אלעס ארום ברסלב

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
נישט קיין בהלה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 169

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

שוין גראדע געברענגט אויבן עטליכע מקורות פון ספר שבחו של צדיק, אז סאטמאר רב מיט אלע צדיקים זענען געווען הייסע ברעסלאווער (נאר פאר די אייגענע חסידים האבן זיי נישט אויסגעזאגט).

אבער איך וועל נישט זיין קיין כופר אויב איך וועל נישט גלייבן די אלע מעשיות. (גראדע איז דא גענוג מעשיות פארקערט, נאר נישט אלעס שרייבט מען אראפ כמובן)
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1280
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2104

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 6:09 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 5:58 pm @נקודות טובות

איר האט שוין געהערט די הגדרה,?

ספה"ק נועם אלימלך איז א ספר לצדיקים,
ספה"ק בעל התניא איז א ספר לבינונים,
ספה"ק ליקוטי מוהר"ן איז א ספר לרשעים.
כ'האף אז איר ווייסט אז דאס איז א ווערטל... מערסטענס א מליצה.
► Show Spoiler
בכלל נישט קיין ווערטעל.
טראכט גראד
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:48 pm
x 38

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טראכט גראד »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:26 am
טראכט גראד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:55 pm און די אלע זאכן איז א גרויס חלק פארוואס מען טרויערט און די 9 טעג און תשעה באב אויף העלמת אור הצדיק וואס קען מחזיר בתשובה זיין אזוי סאך מענטשן און מחזק זיין יודן און די אלע זאכן טוט ליידער אפהאלטן...
כווייס נישט עכט וואס מיינט העלמת אור הצדיק וכ”ש איר שייכות צו די 9 טעג. אבער דא ברענגט עמיצער פון שיח שרפי קודש בשם הצדיק רל”י בענדער זצ”ל אז דאס איז גאר די גאנצע טעם פון וויינען אין תשעה באב...
כווייס נישט, מיך האט מען אויסגעלערנט אז תשעה באב וויינט מען אויפן חורבן הבית, גלות ישראל ברוחניות ובגשמיות און די צער וואס קוב”ה האט כביכול דערפון.

דא ברענגט ער אבער אז די ”עיקר” קלאגן איז אויף די העלמת אור הצדיק

Screenshot_20240812-112400_WhatsApp.jpg

זאת נחמתי אז רב שיק ז”ל אליינס זאגט אז דעם ספר קען מען אויכעט נישט מקבל זיין דאס וואס שטימט נישט אזוי געהעריג.

https://breslevcity.co.il/%D7%A9%D7%95% ... 7%91_2278/
ס'איז זייער פשוט, פארוואס וויינט מען ? אויף א הויז וואס איז חרוב געווארן ? מען וויינט אויף די חורבן פון כלל ישראל, און די היינטיגע דור. וויפיל יודען זענען ליידער ווייט פון יודישקייט, וויפיל מענטשן זענען חרוב ונחרב, צובראכן און צושאסן, ברוחנחות ובגשמיות...

און ס'איז דא א צדיק וואס מען זעהט בחוש, ווי ער איז מחזיר בתשובה מענטשן, אן א צאל טאג טעגליך...

מחזק צובראכנע מענטשן אויף א פרצעדענטלאזע פארנעם, און הייבט אן זייער לעבן פון דאסניי, און אויף אים קריגט מען.... און אויף אים לאזט מען שרייבן וואס מען וויל.....

וויפיל יודען וואלטען געקענט האבן א בעסערע לעבן, וויפיל מענטשן וואלטן געקענט האבן א בעסערע עתיד, אויף די וועלט און אויף יענע וועלט...

און די אלע מחלוקת און זיי מרחק מען נעמט זיי צו זייער האפענוג, און דאס איז א חורבן איום ונורא, און א גרויס חלק וואס מען וויינט, וויינט מען אויף דעם...

ווער ס'פארשטייט די יעצטיגע מצב אויפן וועלט, וויינט און וויינט און וויינט, די גאנצע וועלט איז חרוב טערפיסטן זענען אנגעפאקט זייער סקעדזשול, פילען גיסן זיך ווי וואסער,

און ס'איז דא א צדיק וואס טויזענטער מענטשן זענען עדות, צו וואס ער האט געטוהן מיט זיי, געטוישט זייער לעבן צום גוטן ברוחניות ובגשמיות און אויף אים קריגט מען ????

מ'דארף געדענקן קיינער וויל נישט קיין שלעכטס מיטן שרייבן דא, אבער מען דארף זיך שטילערהייט איבערקלערן איז דאס די רצון השם.... אבער נאר מיט א אמת....
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1280
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2104

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:59 pm שוין גראדע געברענגט אויבן עטליכע מקורות פון ספר שבחו של צדיק, אז סאטמאר רב מיט אלע צדיקים זענען געווען הייסע ברעסלאווער (נאר פאר די אייגענע חסידים האבן זיי נישט אויסגעזאגט).

אבער איך וועל נישט זיין קיין כופר אויב איך וועל נישט גלייבן די אלע מעשיות. (גראדע איז דא גענוג מעשיות פארקערט, נאר נישט אלעס שרייבט מען אראפ כמובן)
כ’ווייס נישט וואס די ביזט, אבער דיין פאוסט זאגט עס אביסעל.
פיילס
Screenshot_20240812_150906_Chrome.jpg
Screenshot_20240812_150906_Chrome.jpg (329.4 KiB) געזען געווארן 519 מאל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1657
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4041

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך נקודות טובות »

עטליכע הערות איבער עטליכע תגובות דא. איך גיי נישט ציטירן גאנצע תגובות, אבער די פוינטס יא.

קודם כל א שטיקעל הקדמה.
זייט פרייטאג נאכמיטאג האבן מיר זיך נישט געקענט שויער'ן, און איר דארפט פארשטיין אז די בגדים קלעבן שוין צום גוף, דאס קאפ קראצט, די פאות מאכט שוין שוין נישט, און דאס קנאבעל אין בארד ציעט שוין געפערליך...

בקיצור הדברים, פיזור הנפש און אומבאקוועמליכקייט איז דא גענוג, און עס איז נישט נויטיג אז מען זאל מוסיף זיין נאך. ביטע ביטע, געבט ריספעקט פאר א צווייטען און בעפאר איר ענטפערט פראבירט כאטש געבן א מינוט מחשבה צו פארשטיין וואס יענער שרייבט, און הערשט דערנאך זייט מגיב. עס איז נישט קיין ענין צו ארויפטאנצען אויף די ווערטער וואס איינער שרייבט, און אים תיכף אפענטפערן מיט א תשובה. עס געשעהט גארנישט אויב מען ענטפערט נישט אויפן מינוט, נאר אנשטאט לייגט מען אריין אביסעלע מער מחשבה. מיט'ן שרייבן פאוסטס אן דעם וואס מען זאל גרונטלעך דורך ליינען דעם וועמען מען ציטירט, נערווירט מען סיי יענעם און סיי די אנדערע ליינער. אויב שפירט סיי ווער אז די נושא איז אזוי פשוט אז עס פארלאנגט בכלל נישט קיין מחשבה, זאל זיך ביטע אפהאלטען פון ליינען און שרייבען אין דעם טעמע. עס איז דא גענוג טעמעס וואס קען אייך זיין אינטערעסאנט.

בתקוה להבנה.

@פשוט און גראד שרייבט אזוי. אזוי קוקען אינז אויס, אינז גרויסע קארפען קעפ בימינו, וואס אינזערע סאו קאלד ידיעות קומט מיט הילף פון ארטסקרול, אין פון נישטערען אוצר החכמה, מיט פיצא אין סושי אין דזורקי, you fil in the blanks נאכדעם האמיר אינז מיינונגען אויף די פריערדיגע קדושים.
מיין תשובה. קודם כל האב איך נישט געזעהן דא איינעם האבן א מיינונג אויף פריערדיגע קדושים. בסך הכל איז די מדובר דא איבער די מהלך ווי אזוי מיר קליינע מוחות דארפן אקצעפטירן דאס וואס די פריערדיגע גדולים שרייבן. מעיד אני עלי אז קיין אוצר החכמה האב איך נישט, און אז איך האב נאך אין מיין לעבן קיין דזשורקי נישט געגעסן. צו דאס מאכט אויס אדער נישט ווייס איך נישט. אבער די מיטל וואס איר נעמט אנשטאט פארענטפערן די ווערטער פונעם כותב, אטאקירט איר אים פערזענליך איז אין דעם פאל נישט גילטיג. יעצט בעט מיר נישט איבער, איך בין ב"ה באקוועם מיט מיר אפגעזעהן וואס אייער מיינונג כלפי מיר איז. ביטע פראביר זיך צו האלטען צום נושא, אן אטאקירן איינעם פערזענליך.

@פשוט און גראד האט געשריבען. די גאנצע נקודה אז וואס ס’דערהאלט אידישקייט איז 2 אני מאמינס פון צווישען 13 איז א תמיהה.
מיין תשובה. וואס זאל איך טוהן? דאס איז וואס דער הייליגער רמב"ם שרייבט, און דאס איז א דבר פשוט מאוד. די איינציגע זאך וואס האלט יהדות איז אז מיר האבן די צוויי אני מאמינ'ס, ווייל אויב נישט פון וואו ווייסען מיר אז די נביאות פון מוחמד איז נישט ריכטיג. און אפשר איז די קוראן יא די ריכטיגע תורה חלילה? אויב קען יעדער נביא וצדיק טוישן חלקי התורה, זענען מיר נישט באהיטן קעגן גארנישט. מען קען גלייבען אין שכר ועונש, ביאת המשיח, תחיית המתים. אבער די צווי עיקרים איז דאס וואס בינדט אראפ יהדות.

@פנחס דוד לעבאוויטש שרייבט. אויב זעסטו אז עפעס שטומט נישט. דארפסטו איבערטוהן דיינע ברילן! ווייל רבי נחמן איז נישט דיין געשעפט אדער אין דיינע הענט צו זעהן אויב ער שטומט מיט דיין פארשטאנד. און דו דארפסט ווייטער לערנען ספרי רבי נחמן אפילו אויב עס שטומט נישט פאר דיך היות פאר דיינע אייגענע רבי’ס האט דאס אלעס געשטומט און זיי האבן קלאר נישט אראפגעשטעלט אז די ספרים לערנט מען נישט.. און נאכדערצו ווען דיינע ספיקות אויף די הייליגע ספרים קומט נאכן זוכן און טרעפן ספיקות... עס קומט נישט ביי קיינעם אן די ספיקות אזוי אינמיטן לערנען א שטיקל ליקוטי מוהר"ן... די תמיהות/ספיקות/סתירות באמונה וכו’ וכו’ קומען פערצופאל אן ווען מען נישטערט ביי די מתנגדים...

מיין תשובה. קודם כל וויל איך פארשטיין וואס איז די חיוב צו לערנען ספרי רבי נחמן? איז דאס מעיקרי האמונה אדער א בסיס אין הלכה וואס א איד מוז קענען? עס איז א ספר פונקט ווי מסילת ישרים און אורחות צדיקים, וואס אויב פארשטיי איך עס נישט, לערן איך עס נישט און פארטיג.

צווייטענס, די נקודה איז נישט חלילה אז רבי נחמן איז זיך סותר מיט יסודות הדת מחכמינו ז"ל והרמב"ם. בסך הכל וואס איז זאג, און דאס איז כמדומה לי וואס ידידי @מסתמא זאגט אז די אל"ף בי"ת פון יהדות איז גמרא תוס', און ג'ענדיגט ביי די פוסקי השלחן ערוך. און לאור זה פירן מיר זיך אלע יאר'ן. דאס און נאר דאס בנוסף צו די מנהגי ישראל וואס איז מקובל מדור דור איז וואס אונז מחייב. אין עניני אמונה האבן מיר געהאט א רמב"ם וואס האט אונז אוועקגעשטעלט די יסודות האמונה לויט ווי ער האט מקבל געווען פון זיינע רבי'ס עד משה רבינו ע"ה, ולאור זה נלך באש ובמים. איך גלייב באמונה שלמה אז אפי' א ווארט פון רבי נחמן איז זיך נישט סותר מיט דברי חז"ל והרמב"ם. פארוואס גלייב איך אזוי? ווייל איך זעה די הסכמות אויפן ספר לקוטי מהר"ן אז די גדולי ישראל האבן געהאלטן פון אים, און אויב פון זיינע ווערטער זאל חלילה משמע זיין אפי' מיט א האר אנדערש ווי דאס וואס מיר האבן מקבל געווען מחז"ל והרמב"ם, וואלט ער די הסכמות נישט געקריגען.

די נקודה איז, אז ביי אונז פשוטי עם איז די ערשטע זאך די י"ג עיקרים להרמב"ם, און אויב זעהן מיר אין א ספר א געדאנק וואס אויב פארשטייט מען דאס נישט ריכטיג קען זיך חלילה דאכטן אז עפעס וואס דער רמב"ם שרייבט איז נישט הונדערט פראצענט אזוי, דאן לייג צוריק דעם ספר אין שאנק. עס איז אמת טאקע אז דער ספר איז נישט קיין סתירה מיט די עיקרי הדת, ווייל איך זעה אז מיינע רבי'ס האבן געברענגט דא דארט פון דעם ספר. דאך פארשטיי איך אז מיין רבי האט דעם ספר געקענט לערנען ווייל ער מיט זיין טיפע און ברייטע דעת האט פארשטאנען ווי אזוי מען שטעלט צוזאמען די צוויי, אבער איך שפל ונבזה פארשטיי דאס נישט. און ממילא דארף איך וויסען אז די עיקרי הרמב"ם זענען א מיליאן מאל מער ווערד ווי א שטיקעל לקוטי מהר"ן. אן די עיקרי הרמב"ם קען מען קיין איד נישט זיין, און אן לקוטי מהר"ן קען מען יא זיין א איד. דעריבער געב איך א קיש פאר'ן לקוטי מהר"ן, און מיט'ן גרעסטען ריספעקט לייג איך אים אריין צוריק אין שאנק, און איך ווענד מיינע טריט צום שאנק וואו עס ליגט דער ספר מסילת ישרים און פון היינט און ווייטער איז דאס מיין ספר.

כמדומה אז איך האב נאך קיין ספר אדער קובץ קעגן ברסלב נישט געליינט! וואס איך שרייב איז אך ורק נאר וואס איך האב מיט די אייגענע אויגן געזעהן בלעטערנדיג אין ספרי ברסלב. איך בין בטבע א נייגעריגער, און סיי וועלכע ספר איך טרעף פארענט פון מיר וועל איך ליינען. עס איז מיר שוין אויסגעקומען מער ווי איין מאל צו בלעטערן ספרי ברסלב, און הגם איך האב דארט געטראפן גוטע זאכן אויך, עכ"ז האב איך דארט געזעהן זאכן וואס האבן מיר געברענגט וואונדער. און ניין, איך רעד לאו דוקא אין די ענינים וואס @מסתמא האט גערעדט. נאר איך רעד פון אנדערע תמיהות וואס איך האב געהאט, וואס איך גיי אין דעם נישט אריינגיין בלי נדר.

@צווייטער שרייבט. ידוע פתגם מרן החתם סופר זי''ע ''מי שאומר בנגלה שאינו מאמין בנסתר,בנסתר אינו מאמין בנגלה''. פארוואס האט אויסגעפעלט דאס צו זאגן? אויב דער עיקר מחייב איז ממילא נאר נגלה, וואס וועט שוין געשען אז ער גלייבט נישט אין נסתר. און צווייטנס, וואס איז דער ביאור פון די מימרא? (א ווארט פונעם רבן של ישראל איז מיר גענוג צו גלייבן דערין, איך וויל נאר נאכדעם פארשטיין פשט פון די ווערטער)
מיין תשובה. איך שטעל מיך פאר אז איר האט נישט געברענגט די מימרא ווייל דו ווילסט אז איך אדער סיי ווער זאל דיר מסביר זיין פשט דערין. דו האסט דא עפעס געוואלט ארויסברענגען צווישן די שורות....
אבער לענין. ווען מיר האבן בחז"ל א מחלוקת צווישען אביי ורבא, און די הלכה ווערט גע'פסק'ענט כרבא. איז נישט פשט אז אביי איז אפגעפרעגט, אדער אביי איז נישט תורה. חלילה! בסך הכל זענען ביידע אמת, אבער עכ"ז דארפן מיר זיך פירן כשיטת רבא חוץ ביע"ל כג"ם. נגלה ונסתר זענען נישט קיין צוויי תורות, עס איז איינס. ווער עס לייקענט אין איין חלק תורה איז אן אפיקורס. גלייבען אין תורה שבכתב אן תורה שבעל פה איז אפיקורסות. אבער אויף למעשה דארפן מיר טוהן ווי עס שטייט אין שלחן ערוך וואס דאס איז נגלת התורה.

@פשוט און גראד שרייבט. ביי זיך אינדערהיים מילא, דעיס צו שרייבען אויף א פובליק פארום, אין די שפראך דערצו האט זילטש מיטן חת"ס זי"ע
מיין תשובה. אויף א פאבליק פארום ווי עס ווערט געליפטערט ברסלבע פראפעגאנדע, מעג מען אויך הערן די אנדערע צד. מען דארף נישט און מען טאר נישט פארפירט ווערן פון פראפעגאנדע.

@בן מנחם ברענגט א טוץ פון מראה מקומות וואו מען זעהט אז רבותינו הקדושים האבן געפילעוועט אין ספרי ברסלב.
מיין תשובה. נאך דעם וואס דו האסט פאריגע מאל געברענגט פון דעם תלמיד חכם, האב איך מיך אנגעטראפען אין א ברסלב'ע וועבסייט וואס דארט האב איך געטראפען די מקור פאר די אלע מימרות. אלזא בין איך שוין גארנישט איבערגענומען פון די געוואלדיגע בקיאות פון דעם תלמיד חכם, נאר עס קוקט מיר אנדערש אויס ווי א שטיקעל קאפי פעיסט פון ברסלב'ע וועבסייט. און ווי איך האב געשריבען אויבן שוין, איז א גרויס חלק פון די מראה מקומות גאר גאר אינטערעסאנט. און ווי אויך זענען אסאך פון די מראה מקומות גאר אויפגעבלאזן. און אויב זאל איך נישט גלייבען אין כאטש האלב פון די מימרות, בין איך נישט קיין שייגאץ. אבער יהיה איך שיהיה, איז עס נישט נוגע צום שמועס כלל וכלל. קיינער מאכט נישט אוועק די גדלות פון רבי נחמן, און מען דארף נישט קיין מימרות פון צדיקים. ווי געזאגט די הסכמות זאגן גענוג. אבער די ספר דארף נאך אלץ געלערנט ווערן מיט גרויס פארזיכטיגקייט אז דאס לערנען זאל חלילה נישט מטיל זיין ספק בדברי חכמינו ז"ל שקדמו לרבי נחמן, און זענען געווען גרעסער ווי אים בחכמה ובמנין. די עיקרי הרמב"ם ופסקי השלחן ערוך זענען עיקר, און אנדערע ספרים איז נאר פאר ווער עס פארשטייט ווי אזוי עס שטמיט מיט די יסודות.

@פשוט און גראד שרייבט. סתם להערה בעלמא, כ’ווינדער זיך סתם. די אלע טאלקינג פוינטס וואס מאנכע שרייבן וועגן תורת מוהר"ן צו זיי האבען שוין געלאזט 1 טרער צום בוכ"ע אז זייערע אויגען זאלען אויפשיינען צו פארשטיין קלארער די נושא. עיין בצעטיל קטן וועגן תשובה טוהן פאר מ’לערנט, פשוט ווייל ס’קען זיין זאכען וואס זענען מסמא עינים וועגן פארשידענע אורזאכען אין קענען נישט זעהן די אמת.
מיין תשובה. פשוט און טרוקען ניין. כמדומה אז איך האב נאך קיין טרער נישט פארלאזט בכדי צו פארשטיין וואס שטייט אין ספר לקוטי מהר"ן. הרבה דרכים למקום, און ווען איך פאר מיט'ן טאנעל אינטערעסירט מיר נישט ווי אזוי די ברידזש זעהט אויס. לקוטי מהר"ן איז כמדומה נישט א ספר וואס איז א חיוב צו לערנען. עס איז נישט יסודות האמונה, און נישט קיין בסיס אין הלכה. דאס איז א בריק ביני לבין הבורא יתברך, און דער מסילת ישרים טוט די זעלבע ארבעט. ווי לאנג איך האב א ספר וואס איך שפיר אז דאס רעדט צו מיין הארץ, בין איך מסודר מיט דעם וואס דער לקוטי מהר"ן ליגט אין שאנק. די חיוב פון לימוד התורה איז נישט דאס.

בנוגע דאס וואס שטייט אין צעטיל קטן, טאקע דאס איז די יסוד פון וואס מיר רעדן דא. פאר אונז פשוטי עם וואס מיר האבן נישט די ריינע אויגען און מוחות און מיר פארשטייען נישט די עומק הדברים פונעם לקוטי מהר"ן, איז גענוג צו לערנען אנדערע ספרים וואס איז געשריבען געווארן אויף א גרינגערן אופן וואס אפי' פשוטי עם קענען לערנען.

נאך איין נקודה פאר איך ענדיג. עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין אז נישט אני הקטן רעפרעזענט @מסתמא, און נישט ער טוט מיר ריפרעזענטן. מיר זענען טאקע שוואגערס, און מיר לערנען טאקע בחברותא יעדע נאכט. אבער עכ"ז זענען מיר צוויי אנדערע מענטשען און דעריבער זאל מען נישט פרעגן פון איינעמס ווערטער צום צווייטענס.

אקעי סתם קלאר צו שטעלן. ניין, איך בין נישט א שוואגער מיט @מסתמא און ער איז אויך נישט מיין חברותא.
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:59 pm שוין גראדע געברענגט אויבן עטליכע מקורות פון ספר שבחו של צדיק, אז סאטמאר רב מיט אלע צדיקים זענען געווען הייסע ברעסלאווער (נאר פאר די אייגענע חסידים האבן זיי נישט אויסגעזאגט).

אבער איך וועל נישט זיין קיין כופר אויב איך וועל נישט גלייבן די אלע מעשיות. (גראדע איז דא גענוג מעשיות פארקערט, נאר נישט אלעס שרייבט מען אראפ כמובן)
@נקודות טובות און @נישט קיין בהלה איך האב שוין געשריבן אז אלעס וואס מען האט געברענגט איז נאר מיט
קלארע מקורות.......
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

צווייטער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:58 pm
נישט קיין בהלה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:48 pm כדי נישט אויפצורעגן מענטשן, האב איך אראפגענומען אלע שארפע לשונות וואס רייסט אראפ סיי וועם. איך האלט אויך נישט פון אראפרייסן ערליכע קהילות בישראל, אריינגערעכנט ברעסלאווע אידן וואס צווישן זיי געפינען זיך אויך אסאך ערליכע אידן און עובדי השם, דעריבער ברענג איך דא די ארטיקל נאר נאך א הגהה אז עס זאל נישט בארעדן קיינעם.

עס בארעדט טאקע נישט קיינעם, אבער פארשטייט זיך אז פאר א ברעסלאווער גייט דאס באדערן, ווייל ווען מען שרייבט אז די גאנצע חסידישע וועלט זענען בכלל נישט געווען קיין ברעסלאווע, וועט דאס באדערן פאר א ברעסלאווער ווייל עס איז אנטקעגן די ברעסלאווע יסודות, ווייל זיי וועלן שטענדיג ארויסברענגען אז דוקא יעדער צדיק איז באהאלטענערהייט יא געווען א ברעסלאווער, שששש עס איז געווען א סוד, אבער די פאר ברעסלאווע אידן האבן געוויסט אז די חוזה פון לובלין, די יוד הקדוש, די קדושת לוי, די תפארת שלמה, די ישמח משה, די בני יששכר, און ווער נישט, זיי זענען אלע עכט יא געווען ברעסלאווע (ווייל אין די ברעסלאווע ספרים שטייט דאך אז יעדער מיז זיין א ברעסלאווער, נו וויאזוי קען זיין אז די צדיקים האבן דאס נישט געוויסט? מיז דאך זיין אז זיי זענען געווען.... אדער האב איך אן אנדערע תירוץ אז מען מיז טאקע נישט זיין קיין ברעסלאווער).

בקיצור, די ארטיקל דא האב איך נישט געשריבן, נאר עס קומט פון די אויבנדערמאנטע מקור, און די ארטיקל האט נישט קיין שמץ פון אראפרייסן פערזענליך אן עדה הקדושה, און איך האב אויסגעמעקט אלע לשונות וואס קען זיין אנטקעגן די תקנות המקום וואס רייסט אראפ מענטשן, אבער דאך ברענגט דאס ארויס די מציאות אז כלל ישראל במשך צוויי הונדערט וואס ברעסלאוו שטייט, האט בכלל נישט אנגענומען נישט די מהלך פון אננעמען רבי נחמן אלס די גרעסטע, הגם מען האט יא געהאלטן אז ער איז א צדיק, ווי אויך האט מען נישט אנגענומען די מהלך אז מען מיז דוקא זיין א ברעסלאווער.

דא איז די ארטיקל
א שעם אויף דיר אידטיש וואס אויף אירע ווענט איז אנגעקלעבט געווארן אזעלכע געמיינע פאשקעווילן
און נאכדעם גייט מען פרעגן תמימתדי'ג וואס איז א זולזל? וואס מעקט מען נישט ? זאל נאר זיין אזאלעכע זאכן קעגן עני אנדערע ''היינטיגע'' חסידות וואלט עס געפלויגן אונטער צוויי סקונדעס....
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 297

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

@נקודות טובות
דיין נקודה איז אביסל איבערגע’חזר’ט אבער דו זאגסט גוט און אויפריכטיג. דיין עיקר נקודה וואס דו ברענגסט ארויס איז אז עס איז דאך נישט קיין חיוב צו לערנען ליקוטי מוהר"ן. און ממילא אויב זעה איך אז עס שטימט נישט געוויסע זאכן מיט עיקרי היהדות געב איך עס א קוש און איך לייג עס אוועק אין שאנק.
יעצט, ס’איז קלאר פאר יעדע בר דעת אז מען האט נישט קיין חיוב צו לערנען ליקוטי מוהר"ן אדער מסילת ישרים. און אז עס קען נאר נענטער ברענגען צום באשעפער ובהכא קא עסקינן אז א אינגערמאן וויל נענטער ווערן צום באשעפער און ער שפירט אז דעי ספר וועט אים נענטער ברענגען און דו קילסט אים אפ ווייל אפאר שטיקלעך האט אין דיינע אויגן אויסגעזעהן ווי א סתירה מיט עיקרי הדת.
און די פראבלעם דא איז צווייפאכיג:

איינס: דו אליינס זאגסט דאך אז בעצם די ספר איז נישט קיין פראבלעם, אבערדו זעסט שטיקלעך וואס זעהן אויס סתירות מיט די יסודות. נו, וואס זוכסטו יענעם אויפצוקלערן דעי סתירות? יענער טרעפט דארט נישט קיין סתירות. ועוד, אז קיין איין צדיק האט נישט געווארנט איבער די סתירות!
לאמיר זאגן אז דו האסט געטראפן.. נו, האלט דאס ביי דיך... און לערן נישט די ספר וואס דו פלעגסט לערנען.

צוויי: אין רוב פעלער האסטו אליינס (דהיינו, דער וואס טרעפט סתירות) אויך נישט געטראפן די סתירות לערנענדיג אינעם ספר. דו האסט געהערט פון איינעם אז ס'איז א סתירה... נו, ווי לאנג עס שטערט דיך נישט מעיקרא דעם סתירה, פארוואזשע זוכסטו פראבלעמען?... דעי ספר מעיקרא ברענגט נישט קיין סתירות למיימינים בה.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1280
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2104

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

@נקודות טובות

כ’וועל דיר אי"ה ענטפערען אויף דיין תגובה.

אבער צום פוינט, איינער וואס ס’איז איהם שווער מאמרים וכד’ אין פרעגט כדבעי איז אדרבה, תורה היא ולילמוד אני צריך. ובלבד שיכווין לבו.

"אבער" ווען מ’פרעגט עס מיט א לשון .... אין סומך צו זיין אין איין ליין ווי ראיות פון פרעמדע גלויבינגען ווי למשל נוצרות וכד’ איז עס א גאר אנדערע אין א וויינעדיגע נושא. סאו ביטע..

סייד נאוט;
מידות טובות אן צו עפלייען צום ריכטיגען ארט איז בכלל נישט א מהלך, אין יא טראכט אביסעלע טיעפער, ס’איז ע"ז. די איינציגסטע טוב איז די רבש"ע כבי’ - אויב א מידה טוב ווערט געניצט נגד רצונו יתברך איז עס אויטאמאטיש רע.
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:59 pm די רעאקציע איז נאטורליך, אבער דאך ברענגט דאס נישט ארויס מער ווי די אמת המקובל לנו מדור דור, נאר די אמת טוט אביסל וויי פאר איינער וואס האלט דוקא אנדערש, אבער מעגסט וויסן אז עס איז דא אן אנדערע מיינונג ביי צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן אויף דער וועלט.
יא די רעאקציע איז 100% פראצענט נאטורליך. אז מען ברענגט עפעס א שטיקעל געשראבאכטס געשריבן מיט א געשליפונע צינגל ( פעדער)
אנגעפילט מיט האס( א פאשקעוויל) קעגן א צדיק אמת...
סארי ס'האט נישט :roll: :: האסט עס ארויסגענומן..
און גייט קעגן די מציעות וואס די שווארץ אפעל זעהט...
און ס'איז נאך דא....
ברענגט עס א נאטירליכע רעאקציע...

איי געס די אמת טוט וויי, אז איינער האט געדארפט שרייבן א גאנצע קונטרס פון איך ווייס נישט וויפיל בלעטער + ליין מאטריאל און יודיש און און טרייען מיט יעדע ענגעל וואס די מוח קען נאר טראכטען, צו אראפרייסן ברסלב...

אדרבה קענסט דיר מיטכאפן מיט'ן אמת'ן אמת'ן וואגן וואס די געשליפנע שרייבער זיצט דארט און מיטפאר'ן מיט זיין אמתע שיטות... לאז אונז נאר וויסן ווי די ביסט אנגעקומן...

און אויב די קענסט מיטטיילן מיט די חשובע יודטיש ליינער נאך אמתע שיטות ''המקובל לנו מדור דור'' וואס די שרייבער האט, וואלט געווען א גרויסע טובה אז מען זאל פארשטיין די פריעדיגע שורה וואס איך האב געשריבן...
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1280
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2104

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

Re: בקשו רחמים - כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א לרפו"ש
תגובה דורך המעוררים » מאנטאג אוגוסט 12, 2024 3:23 pm

רבותי, זאגטס נישט קיין תהילים פארן רבי'ן, זאגטס תהילים פאר זיך אליינס!!!
ווי ר' יחזקאל ראפאפארט האט ארויסגעברענגט אין זיין דרשה אז א צדיק איז עינם וליבם של ישראל און אונזער אויגן און אונזער הארץ איז קראנק!!!!
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

א קול קורא וואס איך האב געטראפן, וואס איז ארויסגעקומן קעגן איינעם,אויף וואס איינע פון די זאכן דא, אדער מער איז געבויט אויף יענעם, עס ווארפט ליכטיגקייט אז די גאנצע שראבעראציע דא איז נישט פשוט, מען רעדט פון גדולי עולם, קיינער מיינט ח''ו נישט קיין שלעכטס, אבער מען כאפט זיך נישט אז עס איז נישט פשוט, מען דארף אכטוג געבן וואס מען שרייבט אויף פריעדיגע צדיקים דעיס איז נישט נאך א טראמפ - ביידן שמועס ווי מען קען שרייבן וואס עס לאזט זיך.....מען דארף אכטונג געבן...

קול קורא.png
קול קורא.png (386.88 KiB) געזען געווארן 421 מאל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4304

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:45 pm
און נאכאמאל, ברענג מיר ביטע איין ברסלבער וואס האט אנגענומען נאר רבי נחמן.. נישטא אזא זאך. דו קענסט נאך ווערן אזא...
לייק פאר די ליין...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:29 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:25 pm
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:23 pm ער אליינס ברענגט קלאר נאך א זאך וואס קומט פון רבי נתן.
וואו און וואס
סאטמאר רב ברענגט נאך פון רבי נחמן און ער רופט עס אן "במשלים של רבי נחמן" עפעס אזא סארט לשון, גראדע שטייט דאס אין כוכבי אור וואס רבי נתן האט בכלל נישט געשריבן, סאטמאר רב האט סך הכל גענומען א מימרא פון רבי נחמן וואס איז געווען נוגע צו זיין שמועס דארט און ברענגט אראפ די ווארט פון רבי נחמן. דאס מיינט בכלל נישט אז סאטמאר רב האט אנגענומען שיטת רבי נתן וכו' והוא פשוט.
די רבי זי''ע ברענגט פון שיחות הר''ן וואס הרה''ק רבי נתן האט געשריבן און וואס לייגט די רבי זי''ע אליינס צו ''זה ענין של רוח הקודש שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא''
ווער זאגט עס ?
איך ?
פראפעגאנדע ?
די רבן של ישראל רביה''ק זי''ע זאגט עס.
איך דארף שוין נישט קיין מעשיות לכאן אוי לכאן ס'איז מיר פונקט גענוג וואס די רבי שרייבט.
און אין ספר על הגאולה ועל התמורה שרייבט די רבי נאכעמאל די גאנצע זאך און די רבי לייגט צו ''ראיתי לנכון וצורך השעה לשנות פרק זה ולחזור על דבריו הקדושים''...
און ווי שטייט דאס, וואס די רבי ברענגט,עס קומט, מהספר הקדוש שיחות הר''ן, וואס הרה''ק ר' נתן האט פארשריבן זאכן, וואס הרה''ק רבי נחמן האט געזאגט, נישט עפעס וואס הרה''ק רבי נחמן האט אליין געשריבן, יא ער ברענגט וואס הרה''ק רבי נתן האט געשריבן... ודי בזה
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1716
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3709

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 5:53 pm

דו ווייזט דא אז דער סאטמאר רבי זי"ע האט געגלייבט אז רבי נתן האט טאקע ריכטיג נאכגעשריבן די ווערטער פון זיין רבי'ן. שיחות הר"ן איז אפיציעל נישט רבי נתן'ס אייגענע ווערטער, נאר נאכגעשריבן די הייליגע דרשות פון רבי נחמן. קומט אויס אז דער רבי האט געגלייגט אז רבי נתן האט נישט משנה געווען ווען ער האט געשריבן בשם רבי נחמן. די ספרים וואו רבי נתן שרייבט זיין הבנה אינעם דרך פון רבי נחמן, א שטייגער ווי דער לעצטער פרק אין שיחות הר"ן, דאס האט נישט קיין שייכות להנ"ל.
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 297

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 5:46 pm

דו ווייזט דא אז דער סאטמאר רבי זי"ע האט געגלייבט אז רבי נתן האט טאקע ריכטיג נאכגעשריבן די ווערטער פון זיין רבי'ן. דיחות הר"ן איז אפיציעל נישט רבי נתן'ס אייגענע ווערטער, נאר נאכגעשריבן די הייליגע דרשות פון רבי נחמן. קומט אויס אז דער רבי האט געגלייגט אז רבי נתן האט נישט משנה געווען ווען ער האט געשריבן בשם רבי נחמן. די ספרים וואו רבי נתן שרייבט זיין הבנה אינעם דרך פון רבי נחמן, א שטייגער ווי דער לעצטער פרק אין שיחות הר"ן, דאס האט נישט קיין שייכות להנ"ל.
זאלסט מיר מוחל זיין.. אבער דיין אייגענע פשטים און דקדוק אינעם סאטמארע רב איז עד להפליא!!

כ’מיין אז רבי נתן האט נישט געזאגט קיין הבנה אין רבי נחמן א הונדערטסט’ל פון דיר...
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1716
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3709

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@פנחס דוד לעבאוויטש איך פארשטיי נישט. מען רעדט דא צו דער דרך וואס רבי נתן האט אראפגעשטעלט, אריינגערעכנט דאס פארן צו א ציון אויף ר"ה און נאך גאר אסאך הנהגות, איז עפעס וואס דער סאטמאר רבי זצ"ל האט געהאלטן דערפון, אדער האט ער געהאלטן פון הרה"ק רבי נחמן זי"ע זעלבסט און די איבריגע איז שוין א צווייטע מעשה. האט @בן מנחם געברענגט א ראי' פון דעם וואס דער רבי ברענגט שיחות הר"ן, וואו רבי נתן האט אפגעשריבן רבי נחמן'ס דרשות, אז דאס איז א ראי' אז דער רבי איז געווען א חסיד פון רבי נתן.

איז דאס נישט זייער אומריכטיג? אויב וועט איינער נאכברענגען לש"ק פון ספה"ק ברך משה, מיינט עס אז ער איז א חסיד פון הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א? ווייל ער שרייבט ממש "וזה לשון קדשו"?...
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 297

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 5:53 pm @פנחס דוד לעבאוויטש איך פארשטיי נישט. מען רעדט דא צו דער דרך וואס רבי נתן האט אראפגעשטעלט, אריינגערעכנט דאס פארן צו א ציון אויף ר"ה און נאך גאר אסאך הנהגות, איז עפעס וואס דער סאטמאר רבי זצ"ל האט געהאלטן דערפון, אדער האט ער געהאלטן פון הרה"ק רבי נחמן זי"ע זעלבסט און די איבריגע איז שוין א צווייטע מעשה. האט @בן מנחם געברענגט א ראי' פון דעם וואס דער רבי ברענגט שיחות הר"ן, וואו רבי נתן האט אפגעשריבן רבי נחמן'ס דרשות, אז דאס איז א ראי' אז דער רבי איז געווען א חסיד פון רבי נתן.

איז דאס נישט זייער אומריכטיג? אויב וועט איינער נאכברענגען לש"ק פון ספה"ק ברך משה, מיינט עס אז ער איז א חסיד פון הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א? ווייל ער שרייבט ממש "וזה לשון קדשו"?...
נישט אמת! די גאנצע ויכוח צי רבינו יואל האט געהאלטן פון רבי נחמן יא אבער פון רבי נתן נישט, איז געקומען נאך דיינע ווערטער:

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 10:19 am
זאגסט זייער גוט. סאטמאר רב איז טאקע נישט געווען קיין ברסלב'ער ממילא האט ער געהאלטן נאר פון רבי נחמן און נישט פון רבי נתן. דאס אז ביידע גייען צוזאמען איז א ברסלב'ע זאך. ממילא ווען מען איז דא מעיין צו די וועלט האט עפעס אישוס מיט ברסלב, רעדט מען טאקע נישט פון הרה"ק רבי נחמן.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1716
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3709

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

און?
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 475

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך צווייטער »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:26 am
טראכט גראד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:55 pm און די אלע זאכן איז א גרויס חלק פארוואס מען טרויערט און די 9 טעג און תשעה באב אויף העלמת אור הצדיק וואס קען מחזיר בתשובה זיין אזוי סאך מענטשן און מחזק זיין יודן און די אלע זאכן טוט ליידער אפהאלטן...
כווייס נישט עכט וואס מיינט העלמת אור הצדיק וכ”ש איר שייכות צו די 9 טעג. אבער דא ברענגט עמיצער פון שיח שרפי קודש בשם הצדיק רל”י בענדער זצ”ל אז דאס איז גאר די גאנצע טעם פון וויינען אין תשעה באב...
כווייס נישט, מיך האט מען אויסגעלערנט אז תשעה באב וויינט מען אויפן חורבן הבית, גלות ישראל ברוחניות ובגשמיות און די צער וואס קוב”ה האט כביכול דערפון.

דא ברענגט ער אבער אז די ”עיקר” קלאגן איז אויף די העלמת אור הצדיק

Screenshot_20240812-112400_WhatsApp.jpg

זאת נחמתי אז רב שיק ז”ל אליינס זאגט אז דעם ספר קען מען אויכעט נישט מקבל זיין דאס וואס שטימט נישט אזוי געהעריג.

https://breslevcity.co.il/%D7%A9%D7%95% ... 7%91_2278/
טראכטענדיג אזוי תשעה באב נאכמיטאג איז מיר זייער שווער געווען אזוי, מיר וויינען און קלאגן אויף די שכינה הקדושה וואס איז אין גלות, אויף דאס אידיש פאלק וואס איז אין גלות.
כ'האב זיך אביסל מתבונן געווען אויף די ליכטיגע תפלות וואס מיר זענען מתפלל איבערן יאר, אז ס'זאל שוין זיין די 'מלוך על כל העולם כולו בכבודך', עס זאל שוין זיין דעם וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יציר כי אתה יצרתו', ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה.

די פלא איז נאר פארוואס איבעראל ווי מ'איז מתפלל אויף מלכותו של הקב''ה מוז עס גיין מיט מלכות בית דוד, ולירושלים עירך-וכסא דוד עבדך לתוכה תכין, את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח, רחם נא ה''א על ישראל עמך ועל ירושלים עירך ועל ציון משכן כבודך-ועל מלכות בית דוד משיחך, ובכן יתקדש שמך על ישראל עמך ועל ירושלים עירך ועל ציון משכן כבודך-ועל מלכות בית דוד משיחך. און נאך פיל תפלות איבער יאר.

איך פארשטיי נישט וואס ווילן מיר, והיה ה' למלך על כל הארץ אדער והיה דוד למלך על כל הארץ?
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 297

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:08 pm

די פראבלעם מיט דעם איז, אז אויף דעם וועלן די מתנגדים נישט טרעפן קיין תירוץ. אבער זיי וועלן ברענגען נייע קשיות. מען דארף פשוט סטאפן צו ענטפערן פאר די מחוצפים ונבלים ברשות התורה. והכל על מקומו יבא בשלום.

אל תפתח פה למתנגדים.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3311

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מסתמא »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:08 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:26 am
טראכט גראד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:55 pm און די אלע זאכן איז א גרויס חלק פארוואס מען טרויערט און די 9 טעג און תשעה באב אויף העלמת אור הצדיק וואס קען מחזיר בתשובה זיין אזוי סאך מענטשן און מחזק זיין יודן און די אלע זאכן טוט ליידער אפהאלטן...
כווייס נישט עכט וואס מיינט העלמת אור הצדיק וכ”ש איר שייכות צו די 9 טעג. אבער דא ברענגט עמיצער פון שיח שרפי קודש בשם הצדיק רל”י בענדער זצ”ל אז דאס איז גאר די גאנצע טעם פון וויינען אין תשעה באב...
כווייס נישט, מיך האט מען אויסגעלערנט אז תשעה באב וויינט מען אויפן חורבן הבית, גלות ישראל ברוחניות ובגשמיות און די צער וואס קוב”ה האט כביכול דערפון.

דא ברענגט ער אבער אז די ”עיקר” קלאגן איז אויף די העלמת אור הצדיק

Screenshot_20240812-112400_WhatsApp.jpg

זאת נחמתי אז רב שיק ז”ל אליינס זאגט אז דעם ספר קען מען אויכעט נישט מקבל זיין דאס וואס שטימט נישט אזוי געהעריג.

https://breslevcity.co.il/%D7%A9%D7%95% ... 7%91_2278/
טראכטענדיג אזוי תשעה באב נאכמיטאג איז מיר זייער שווער געווען אזוי, מיר וויינען און קלאגן אויף די שכינה הקדושה וואס איז אין גלות, אויף דאס אידיש פאלק וואס איז אין גלות.
כ'האב זיך אביסל מתבונן געווען אויף די ליכטיגע תפלות וואס מיר זענען מתפלל איבערן יאר, אז ס'זאל שוין זיין די 'מלוך על כל העולם כולו בכבודך', עס זאל שוין זיין דעם וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יציר כי אתה יצרתו', ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה.

די פלא איז נאר פארוואס איבעראל ווי מ'איז מתפלל אויף מלכותו של הקב''ה מוז עס גיין מיט מלכות בית דוד, ולירושלים עירך-וכסא דוד עבדך לתוכה תכין, את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח, רחם נא ה''א על ישראל עמך ועל ירושלים עירך ועל ציון משכן כבודך-ועל מלכות בית דוד משיחך, ובכן יתקדש שמך על ישראל עמך ועל ירושלים עירך ועל ציון משכן כבודך-ועל מלכות בית דוד משיחך. און נאך פיל תפלות איבער יאר.

איך פארשטיי נישט וואס ווילן מיר, והיה ה' למלך על כל הארץ אדער והיה דוד למלך על כל הארץ?
איר זעהט דא העלמת אור הצדיק? איז דאס די באדייט פון מלכות בית דוד און קרן ישראל?

צו זיין נאך קלארער, מלכות האט נישט מיט צדקות. נישט יעדער צדיק הדור איז עתיד צו זיין דער מלך המשיח אדער פון מלכות בית דוד. א חלק עיקר פונעם גלות איז דאס אז מהאט אונז פארבאטן סיי וועלכע מלכות בזמן הגלות.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 5:46 pm
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 5:53 pm
נישט קיין בהלה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:29 pm

סאטמאר רב ברענגט נאך פון רבי נחמן און ער רופט עס אן "במשלים של רבי נחמן" עפעס אזא סארט לשון, גראדע שטייט דאס אין כוכבי אור וואס רבי נתן האט בכלל נישט געשריבן, סאטמאר רב האט סך הכל גענומען א מימרא פון רבי נחמן וואס איז געווען נוגע צו זיין שמועס דארט און ברענגט אראפ די ווארט פון רבי נחמן. דאס מיינט בכלל נישט אז סאטמאר רב האט אנגענומען שיטת רבי נתן וכו' והוא פשוט.
די רבי זי''ע ברענגט פון שיחות הר''ן וואס הרה''ק רבי נתן האט געשריבן און וואס לייגט די רבי זי''ע אליינס צו ''זה ענין של רוח הקודש שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא''
ווער זאגט עס ?
איך ?
פראפעגאנדע ?
די רבן של ישראל רביה''ק זי''ע זאגט עס.
איך דארף שוין נישט קיין מעשיות לכאן אוי לכאן ס'איז מיר פונקט גענוג וואס די רבי שרייבט.
און אין ספר על הגאולה ועל התמורה שרייבט די רבי נאכעמאל די גאנצע זאך און די רבי לייגט צו ''ראיתי לנכון וצורך השעה לשנות פרק זה ולחזור על דבריו הקדושים''...
און ווי שטייט דאס, וואס די רבי ברענגט,עס קומט, מהספר הקדוש שיחות הר''ן, וואס הרה''ק ר' נתן האט פארשריבן זאכן, וואס הרה''ק רבי נחמן האט געזאגט, נישט עפעס וואס הרה''ק רבי נחמן האט אליין געשריבן, יא ער ברענגט וואס הרה''ק רבי נתן האט געשריבן... ודי בזה

דו ווייזט דא אז דער סאטמאר רבי זי"ע האט געגלייבט אז רבי נתן האט טאקע ריכטיג נאכגעשריבן די ווערטער פון זיין רבי'ן. שיחות הר"ן איז אפיציעל נישט רבי נתן'ס אייגענע ווערטער, נאר נאכגעשריבן די הייליגע דרשות פון רבי נחמן. קומט אויס אז דער רבי האט געגלייגט אז רבי נתן האט נישט משנה געווען ווען ער האט געשריבן בשם רבי נחמן. די ספרים וואו רבי נתן שרייבט זיין הבנה אינעם דרך פון רבי נחמן, א שטייגער ווי דער לעצטער פרק אין שיחות הר"ן, דאס האט נישט קיין שייכות להנ"ל.
קוק אן ס'איז איין זאך, רבי נחמן האט געזאגט אז ווען נישט רבי נתן וואלט קיין שמות בלעטל נישט געבליבן פון אים. ממילא צו איינזעצן דאס יא און דאס נישט איז זינלאז לדעתי.
די רבי זי''ע ברענגט וואס רבי נתן האט געשריבן, און אויך וואס זיין תלמיד האט געשריבן, די תלמיד איז דאך שוין זיכער א שטיק רבי נתן,זיין גאנצע זאך איז אז, ער איז א תלמיד מרבי נתן...
די רבי האט יעדע זאך וואס ער האט געטוהן אויסגערעכנט מיט אלע צדדים ס'זאל נישט ארויסקומען קיין שלעכטס. ווילסטו מיר זאגן אז איך תמימתדיגע יונגערמאן וואס איך גיי זעהן אז די רבי שרייבט, רבי נחמן האט געהאט רוח הקודש ער האט פארויס געזען די היינטיגע דור, און איך גיי יעצט באקומען א געפיל צו ספרי רבי נחמן האט די רבי נישט אינזין געהאט, אלא מאי ענדיג אליין צו.
לאמיר גיין א שטאפעל ווייטער די רבי ברענגט מהספר הקדוש שיחות הר''ן, ''אן'' צו לייגן ''דאס זאגט רבי נחמן'', אבער געב אכט די לעצטע פרק....
און איך תמימתדיגע יונגערמאן הייבט אן לערנען שיחות הר''ן פון אנהייב ביזען סוף האט די רבי נישט חושש געווען דערצו אלא מאי... ענדיג אליין צו...
און נאכדעם ברענגט ער נאך וואס א תלמיד מרבי נתן האט געזאגט איז יעצט בינעך שוין פולי פאר רבי נתן זי''ע.... איך האף אז עס איז דיר קלארער געווארן...
ווי געזאגט איך פאר מיר, פארשטיי בכלל נישט וויאזוי מען קען אפטיילן די צוויי, אבער אפילו לשיטתך, האף איך אז די ביסט קלאגער געווארן...
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3311

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מסתמא »

זעה דעם קליפ געברענגט דורך ידידינו הרב @פליט

ניין! כגיי נישט באשמירן גאנץ ברסלב צוליב דער אינטערוויו מיט צוויי וואס פאררופן זיך ברסלבע אידן.

אבער זעהט די שפראך וואס גייט פאר... איינער פרעגט פארוואס ווילסטו משיח זאל קומען? איז די ענטפער אז די גאנצע וועלט מוז אנערקענען אינעם צדיק יסוד עולם ר’ נחמן. העלאו! קען זיין ביסט אפילו גערעכט אין דעם, אבער דאס פרעדיגן איבער דאס גלויבן אין איין ספעציפישע צדיק איז א דבר מוזר מאוד מאוד מאוד און פאראורזאכט א נאטורליכע סלידה דערפון.

זעה מינוט 30:25 און 31:42

אגב, לעומת זה די אינטערוויו מינוט 33:45 מיט דעם חב”דסקער בחור איז ממש יעדעס ווארט לעכטיג.

די סיבה פארוואס די אינטערוויוס כאפן מיר איז ווייל סאיז רענדאם און געבט אן אריינבליק, עכ”פ סקען געבן, אן אריינבליק וויאזוי א צווייטע קרייז טראכט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 297

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 9:57 pm

זעה דעם קליפ געברענגט דורך ידידינו הרב @פליט

ניין! כגיי נישט באשמירן גאנץ ברסלב צוליב דער אינטערוויו מיט צוויי וואס פאררופן זיך ברסלבע אידן.

אבער זעהט די שפראך וואס גייט פאר... איינער פרעגט פארוואס ווילסטו משיח זאל קומען? איז די ענטפער אז די גאנצע וועלט מוז אנערקענען אינעם צדיק יסוד עולם ר’ נחמן. העלאו! קען זיין ביסט אפילו גערעכט אין דעם, אבער דאס פרעדיגן איבער דאס גלויבן אין איין ספעציפישע צדיק איז א דבר מוזר מאוד מאוד מאוד און פאראורזאכט א נאטורליכע סלידה דערפון.

זעה מינוט 30:25 און 31:42

אגב, לעומת זה די אינטערוויו מינוט 33:45 מיט דעם חב”דסקער בחור איז ממש יעדעס ווארט לעכטיג.

די סיבה פארוואס די אינטערוויוס כאפן מיר איז ווייל סאיז רענדאם און געבט אן אריינבליק, עכ”פ סקען געבן, אן אריינבליק וויאזוי א צווייטע קרייז טראכט.
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
טעקנעקלי מעג מען שוין מאכן וויצן...

ס’איז שוין נישט תשעה באב...

הרב @מסתמא מיינע שכנים האלטן אלע מיט וויאזוי איך לאך.... ש’כח פארן משמח זיין!!
שרייב פאוסט