► Show Spoiler
זונטאג פרשת בלק
מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה גדולה – סניף קדושת יואל. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר חתני הבר מצוה הב' בן מו"ה ר' אהרן פרידריך הי"ו, הב' בן מו"ה ר' חיים אלעזר העללער הי"ו, און הב' בן מו"ה ר' יואל ברא"י רובינשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז אנגעקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א לרגל די שמחת הבר מצוה פון נכדו למז"ט הב' בן בנו הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד יראי השם אין שכונת ברוך טעם קרית יואל. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון מצות תפילין, איטר יד וכו', דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און פאר בנו הרה"ג רב דביהמ"ד יראי השם שליט"א, און פארן בר מצוה בחור ני"ו.
בערך אום 1:20 איז דער רבי ערשינען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די גרויסארטיגע חומש סעודה מיט די אריבער פינף הונדערט תלמידים בליעה''ר, אין די 21 כיתות פון כתה א', פון אלע סניפים אין די מוסדות הק' קרית יואל יצ"ו.
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א. דאן האט דער רבי שליט"א געמאכט א לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה, און דערנאך פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגער'ל.
אויך האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד מוה"ר משה גאלדשטיין הי"ו וועלכער האט אפגעקויפט דעם זכות המעמד, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 2:40.
אין די נאכמיטאג שטונדן האט מרן רבינו שליט"א געלערנט מיט א' מתלמידי הישיבה אין חדרו הפרטי פון ישיבה גדולה סניף ברך משה.
שפעט נאכמיטאג איז בביתו נאוה קודש פארגעקומען אן אסיפה מיט הנהלת קהלתינו הק' פון מאנטרעאל אינאיינעם מיט הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ דקהלתינו מאנטרעאל, איבער די ענדגילטיגע פלענער פון התחדשות המוסדות אין מאנטרעאל וואס וועט אי"ה געעפענט ווערן אויפ'ן קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט, דער רבי איז איבערגעגאנגען אלע פרטים און געגעבן הדרכות וברכת קדשו פאר די הנהלה.
פארנאכטס האט מרן רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביים חופה פון המחותני הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, און הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו ביים זאל פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי מרן רבינו שליט"א א קבוצה בחורים תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל ווי זיי האבן זיך בס"ד אויסגעצייכענט אויף גאנץ הלכות שבת, הבה"ח ליפא בן הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א, הבה"ח אלימלך בן הר"ר חיים ארי' כהנא שליט"א, הבה"ח יעקב קאפל יוסף ב"ר יואל פרידריך הי"ו, הבה"ח שמעון ישראל ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו, הבה"ח געציל ב"ר יואל רובינשטיין הי"ו, הבה"ח נחמי' צבי ב"ר חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו, און הבה"ח מאיר ב"ר אברהם לייב קליין הי"ו.
באולם שעל יד ביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די ווארט-תנאים פון המחותנים הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו, און הרה"ח ר' יואל ברא"י ווייס הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים.
ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און אום 12:00 אזייגער האט דער רבי האט געדאווענט מעריב.
מאנטאג פרשת בלק
מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה גדולה – סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר חתני הבר מצוה הב' בן מו"ה ר' יואל מאיר טייטלבוים הי"ו, און הב' בן מו"ה ר' אלעזר ארי' יונגרייז הי"ו.
נאכ'ן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שטונדן האט מרן רבינו שליט"א געלערנט מיט א' מתלמידי הישיבה אין חדרו הפרטי פון ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארנאכטס האט מרן רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו, און הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו ביים זאל פון כינור דוד. און ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"מ וויינבערגער הי"ו (מאנסי), און הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו ביים זאל פון בית רחל פאראדייס.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"ג רבי ברוך אבערלענדער שליט"א אב"ד הבד"צ דקהילות החרדים ד'בודאפעסט, ווי ס'האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בעניני הלכה איבער שחיטה און מקואות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און אום 12:15 האט מען געדאווענט מעריב.
אויך זענען בעת די זמני כניסה אריין אל הקודש פנימה אריבער 100 בחורים פון די סניפי הישיבות קטנות אין קרית יואל, וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאללאר און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת די מוסדות הק' אין קרית יואל. דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר די בחורים א מתנה ספרו לב אהרן.
אזוי אויך זענען אריין אל הקודש פנימה די עסקנים פון חבורת 'בחרתנו' פון מאנסי, און חבורת 'להעלות' פון קרית יואל און וויליאמורג פאר בחורי קהלותינו הק'. דער רבי האט געהערט א באריכט פון רבני קהלתינו הק' במאנסי איבער די פילע פעולות פון די חבורה וואס גייט שוין אהן עטליכע יאר מיט א שטארקע הצלחה בס"ד, און דערביי אויסגעשמועסט דאס נחיצות פון לערנען ספרי חסידות און מוסר און איבער אריינגעבן אין די בחורים א געשמאק אין אידישקייט דורך לימוד התורה, און דער רבי האט געגעבן הוראות און אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים און נקודות פאר די חבורה אין קרית יואל וועלכע וועט זיך פארברייטערן אין אלע בתי מדרשים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.
דינסטאג פרשת בלק
פאר'ן דאווענען איז אין ביהמ"ד הגדול פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד למז"ט למו"ה ר' שאול גרשון ווייס הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה גדולה – סניף עצי חיים. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר חתני הבר מצוה הב' בן מו"ה ר' יואל מרדכי בערקאוויטש הי"ו, הב' בן מו"ה ר' אברהם שמחה פריעדמאן ע"ה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שטונדן האט מרן רבינו שליט"א געלערנט מיט א' מתלמידי הישיבה אין חדרו הפרטי פון ישיבה גדולה סניף ברך משה. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
בערך אום 7:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי האט געליינט די תנאים, געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, און פארן זיידן משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
פארנאכטס איז מרן רבינו שליט''א אריינגעפאהרן קיין וויליאמסבורג צו די וועכענטליכע זמני כניסה, וואס איז געווען פון ארום 8:50 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
מיטוואך פרשת בלק
מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין היכל המתיבתא – סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר חתני הבר מצוה הב' בן מו"ה ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו, הב' בן מו"ה ר' ברוך גרויז הי"ו, און הב' בן מו"ה ר' זלמן לייב פעקעטע הי"ו.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
שפעטער איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד למז"ט למו"ה ר' יעקב ברא"מ לאנדא הי"ו, אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, און לבן הנולד למז"ט למו"ה ר' אפרים הערש פארקאש הי"ו, אין שטב פון זיין פאטער הרה"ח ר' חיים הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת דקרית יואל.
אין די נאכמיטאג שטונדן האט מרן רבינו שליט"א געלערנט מיט א' מתלמידי הישיבה אין חדרו הפרטי פון ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארנאכטס האט מרן רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו, און הרה"ח ר' חיים דוד ניישטאדט הי"ו ביים זאל פון בית רחל פאראדייס. און ביים חופה פון המחותנים הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א, און הרה"ח ר' ישראל ארי' האללענדער הי"ו ביים זאל פון כינור דוד. און דאן ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר' שמואל מאיר האלצער הי"ו, און הרה"ח ר' יעקב קעלנער הי"ו ביים זאל פון גינת קליין.
ארום 8:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט., דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:15 אויפדערנאכט.
באולם שעל יד ביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די ווארט-תנאים פון המחותנים הרה"ח ר' אהרן פערל הי"ו, און הרה"ח דוד יואל כהן הי"ו, און המחותנים הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו, און הרה"ח שמעון שווארטץ הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים.
בעת די זמני כניסה זענען אריין אל הקו''פ די עסקני וועד קרן הבנין פונעם היכל התורה 'היכל לב אהרן' אין מאנטשעסטער. דער רבי האט געהערט א באריכט און איבערגעקוקט די פארשריט פון די בוי ארבעט און איבער די ווייטער'דיגע פלענער און מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז פארגעקומען אן אסיפה בקודש פנימה מיט די רבני 'וועד לטהרינו' שע"י קהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ה"ה הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א, הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א, הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א, הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א, אינאיינעם מיט עטליכע עסקנים לעניני טעכנעלאגיע, מען איז איבערגעגאנגען א לענגערע צייט פארשידענע פרטים בעניני טעכנעלאגיע, און מאציל געווען מברכת קדשו.
דאנערשטאג פרשת בלק
פאר'ן דאווענען איז אין ביהמ"ד הגדול פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד למז"ט למו"ה ר' לייבוש פארקאש הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א איז געווען סנדק און מוהל, און לבן הנולד למז"ט למו"ה ר' יואל בר"ל אפפעל הי"ו, וואו מרן רבינו שליט"א איז געווען סנדק.
מרן רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין היכל המתיבתא – סניף ברך משה. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר חתני הבר מצוה הב' בן מו"ה ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו, הב' בן מו"ה ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו, און הב' בן מו"ה ר' יואל בר"ל עפשטיין הי"ו.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' נתנאל ליבערמאן שליט"א מ'בעסערמין ע"פ אחיו הר"ר מאיר אברהם ע"ה.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין אל הקו''פ תלמידי ישיבת בית אברהם פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר צבי בוים שליט"א, דער רבי האט פארהערט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
פארנאכטס האט מרן רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביים חופה פון המחותנים הרה"ח ר' יחזקא שרגא כ"ץ הי"ו, און הרה"ח ר' דוד זכרי' ראטה הי"ו ביים זאל פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז בקו"פ פארגעקומען אן אסיפה מיט די הנהלת החברה קדישא דקהלתינו ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות און ענינים אויף וואס דער רבי האט געגעבן הוראת קדשו.
אויך זענען אריין אל הקו''פ די הנהלת הקהלה אין קרית יואל אינאיינעם מיט די עסקנים פון די נייעסטע פון די 27 בתי מדרשים ד'קהל יטב לב אין קרית יואל אויף די דזשיקוב גאס בשכונת דברי יואל, מקבל צו זיין ברכות קדשו לרגל פתיחת שערי ביהמ''ד דעם פארגאנגענעם שב''ק, דער רבי האט געהערט א באריכט און דאן קורא שם געווען פארן ביהמ''ד 'ביהמ''ד אמרי נועם', און מאציל געווען מברכות קדשו.
באולם שעל יד ביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די ווארט-תנאים פון המחותנים הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו, און הרה"ח ר' אליעזר זוסיא רייז הי"ו, און המחותנים הרה"ח ר' מרדכי יצחק כ"ץ הי"ו (ב"פ), און הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו וואו מרן רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
פרייטאג פרשת בלק
ערש"ק אינדערפרי האט דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק דקיט"ל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון וויליאמסבורג - סניף אהבת התורה, בהנהלת הרה''ג ר' יחיאל מיכל סעקולא שליט"א.
דער רבי שליט"א האט תפילין געלייגט פאר חתני הבר מצוה הב' בן הרה"ח ר' יואל ב"ר זכרי' ראטה הי"ו, און הב' בן מו"ה ר' אברהם בנימין זאב שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען זענען אריין בחדר הפרטי תלמידי שיעור א' אינאיינעם מיטן מגי''ש נכד רבינו הרה''ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ווי דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות וואס מען האט געלערנט אין די ישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מגידי שיעור, בר מצוה בחורים, און פאר אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז די בחור'ישע יארן זענען די עיקר יארן פון די לעבן און מען דארף זעהן צו קונה זיין א 'אהבת התורה', און ארומגערעדט דברי הדרכה, זאגענ'דיג אז ער הערט צוריק הערליכע גריסן פון די ישיבה, און האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן במדבר פאר אלע תלמידי הישיבה, און דערנאך אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש איז אריין הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראה"ק אין וויליאמסבורג, וועלכער איז נארוואס צוריקגעקומען פון א באזוך אין ארה"ק בקרב קהלתינו הק' אין ירושלים און בני ברק, און האט איבערגעגעבן א באריכט פון די בוי ארבעט ביים בנין הגדול תל תלפיות דקהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק ווי מען האט די פארלאפענע וואך בס"ד אנגעהויבן די פאקטישע גראב ארבעט אויפ'ן שטח, און איבער דעם גמר הבנין פונעם בנין המפואר בית חינוך לבנות בנות ארץ ישראל שע"י מוסדותינו אין בני ברק וואס שטייט שוין ביים גמר הבנוי', דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף פארשידענע פרטים און מאציל געווען מברכות קדשו.
שבת קודש פרשת בלק
אום 9:00 איז מרן רבינו אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו תפלת מנחה אנהויבנדיג מיט א ברען 'הודו לה' כי טוב'.
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הר"ר שלמה ווייס הי"ו פון בארא פארק. מ'האט געענדיגט דאווענען בשעה 10:35, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור איז אריבער זאגן 'גוט שבת'.
שולחן הטהור
בשעה 11:05 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צום 'שולחן הטהור' אין היכל השולחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' מיט אן אש להבה. מיט 'אשת חיל' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויו"מ-ברך משה שליט"א. מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' שמואל זאנוויל סיגלער הי"ו פון שיכון סקווירא.
מיט'ן זמר 'כל מקדש' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' שמואל זאנוויל סיגלער הי"ו, און מיט'ן זמר 'מנוחה ושמחה' הרה"ח ר' יודל שווארטץ הי"ו פון לאנדאן.
דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'ויגר מואב מאוד כי רב הוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור.
מיטן זמר 'י-ה אכסוף' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר יחזקאל לאנדא שליט"א פון לאנדאן, מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הר"ר נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויוא"מ-ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי משה דד מ'טאלטשעווע זי"ע זיע''א וואס זיין יארצייט איז פאלט אויס די וואך.
מיטן זמר י-ה רבון עלם האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם נויפעלד הי"ו פון בארא פארק.
ביי די פירות זענען די חתנים אריבער נעמען שיריים. מיטן זמר אז ביום השביעי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א מר"י ישיבה גדולה – שיעור ד', מ'האט געענדיגט דעם טיש אום 1:50.
וביום השבת קודש
שב"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אום 9:40, מיט פסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט"א, מרן רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית כנהוג, און צו חזרת הש"ץ האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט נכדו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט הוצאה והכנסה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יעקב זלמן האללענדער הי"ו און מיט פסוקי שמע ישראל הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו פון וויליאמסבורג.
עליות
כהן: החתן משה בן הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו; לוי: החתן בן הרה"ח ר' אברהם צבי דאסקאלאוויטש הי"ו; שלישי: החתן משולם איסר ני"ו בן הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו; רביעי: החתן הערשל ני"ו בן הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א; חמישי: החתן בן הרה"ח ר' יואל בר"מ וויינבערגער הי"ו; שישי: מרן רבינו שליט"א, דער רבי שליט"א האט קורא שם געווען לבתו הנולדה למז"ט למו"ה ר' שמשון צבי פאגעל הי"ו, לבתו הנולדה למז"ט למו"ה ר' יושע אליעזר ווייסמאן הי"ו, פאר בתו הנולדה למז"ט למו"ה ר' מאיר כ"ץ הי"ו, און פאר בתו הנולדה למז"ט למו"ה ר' אליעזר בנימין אבעלעס הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו; אחרון: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א; מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו; הגבה: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו; גלילה: הרה"ח ר' חיים אלי' ראטה הי"ו (וויליאמסבורג).
מוסף: מיט תפלת מוסף איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, מיט פתיחת הארון פאר אנעים זמירות איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' חיים דוד ניישטאדט הי"ו פון וומסב"ג. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעווא דרעווין
אום 8:55 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה ושל"ס, עס איז נתכבד געווארן צו דאווענען פאר'ן עמוד הרה"ח יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו, מיט הוצאה והכנסה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יודל שווארטץ הי"ו (לאנדאן); כהן: הר"ר הערשל כ"ץ הי"ו (וומסב"ג); לוי: הרה"ח ר' אברהם צבי דאסקאלאוויטש הי"ו (ב"פ); שלישי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו (וומסב"ג); גלילה: הר"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א (וומסב"ג).
מיט'ן זמר 'אודה' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו, און מיט 'שיר המעלות' הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'לא הביט עון ביעקב' און געטייטשט אז דורך די כח הקדושה פון די תורה הקדושה קען מען אלץ ארויסגיין פון די נ' שערי טומאה, און מען קען מאכן די ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג, ובכן אבא אל המלך וואס איז די ע''ב יום פון שבעה עשר בתמוז ביז ראש השנה, מען זאל מאכן אן אמת'ע התבננות הנפש די טעג זאלן האבן די ריכטיגע משמעות די ריכטיגע הכנה און די ריכטיגע הרהורי תשובה.
מיטן זמר ידיד נפש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' דוד ניישטאדט הי"ו, און מיט'ן זמר קל מסתתר הרה"ח ר' חיים אלי' ראטה הי"ו פון וומסב"ג. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מיט תפלת מעריב איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. און דאן האט דער רבי שליט"א געמאכט הבדלה. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט ארויסבאגלייט מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן די וואך קיין ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש.מען האט געענדיגט ארום 11:15.
במוצאי יום גילה
נאך הבדלה זענען אריין אל הקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה דשיכון סקווירא וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאך 2:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריבער צו די נייע לאקאציע פון די 'טינאו' (דרייוו גודס) קליידער געשעפט אויף קארלסבורג אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' יואל אלי' שווארטץ הי"ו וואס איז געעפענט געווארן צו פארקויפן די צניעות'דיגע קליידער אויפן ניי-אראפגעשטעלטן סטאנדארט ספעציעל געאייגנט פאר די תלמידות בית רחל אין קרית יואל פאר'ן קומענדיגן סעזאן.
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך זיך אומגעקוקט אינעם געשעפט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן בעה"ב און פאר אלע מיטארבעטער און פאר די הנהלת המוסדות.