דאנערשטאג פרשת בלק בצל הקודש אין מחנה דברי יואל
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ח ר׳ יודא ארי גוטמאן הי״ו.
אום 8:30ֶ איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול,
בעל תפילה: הב׳ ישראל מאיר עפשטיין ני״ו.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
כהן: הב׳ חיים הערש ב״ר בערל ראזענבערג הי״ו.
לוי: הב׳ ישראל מענדל ב״ר יושע צבי טירנוער הי״ו.
שלישי: הבחור הבר מצוה ב״ר יודא ארי גוטמאן הי״ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה״ח ר׳ יודא ארי גוטמאן הי״ו.
נאכן דאווענען איז דער בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 5:15 ביז 7:30 נאכמיטאג.
אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין בביתו נאוה קודש, בעל תפילה איז געווען הב׳ אהרן דייטש ני״ו.
אום 9:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הב׳ איסר שווארטץ ני״ו.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 11:15 אויפדערנאכט.
~

~
פרייטאג פרשת בלק בצל הקודש אין מחנה דברי יואל
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הרה״ח ר׳ יוסף גוטמאן הי״ו פון קרית יואל.
בן הרה״ח ר׳ בנימין קליין הי״ו.
אום 8:30ֶ איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד,
בעל תפילה: הב׳ ישראל מאיר עפשטיין ני״ו.
נאכן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
שב״ק פרשת בלק בצל הקודש אין מחנה דברי יואל
אום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד היכל דברי יואל צו תפילת מנחה און איז צוגעגאנגן צום עמוד,
קבלת שבת: הרב אברהם יצחק קאהן שליט״א נכד רבינו.
נאכן דאווענען איז מען אריבער גוט שבת זאגן און די געסט האבן שלום גענומען,
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי שע''י הביהמ''ד און געזאגט די זוהר לליל שבת קודש,
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען אין גרויסן היכל אהל אלטא פיגא צום שלחן הטהור און סעודת שב''ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און די געסט,
דער רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם, מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געוועהן נכדו הבה״ח נתן נטע בן הגה״צ אב״ד ור״מ ירושלים - ק״י שליט״א
הגבהת הכוס: הרה״ח ר׳ שמואל טייטלבוים הי״ו משב״ק.
מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען די מנגנים,
ביי די תורה האט זיך דער רבי געשטעלט אויף די פסוקי הפרשה בדרך דרוש און ארומגערעדט אז יעדע שבת ביי מנחה ווערט אנגערופן ׳רעווא דרעוון׳ ווייל במשכ׳ן וואך איז בזמן מנחה ׳דין׳ אבער שבת איז נישטא ׳דין׳ במילה איז דא דאפעלטע רחמים,
מיט דעם האט דער רבי געטייטשט אז ביי די ברכות פון בלעם איז געווען א געוואלדיגע עת רצון וויבאלד געווענליך איז ׳אל זועם בכל יום׳ אבער יעצט ווען די אויבערשטער האט נישט געצערענט איז געווען א דאפעלטע עת רצון.
פאר׳ן בענטשן האט דער געהייסן זינגען עטליכע ניגוני הודאה שטייענדיג א יאר פון די ביטערע קאר עקסידענט ווי עס איז געווען פארמישט הגה״צ ר׳ ליפא שליט״א און חדב״ן הגה״צ ר׳ יואל שמעון פריעדמאן שליט״א,
מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געוועהן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלטר גלאנץ שליט״א ר״מ בישיבה.
נאכן טיש האט מען אהיים באגלייט דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט דער רבי איבערגעשמועסט די תורה.
יום שבת קודש
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית
פסוקי דזמרה: הב׳ יואל ברוך ב״ר שמואל דוד מארקאוויטש הי״ו.
צו שחרית איז צוגעגאנגען הגה״צ ר׳ ליפא שליט״א.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה: מו״ה יצחק מאיר פעלדמאן הי״ו.
כהן: הרב נפתלי שלום גלאנץ שליט״א.
לוי: הרב אברהם שלום פנחס ראטענבערג שליט״א נכד רבינו.
שלישי: חדב״ן הגה״צ ר׳ יואל שמעון פריעדמאן שליט״א.
רביעי: הגה״צ ר׳ ליפא שליט״א.
חמישי: הבה״ח משה ב״ר בנציון שווארץ הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען שישי
שביעי: הבה״ח יחזקאל מנחם בהה״ג ר׳ שמעון ישראל פאזען שליט״א.
אחרון: הרב חיים טייטלבוים שליט״א בן הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א.
מפטיר: הרה״ג ר׳ יעקב נחמן שטויבער שליט״א מנה״ר בישיבה.
הגבה: מו״ה פייוול רובין הי״ו.
גלילה: מו״ה משה קלמן פריעדמאן הי״ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ יעקב נחמן שטויבער שליט״א.
פתיחה לאנעים זמירות: הב׳ מרדכי שלמה ב״ר יואל פיש הי״ו.
מען האט פארענדיגט ארום 12:45, און מען איז אדורך גוט שבת זאגן.
נאכ׳ן דאווענען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א קידוש אינאיינעם מיט בני וחתני ונכדי רבינו שליט״א במקום סעודת הודאה אפצייכענדיג א יאר פון די קאר עקסידענט ווי עס זענען געווען פארמישט הגה״צ ר׳ ליפא שליט״א און חדב״ן הגה״צ ר׳ יואל שמעון פריעדמאן שליט״א,
הגבהת הכוס: הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א.
דער רבי האט ארומגערעדט א לענגערע צייט עניני הודאה און פארציילט סיפורי צדיקים פון די יארצייטן פון די וואך,
דערנאך מכבד געווען הגה״צ ר׳ יואל שמעון פר״מ שליט״א און הגה״צ ר׳ ליפא שליט״א וואס האט אויפגעטרעטן ברגשי לבבו איבער די נסים וואס מען האט זוכה געווען, און דערביי זיך באדאנקט פאר רבינו שליט״א און פאר די בני המשפחה וואס האבן ארויסגעהאלפען במשך יענע תקופה.
נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צום בייטאג טיש און געפראוועט אויף פריוואטע פארנעם מיט די אייניקלעך,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יצחק קאהן שליט״א
מנחה ושל״ס
אום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ ירוחם דייטש שליט״א מנה״ר בישיבה.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
פתיחה: הב׳ לוי יצחק פעקעטע ני״ו
כהן: הרב אברהם יצחק קאהן שליט״א נכד רבינו.
לוי: הב׳ אשר זעליג ב״ר זיידא ישראל חיים קרויס הי״ו.
שלישי: הרב שמעון מייזליש שליט״א נכד רבינו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הב׳ הלל ב״ר שמעון כ״ץ הי״ו.
דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ משה שמואל זופניק הי״ו נדיב המחנה.
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ וואלף לעפקאוויטש הי״ו פון קרית יואל.
דער רבי האט געזאגט תורה און ארומגערעדט וואס שטייט אז בלק האט געזעהן העמיד משה החמה און דאס האט אים געמאכט מורה האבן פון די אידן, און נאכגעזאגט פון ישמח משה אז די שמש גייט אלץ אקעגן די גלגל און טוט פארקערט ווי עס ציט איר, אלץ כדי צו טוהן די רצון השם, די זעלבע איז צדיקים ׳ואוהביו כצאת השמש בגבורתו׳, זיי רייסן פון זיך זייערע רצונות צוהט זיי, אלעס כדי צו מקיים זיין רצון הבורא.
ידיד נפש: הרה״ג ר׳ יעקב נחמן שטויבער שליט״א מנה״ר בישיבה.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ יעקב נחמן שטויבער שליט״א מנה״ר בישיבה.
נאך מעריב איז מען אדורך זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה און געזאגט ויתן לך.
~


~