שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 18, 2024 11:12 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 18, 2024 11:00 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:45 pm
בעצם קען זיין מברויך יא קענען רעדן אזוי, ווייל א סעלעברעטי האט למעשה א שטידל איינפלוס, ברויך מען אפשר יא עפנטליך ממאס זיין מגושמים?
אדער אפשר ווער פרעגט אונז?
בארעדן א יחיד? ברבים?? לכתחילה??? מיט א תירוץ אז מען דארף ממאס זיין גשם???? איז דאס אין איינקלאנג מיט'ן הייליגער חפץ חיים????? איז גשם גענוג תירוץ צו געבן די גרינעם ליכט? דארף מען פאר דעם א דעת תורה?
תינוקות של בית רבן ווייסן דאס! אסור אסור אסור!!!
יחי ההבדל בין חפצא לגברא. מ'רעדט נישט פון פערזענליך, נאר פון אזעלכע פאוסטס וואס זענען געמעקט געווארן, וואס (וויפיל איך האב געזען) רעדן פונעם סידי/סטייל.
אין איין ווארט, מ'בארעדט די גשם, נישט דער מגושם.
---
פופצי האקט מיט אנטשולדיגונג, איך האלט מיך ביי מיינס...
עפעס איך האב געזעהן דארט רעדן איבער די לענג פון איינעמס בארד.... דער ייצר הרע וועט אויפקומען מיט יעדע תירוץ דיר צו מכשיל זיין מיט א לשון הרע, און נאך ברבים, און נאך אויף א סייט וואס איז לשמו ולזכרו פונעם הייליגען חפץ חיים. לאז אים נישט האקן אין קאפ מיט פאלטשע אידישקייט קנאות! דאס מיינט אז שוחט חייב משום צובע, די גרעסטע עבירה, אבער ער מאכט דיר מיינען אז ס'איז א מצוה!
אין א סייד נאוט. דו האלטסט א רגע אז מיט דעם וואס מען רייסט איינעם דא אראפ וועט ער טוישן זיין סטראטעגיע? אויב נישט וואס איז די פוינט? ווער עס איז ממאס גשמיות איז ממאס סיי ווי, און ווער נישט וועט א פאוסט אויף אידטיש אים נישט מחזיר בתשובה זיין. זאג א קאפיטעל תהלים און דו ביסט פארטיג מיט דיין השתדלות. מען טונקט זיך אין שמוץ מיט א תירוץ אז מען שטעלט דעם דור אויף די רעלסן.... עס איז נישט דיין טעיסט, קויף עס נישט. אויב בעהט דיר דער זינגער א מיינונג, זאג אים וואס דו האסט צו זאגן. אבער אראפרייסן אויף א פאבליק פלאטפארמע?? הישמע כזאת?? דא אויף אידטיש, דא איז די פלאץ וואו מען איז מדריך דעם דור?
ימות ההבדל בין גברא לחפצא. מתוך גנותו בא לידי גנותו. דאס אז אן הבטחה. נישט דא קיין צוויי וועגן אין דעם. זיי ממאס גשמיות ביי דיר אינדערהיים, אדער דא אויף אידטיש ווען עס איז נישט פון א יחיד. וואס דען איז די איסור פון לשון הרע אויב נישט דאס?
@צייטווייליג כה לחי! כי לך נאה כי לך יאה! א מוסטער פון אן אחראי! ממך ילמדו וכן יעשו!