. ווייל עס קומט פון א צובראכענע שטיב(ל)
מזל טוב
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 643
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 3:41 pm
Location: אויפן וועג צום חופה
x 1429

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך מזל טוב »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 2:46 pm פריער האט מיר איינער געזאגט אז ער האט אריינגענומען די "מאמענט" אין שטוב. פשוט אלס בעל חסד. ווייל עס קומט פון א צובראכענע שטיב(ל)
👍
ניק איז אומאקטיוו

אפיציעלע לעצטע תגובה
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5676

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

439. דר. נתן לו רק 2 חדשים לחייו, כעס והרגו, אסרוהו והשופט נתן לו 20 שנה...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5676

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

די וואך גייט דאך שופטים
יארמער רב איז אמאל געווען אין קאורט, און דער דשאדזש פרעגט אים האסט עס געטון? יא אדער ניין?
- דארפסט פארשטיין ראובן איז געקומען צו מיר...
- דו האסט עס געטון?
- דער שופט דארף פארשטיין איך בין געווען...
- ענטפער מיר! דו האסט עס געטון יא אדער ניין???
- נישט אלעס איז א יא אדער ניין!
- ביי מיר איז אלעס א יא אדער א ניין!
- אזוי? איך מעג פרעגן דעם שופט א פראגע?
- יא!
- איז אמת וואס די גאס שמועסט אז דער שופט האט לעצטנס געסטאפט צו נעמען שוחד? יא אדער ניין...!

586. כעין זה שאל הדאקטאר מהחולה – וואס ביסטו אזוי נערוועז? – ווייל עס איז מיין ערשטע אפעראציע אין מיין לעבן! – נו וואס? עס איז אויך מיין ערשטע אפעראציע אין לעבן...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5676

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1005. פאציענט: דאקטאר! ווי אפט שטארבט מען נאך אזא אפעראציע? – דאקטאר: איין מאל...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5676

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

בס"ד
די וואך גייט דאך שופטים
יארמער רב איז אמאל געווען אין קאורט, און דער דשאדזש פרעגט אים האסט עס געטון? יא אדער ניין?
- דארפסט פארשטיין ראובן איז געקומען צו מיר...
- דו האסט עס געטון?
- דער שופט דארף פארשטיין איך בין געווען...
- ענטפער מיר! דו האסט עס געטון יא אדער ניין???
- נישט אלעס איז א יא אדער ניין!
- ביי מיר איז אלעס א יא אדער א ניין!
- אזוי? איך מעג פרעגן דעם שופט א פראגע?
- יא!
- איז אמת וואס די גאס שמועסט אז דער שופט האט לעצטנס געסטאפט צו נעמען שוחד? יא אדער ניין...!
אז מען רעדט פון דשאדזשעס,

1. דר. נתן לו רק 2 חדשים לחייו, כעס והרגו, אסרוהו והשופט נתן לו 20 שנה...
2. כעין זה שאל הדאקטאר מהחולה – וואס ביסטו אזוי נערוועז? – ווייל עס איז מיין ערשטע אפעראציע אין מיין לעבן! – נו וואס? עס איז אויך מיין ערשטע אפעראציע אין לעבן...
3. פאציענט: דאקטאר! ווי אפט שטארבט מען נאך אזא אפעראציע? – דאקטאר: איין מאל...
4. און יענער וואס האט זיך געלייגט שלאפן אויפן פרידזשעדער, מען וועקט אים אויף וואס גייט פאר??? זאגט ער, איך ציטער פאר מיין לעבן, מען האט שוין געהערט אסאך מענטשן וואס האבן זיך געלייגט שלאפן און נישט אויפגעשטאנען פון בעט ל"ע, פון א פרידזשעדער האט מען נאכנישט געהערט אז מען זאל נישט אויפשטיין...
און אז מען רעדט פון אויפשטיין,

1. בחור: וואס איז דער פראבלעם אז איך קום שפעט? משגיח: געב א קוק, אז מען שטייט אויף שפעט בלייבסטו אויסגערוהט שפעט, בלייבט מען אויף ביז שפעט, גייסטו זיך דרייען מיט פארדארבענע חברים, גייסטו אפפארן פון אידישע וועג, נאכדעם גייסטו ווערן א בעל תשובה, גייסט דארפן טוהן א שידוך מיט א שווארצע גיורת, וועסטו האבן פון איר שווארצע קינדער, וואס פעלט דיר אויס דעם גאנצן עסק?....

5. א טרעילער האט אויפגע'בעק'ט אינמיטן א שטאק טונקעלע געסל, שרייט דער דרייווער צום שחור וואס האט אים געוויזן וואו צו פארן: עפן דיר דאס מויל, (נ"א געב א שמייכל!) איך זעה דיר נישט.

2. די געטרייע אשת חיל האלט אינמיטן צוגרייטן א פיינעם אייער שפייז פאר איר חשובע מאן,פלוצים שטורמט דער מאן אריין אין קאך, "גיב אכטונג, געב אכטונג, לייג צו א ביסל אויל, אוי באשעפער !, דו קאכסט צופיל אויף איינמאל, אוי געוואלד!!! יאג דיר צו, געב אכטונג ! דריי עס איבער, אבער יעצט !! געוואלד עס קען נאך צו ברענען...!!! פארגעס נישט צו לייגן זאלץ, אוי וויי !! נישט אזוי ווייניג...!! יוא !! רבונו של עולם !!! איך פאל צאם !!! נישט אזוי סאך..."?
דאס ווייבל קוקט אים אן מיט א מאדנע בליק "דו מיינסט טאקע אז איך דארף דיין הילף ? מיינסט אז איך מאך עס יעצט צום ערשטן מאל...?"
"בכלל נישט" ענפערט דער מאן רואיגערהייט, "איך האב נאר געוואלט זאלסט פארשטיין וואס דאס מיינט צו באקימען נאכנאנדיגע מעסעדזשעס און אזוי שפיר איך ווען איך דרייוו..."
"דו מיינסט טאקע אז איך דארף דיין הילף? מיינסט אז איך דרייוו יעצט צום ערשטן מאל ..."?
3. ומהאי טעמא אסור לבחור לדרייוון! – ווייל זיי האבן נישט דעם לייוו סעקיוריטי סענסאר...(בעק סיט דרייווער) ווייסט וואס איך מיין? פאר נישט אזוי שנעל! איינער קומט פון די רעכטע זייט! עס איז שוין רויט! – כ'מיין, ונשמרתם מאד לנפשותיכם...ואפשר משום כן נקראת עזר כנגדו – זי מיינט אז זי העלפט אבער למעשה איז עס א שטער, עס לאזט נישט קאנצעטרירן...

4. טאטע: יאנקעלע! איך בעק אריין ביז די טיר זאג מיר ווען דו זעהסט אז איך קראך אריין" – בעק בעק בעק פלוצלינג א הילכיגע קראך!!! און יאנקעלע קומט צו און זאגט "עס איז געווען 6:53....

1. בן 77 למד עם בן 76 דרייוון, נסעו והראה לו, זה הברעיקס, זה השיפטער, זה סטאפ סיין, זה רויט לייט וכו', כשהיו פארטיפט, פתאום קראך בבוים, שאל לו "ומה זאת?" – "זה עקסידענט"...סיפרתי זאת פאריגע וואך אויף א שבע ברכות און הוי האט עס געקראכט! – נישט די קאר, די דזשאוק...
2. א קלויזנבארגער איד דארציילט מיר (איך בין א סאטמארער חסיד) א מופת פון זיין רבין זאגט ער ער מיר אז ער איז איינמאל געפארן אויפן וועג אין ער האט אנגעצינדן א תורה טעיפ פון זיין רבין און אינמיטן דרייוון האט ער איינגעדרימלט און פליצלינג הערט ער א סיירין (לעזלאט בלע"ז) און ער געט זיך א כאפ אויף אין ער זעט זיך כמעט אין א בוים נאך א מזל דעם סיירין ווען נישט וואלט ער געטאטלט דעם קאר, -זאג ער- אז דער מופת איז אז דער סיירין איז אינעם טעיפ און בזכות זיין רבי איז ער געראטעוועט געווארן!!זאג איך אים די נאר איינער! עס איז מיין מופת! איך בין געווען דער וואס האט גערופן פייערלעשער
3. פאליס ששמר 5 שעה ולא עלתה בידו כלום, ראה קאר ועליו צעטל: "פאר סעיל" צלצל הנאמבער הלה אויפגעהויבן ואמר פול אין די זייט פארן רעדן אויפן פאון....
4. מי שנכנס לשאפינג מאול ואשתו נכנסת לסטאר וק"ק בידה, הוא כבר בקאר ובאת ומינק קאוט בידה ומענה בפיה שמצאה מציאה קאוט שוה 1500 קנתה על סעיל ל800 והראה רעסיט! – פשיהא, למחרת חזר למאול נכנס לסטאר וביקש לקנות קיבאורד גדול שוה 1000 שאל הסוחר אם יכול לכתוב רעסיט על 500 אויב זיי טוען עס? ענה אוודאי! נעכטן איז דא געווען א פרוי און אונז האבן עס געטון פאר איר...(נשים, ביזנעס)
5. גרונם: אינטערעסאנט... מיין ווייב זאגט מיר אז זי האט גע'חלומ'ט די נאכט אז איך בין אן עושר...
גימפל: דאס איז נאך א האלבע צרה, ביי מיר איז אסאך ערגער...!
גרונם: וואס הייסט?
גימפל: מיין ווייב חלומ'ט בייטאג...
5. שדכן ר"ת שקר דובר כסף נוטל, זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער שקר זאל אנהאלטן, דו זאלסט איר ווייטער פאפן און זי דיר, אז מען ווערט געוואר דעם ביטערן אמת איז עק וועלט... זאלן ענק זיך פאפן א גאנץ לעבן, עס זאל זיין א שקר של קימא, דורות ישרים ומבורכים וכו'
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5676

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

כ'האב דאס געשיקט אויף א היינטיגע ישמח לב קאלל
אז עס וועט אויסקומען אפטער האף איך צו זיין מער מסודר בס"ד
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 376
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 918

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך יוחנן כהן »

@להגדיל הטראסק 👍👍
אמת'ע געשיכטע! אפגעהאקט פון מיין גוטע חבר!

איפה @מיילעך פריילעך ??--- א רגע... ער'יז געהעריג דא!!
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 376
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 918

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך יוחנן כהן »

דעי יאר קומט פונקט אויס גוט אז א' סליחות געפאלט אויף א זינטאג.
אמת'ע געשיכטע! אפגעהאקט פון מיין גוטע חבר!

איפה @מיילעך פריילעך ??--- א רגע... ער'יז געהעריג דא!!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5676

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

595. גימפל קאלט בית הוראה, ושאלתו "איך בין דא אין קעמפ, מיין בעט איז די צווייטע שטאק פון די באנקבעט, מיין אונטערשטע שותף איז קראנק, און היות די שכינה איז מראשותיו של חולה וויל איך וויסן צו איך מעג שלאפן העכער אים, אפשר איז עס נישט בכבוד?, ענטפערט דער דיין, "כ'הער נישט, ווער איז קראנק...?"

קרעדיט: משה שווארטץ
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5676

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

4. א באליבטער מלמד געווען, נאך צוויי וואכן אין זמן האט ער געזאגט אז צוליב וואס די כיתות דארפן זיין אייניג דארפן צוויי קינדער ארויסגיין פון כיתה צו די אנדערע כיתה, ווער עס וויל זאל זיך מתנדב זיין, קיינער האט נישט געוואלט אויך נישט נאך פילע הפצרות, האט ער געזאגט אז מען וועט מוזן מאכן גורל, נאכן גורל האט ער געזאגט אז עס איז נישט עכט, נאר ער האט זיי געוואלט געבן צו שפירן דעם נסיון פון לך לך מארצך – א צווייטער מלמד האט פרובירט אים צו נאכמאכן, עס האט זיך אבער פארפלאנטערט ווען ביים אויספירן "ווער וויל זיך מתנדב זיין צו גיין צו א צווייטע כיתה?" און אלע קינדער האבן געשריגן "איך!"

קרעדיט: הרב אברהם מרדכי מלאך
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5676

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

596. גימפל: איך האב היינט געהאט א גאר פרייליכער ציבור ביי מיין מנין!
גרונם: וואס הייסט?
גימפל: קיינער האט נישט געוואלט בלאזן...!

קרעדיט: משה שווארטץ
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 908
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1838

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך דעת קדשי »

איך האב געפרעגט איינעם ווי ער איז געשטאנען ווען ער האט געהערט אז די ערעפלאנען האבן אריינגעקראכט אין די טווין טאערס, זאגט ער מיר 'איך האב געהאלטן דעמאלטס שבת צופרי פאר די אייער'. איך עפן אויף אויף אים צוויי אויגן, 'וואס הייסט די מעשה איז דאך געשען דינסטאג' ענטפערט ער מיר 'יא, איך בין נאכנישט געווען געבוירן דעמאלטס, אייינמאל שבת צופרי האט מיך עס מיין טאטע פארציילט...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5676

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

בס"ד
די וואכעדיגע סדרה שטייט והייתם משוגע ממראה עניך אשר תראה
1. והייתם משוגע בהכרח הבטחה ואינו ציווי, משום היתר כרוך, אם מקיימו הריהו שוטה ופטור מכל המצוות וגם מן והייתם משוגע, הריהו נארמאל, הריהו מצווה בכל המצוות, גם והייתם משוגע, מקיימו הריהו שוטה וכו' – נמצא שאינו ציווי רק הבטחה – ולפ"ז י"ל מה שרש"י מפרש על הפסוק והיית אך שמח " לפי פשוטו אין זה לשון צווי אלא לשון הבטחה" דדוקא כאן צריך לפרש כן, משא"כ בוהייתם משוגע אינו צריך לבארו, משום שממילא יודעים זאת מחמת היתר כרוך הנ"ל...
2. נאך א היתר כרוך איז קארנפלעקס מיט מילעך...
3. אז מען רעדט פון מילעך
4. אין גראסערי: גימפל: די מילעך? אזוי טייער! עס קאסט די הויזן! גרונם: וואס מאכסטוך שווער דאס לעבן? קויף א קו און וועסט זיך שפארן מיליאנען!!! גימפל: א געוואלדיגע געדאנק! פשי! פארוואס איז מיך דאס נישט בייגעפאלן??? גרונם: נו! איך קען קאלן דעם קו סוחר? גימפל: אממ... איך מיין אז נישט... גרונם: פארוואס נישט?! גימפל: כ'האב מיך מתבונן געווען אז עס איז א ערנסטע שאלה! עס קען זיין א שטארקע איסור להלכה! גרונם: וועלכע הלכה? גימפל: אלס חרם דרבינו גרשום...
5. און שיכור'ן איז אסור משום חרם דרבינו גרשום...
6. ליטאים מתרעמים על חרם דרבינו גרשום – משום האשה ארבעט און ברענגט געלט – מיט נאך א ווייב וואלט געווען נאך א מקור פרנסה...(נשים)
7. ומי שהתרעם על חרם דרבינו גרשום – פארוואס איינס האט ער יא מתיר געווען... ולמה טאקע? להודיע טעם שאסר ב'...(נשים)
א) אז מען רעדט פון שתי נשים, בפרשת כי תצא: למה נסמכה פרשת שתי נשים לפרשת בן סורר ומורה? רש"י משיב "אם נשאה סופו להיות שונאה וכו' וסופו להוליד ממנה בן סורר ומורה" אבל לדרכינו יש לומר שכשם שבן סורר ומורה לא היה ולא נברא כן ה'אחת אהובה' לא היה ולא נברא...
איז דאך באקאנט די באקאנטע סתירה פון די מגילה, איין פלאץ שטייט וחמת המלך בערה, אין איין פלאץ שטייט וחמת המלך שככה, נאר עס שטייט גם ושתי המלכה עשתה משתי נשים...

און אז מען רעדט פון די שוויגער
8. שוויגער שרצתה לידע איזה איידעם געטריי לה, הלכה לנהר עם איידעם א', נפלה לנהר ואיידעמה היצילה, למחר קבל רייכע פרישטאג וקארטל מתחתיו "יישר כח פארן ראטעווען מיין לעבן אונטערגעשריבן: שוויגער, ממחרת עשתה כן באיידעמה השני, הלכה ליד הנהר, נפלה האיידעם הצילה למחר קבל רייכע פרישטאג וקארטל מתחתיו יישר כח פארן ראטעווען מיין לעבן – שוויגער, ביום ג' הלכה עם איידעמה השלישי, נפלה לנהר והוא הלך לו... ממחרת קבל רייכע פרישטאג וקארטל מתחתיו "יישר כח פארן ראטעווען מיין לעבן – שווער...
9. גרונם: דיין שוויגער איז נעכטן באפאלן געווארן דורך דריי שחורים אינפראנט פון דיין הויז און האסט גארנישט געטון!!! פארוואס??? גימפל: זיי האבן נישט געדארפט צוקומען צו מיין הילף...
10. פארוואס אדם הראשון האט געלעבט לאנג, ווייל ער האט נישט געהאט קיין שוויגער...
11. חתן! דו דארפסט אויסרוהמען איר משפחה מער ווי דיין אייגענע! דו דארפסט אויסרוהמען איר שווער אין שוויגער מער פון דיין אייגענע שווער און שוויגער...
12. אז מען רעדט פון קאמפלימענטן
13. מען דארף געבן א קאמפלימענט! אברך באקלאגט דרייפערטל יאר נאך די חתונה אז עס א גייט נישט אזוי גרינג שלום בית! – שאלו המדריך, האסט שוין געגעבן א קאמפלימענט? – יא! די ערשטע וואך האב איך איר קאמפלימענטירט אויף די סאפער! – און זייט דעמאלס האסטו נישט געגעבן קיין איין קאמפלימענט? – ווען זי וועט טוישן מעניו וועל איך קענען געבן נאכאיינס...
14. גימפל – לאשתו : דו מאכסט אזעלכע גוטע סאפערס! געלונגענע פרישטאג! די הויז איז אזוי צאמגערוימט! די וועש הערליך צאמגעלייגט! די פלאר שפיגלט! וכו', גימפלטע: הלואי ווען איך קען ווען זאגן די סארט קאמפלימענטן אויף דיר... גימפל: דו וואלסט אויך געקענט! ווען דו ביסט ווען אזא שקרן ווי מיר...
15. די פרויען האבן נישט קיין שכל! מיט איין גוט ווארט קען מען זיי אפקויפן... – און די מענער האבן נאך ווייניגער שכל! – ווייל זיי זאגן עס נישט...(נשים, קאמפלימענט)
16. דער בעל תפילה וואס דעם ומפני חטאינו איז געווען דעם פאטער'ס, אבער דעם ואין אנו יכולים איז געווען אייגנס... ער האט געדאווענט שחרית דעם שבת ביי אונז אין בית המדרש! כ'האב אים נאכן דאווענען קאמפלימענטירט!!! כ'האב מיך באזונדער באדאנקט אויף זיין שטילע שמונה עשרה...
17. מי שהלך לאינטערוויו להיות בעל תפילה, הלך להתפלל מוסף פארן עמוד, בא ביתה. גימפל'טע: ווי אזוי איז געווען? זיי נעמען דיר אן למעשה? גימפל: זיי האבן מיר נישט געזאגט אבער לכאורה האב איך עס געמאכט! גימפל'טע: פארוואס האלטסטו אזוי? גימפל: דער ערשטער סימן איז, אז בתחילת חזרת הש"ץ האט זיך דער עולם אונטערגעשמייכלט, דהיינו זיי האבן זיך געפרייעט, גימפלטע: און וואס נאך? גימפל: אינמיטן האט מען מיך אויפגעהויבן , פשטות ווייל נישט יעדער האט געהערט געהעריג , און מען האט מיך געפירט ביז אונטן פונעם בית המדרש אז די ווייבער זאלן אויך קענען הערן, טייל אירע האבן געשפיגן קעגן עין הרע, טייל האבן געווארפן האנטוכער אז איך זאל מיך קענען אפווישן, און זיי האבן נישט באצאלט ווייל זיי ווילן אז ער זאל צוריקקומען נעקסטע וואך...
18. מי שכבדוהו בתפילת יום כיפור משום להקל התענית, אז ער וועט אוועקנעמען דעם אפעטיט פון עסן... (למעשה בא ר"ה בקיטל על טענתם ענה אז היינט בלאזט ער...)
19. בעל תוקע בראש השנה שלא עלתה לו יפה, בא ביתה והזופ היתה הייס, אמר לו הווייב "קענסט נישט בלאזן?" -ענה "הייסט אז דו ביסט שוין אויך פון די חברה פון בית המדרש...
20. נו! אז מען רעדט פון ימים נוראים ווען מען איז ממליך דעם אייבערשטן, יעצט האנדלט זיך וועגן אויפנעמען א נייע מלך איבער אמעריקע, נעכטן איז געווען די צווייטע שיסעריי פארזוך אויף טראמפ, זאגט משה שווארטץ אז דער טראמפ איז א פאסיגע בדחן אויף שבע ברכות! ער האט שוין זוכה געווען צו די חמשה קולות (קוילן...)
21. זאל דער באשעפער העלפן אז דער חתן זאל האבן געלט ווי טראמפ, אטענשאן ווי טראמפ נישט נאר אין די שבע ברכות נאר עד זקנה ושיבה מיט אזא פרישקייט ווי טראמפ, ביז ווען מיר וועלן זוכה זיין צו הערן די טראמפייטערס פון די לוים אין בית המקדש השלישי בביאת משיח צדקינו בב"א
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5676

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

כ'האב יעצט ווייניג צייט
אבער לויטן פארלאנג וועל איך מוזן זיך נעמען אין די האנט אריין אז עס זאל מיר נישט נעמען אזוי לאנג
אסאך ווערטלעך ווערן געשריבן און עדיטעט בשעתן שרייבן אויף למעשה
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 12530

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

גוט!

די ווערטל פון שיכורן האבעך נישט געכאפט. עפעס ראונג מיט מיר?
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5676

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:36 pm גוט!

די ווערטל פון שיכורן האבעך נישט געכאפט. עפעס ראונג מיט מיר?
ווייל ווען מען קומט אהיים זעהט מען צוויי...
דאס גייט אינאיינעם מיט
יענער וואס כ'האב אים געזען אין בית המדרש א סאוערדאו, כ'האב אים געפרעגט, למה פניך זועפים? פארטרויעט ער מיר אז זיין שלום בית איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין... עטפער איך אים, מאך א לחיים, וועסט ווערן גוטמוטיג און אלעס וועט זיין אקעי! די נעקסטע טאג, די שכינתא בגלותא אויף זיין פנים... איך פרעג אים האסט נישט געפאלגט מיין עצה? ענטפערט ער יא! אבער די פראבלעם האט זיך געדאפעלט...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 908
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1838

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך דעת קדשי »

וועלכע איד האט די ערשטע גערעדט פון טראמפ???

ר'יקתואל הערש ווערצבערגער ע''ה יעדע וואך אין ראדני ביים אנהייבן קל אדון....טראמפ טאראא ראאם...

קרעדיט יואל ברייער
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1818
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4123

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

דעת קדשי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 10:53 pm וועלכע איד האט די ערשטע גערעדט פון טראמפ???

ר'יקתואל הערש ווערצבערגער ע''ה יעדע וואך אין ראדני ביים אנהייבן קל אדון....טראמפ טאראא ראאם...

קרעדיט יואל ברייער
אוי איז דאס פיין
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 908
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1838

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך דעת קדשי »

ר' אלימלך בידערמאן פון די אראבער האט היינט א ספעציעלע שיעור פון אלע סארטן השגחה פרטית,
פון אראבער וואס האבן געדארפט באקומען ביפער'ס און האבן צום סוף נישט באקומען......
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
שרייב פאוסט