1) איך האב נישט געשריבען אז ער שרייבט דאס אלס א אייינציגע סיבה, טאקע ווייל איך האב עס געזען אינעווייניג, און געזען אז ער זאגט עס נאר אלס נאך א סיבה.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:51 pmאיך מוז מיך איינהאלטן... איך האב געוואלט שרייבן "שומו שמים"... אבער איך גלייב אז איר זאגט נישט קיין אייגענע חידושים נאר איר זאגט נאך פון היינטיגע מלקטים וואס פארדרייען ליידער.פנים חדשות האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:34 pmדער סיבה שרייבט הגאון ר' הלל מ'קאלאמייע זצ"ל אין זיין ספר מקרי דרדקי (בראשית אות ל"ה), אבער איך האב ביז יעצט נישט געברענגט דער סיבה, נאר אנדערע סיבות.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:25 pm @פנים חדשות איז דא א ראשון אדער אחרון וואס שרייבט אז די טעם הכיסוי איז בלויז כדי צו דערקענען א סימן אויף אן אשת איש, כלומר, מראית עין?
1) רבי הילל מקאלאמייע זאגט דעם טעם אלס א "עוד טעם"! נישט אויף אוועקצונעמען די עיקר טעם פון פריצות והרהור.
2) ער זאגט נישט דעם טעם אויף "פריעת ראש". ער זאגט עס אויף א שייטל! אז אפילו א שייטל איז "אויך אסור" מחמת טעם זה. אבער פריעת ראש? איז פשוט וועגן הרהור ופריצות.
און אגב, דבריו קענסטו זען אז דער איסור "מראית עין" איז נישט בלויז אלס אז מ'וועט זיך טועה זיין, נאר ס'איז ממש אן איסור פונקט ווי גיין מיט א בגד וואס זעט אויס ווי די גוף, ממש ווי דער סאטמאר רבי האט געזאגט (וואו אונזער שמועס האט זיך אנגעהויבן)
2) ביסט פשטות גערעכט אז ער זאגט דער טעם נאר אויף א שייטעל, און אויף כיסוי הראש בכלל שרייבט ער דא נישט א טעם (די"ל שמיירי רק מהפועל יוצא, וכדברי הקונטרס הנ"ל).
3) איך בין נישט זיכער אויב ביסט גערעכט מיט דיין פונקט וועגן דעם אז די מ"ע איז ערגער פון בלויז דאס אז מ'וועט זיך טועה זיין, היות ס'קען זיין אז דאס אליין אז מ'וועט זיך טועה זיין איז גורם אז די כיסוי איז גארנישט און ס'כאילו די האר איז נישט צוגעדעקט.