אינטרעסאנט, ווייל פונקט אזוי וועט אויך נישט איינפאלען צו אנטוהן א קלייד וואס קוקט כמעט אויס ווי די גוף..., ווי אויך איז האר די איינציגע זאך וואס איז מותר ביי מיידלעך (אויך א דערוואקסענע וואס עלטערט זיך, און זי זעט אויס פאר יעדער איינער (וואס קען זי נישט פערזענליך, און ווייסט נישט אז זי איז נאך א מיידעל) ווי א חתונה געהאטע פרוי מיט האר), אזוי אז ס'איז זייער קלאר אז ס'דא א ריזיגע חילוק צווישן די גוף און די האר, און מ'קען נישט מדמה זיין איינס צום צווייטען (דאס איז חוץ די פילע ראיות וואס ס'דא פון פריערדיגע פוסקים אז שייטלעך איז מותר, אפילו ווען ס'קוקט אויס ממש ווי אייגענע האר (און לעצטענס האט מען געטראפען א קבר אין מצרים פון עטליכע טויזענט יאר צוריק, ווי אלץ איז געווארען פראזאווירט משונה'דיג גוט, און איינע פון די זאכען וואס מ'האט געטראפען דארט איז א שייטעל וואס זעט אויס ווי אייגענע האר, אזוי אז טעכניש האט מען געקענט מאכען אזעלכע סארט אויך אין די אלטע צייטען, עכ"פ פאר די ריכטיגע פרייז), און די עיקר סיבה פארוואס געוויסע פוסקים האבען געהאלטען אז ס'אסור, איז אלץ מראית עין, וואס איז נישט נוגע טאמער גייען אסאך פרויען מיט אזעלכע סארט שייטלעך, וכמבואר בנו"כ השו"ע ביו"ד סי' פ"ז).דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:20 pm איין אויסצוג וואס כהאב נאכגעהערט אז דער רבי האט געזאגט:
"פונקט ווי ס'וועט קיינעם נישט בייפאלן צו אנטון א קלייד וואס זעט אויס ממש ווי דעם גוף ח"ו און שרייען 'איך בין געהעריג אנגעטון', יעדער פארשטייט אז דאס איז אן ערוה, די זעלבע מיט שער באשה ערוה, אויב זעט עס אויס ווי האר איז עס א געהעריגע ערוה ר"ל"
נאר לכאו' האלט די רבי שליט"א אז אין זיין קרייז איז אנגענומען געווארען לאיסור (ווייל בעצם איז דאך די גאנצע שייטלעך אין סאטמער א שטארקע קולא, דלא כדעת הד"ח מצאנז זצ"ל, און דער קולא איז נאר אנגענומען געווארען אויף סינטעטישע שייטלעך והבו דלא לוסיף עלה), אדער אז היות די עולם אין סאטמער/ק"י גייט כמעט נאר מיט סינטעטישע שייטלעך (על הצד אז ס'איז אזוי, איך האב נישט קיין אנונג), דערפאר איז עס אסור, וכידוע שבעניני צניעות תלוי מאוד בדרך העולם/הציבור החרד לדבר השם במקומות הללו (חוץ ממה שמפורש בגמ' לאיסור, כמובן) וכעין מה שמצינו שבעבר היה חיוב ללבוש רדיד וכיום אינו חיוב כלל וכעי"ז הרבה, און דערפאר באנוצט ער זיך אויך מיט גוזמא'דיגע אויסדריקען (וכזה מצאנו אצל הרבה גדו"י, ובפרט אצל הויוא"מ זצ"ל כידוע, וכעין שמותר לשנות מפני השלום, וכעי"ז מצאנו בגמ' פסחים קי"ב ע"א, וע"ע עירובין י"ג ע"א, וכזה בעוד כמה מקומות בש"ס).
(כמובן שאין כונתי ח"ו לזלזל וכדומ' בגדו"י שליט"א וזצ"ל שהזכרתי, ובאם משתמע זלזול וכדומ' חוזרני בי)