הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
Re: הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
מכתב הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא
- פיילס
-
- unnamed (14) (1).jpg (230.75 KiB) געזען געווארן 771 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל.א יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 15, 2023 3:06 pm כ'הער אז די שטיבל רעדאקציע פלאנט צו נעמען א פלאץ אין די דיסקוסיע. זיי גייען האבן א דעבאטע צווישן ביידע צדדים
זיי האבן נישט גענומען קיין שטעלונג, און ניטאמאל אויסגעקלארט ביידע צדדים.
נאר אזויפיל, געברענגט א באריכט פון אן אריגינעלע זשורנאליסטישע מערכה צו דערגיין די עומק הדברים. זייער זיס געווען.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5504
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10789
Re: הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
כהאב עס נישט געזען. כהאב אבער געהערט זיך אפרעדן אז ס'האט זייער 'חוזק געמאכט' פון די גאנצע מעשה.
ווייסעכניש.
ווייסעכניש.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5504
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10789
Re: הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
לצים זאגן אז די מלחמה איז ארויף א שטאפל...
- פיילס
-
- Screenshot 2023-08-23 145233.jpg (65.95 KiB) געזען געווארן 750 מאל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 135
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
- Location: new york
- x 204
Re: הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
א בירור הלכה וואס א מגיד שיעור א מורה הוראה - אין ישיבה קטנה שערי תורה ויראה דסאטמאר ק"י - האט אויסגעטיילט פאר די בחורים (איך האב נישט געקענט עטעטשן די פייל, האב איך געקאפי"ט די טעקסט דא אהער).
בס"ד
בירור בענין מזונות ראולס להלכה למעשה
מזונות ראל'ס וואס אפילו מען פילט די זיסקייט נעמט דאס נישט איבער דעם גאנצן טעם, איז לכאורה לויט שיטת המחבר בדברי הרמב"ם, א מזונות, און לויט שיטת הרמ"א בדברי הרמב"ם "המוציא". אבער דער מנהג העולם איז צו מאכן א מזונות, ווייל עס איז דא כמה פוסקים וואס זיי זאגן אז דאס וואס דער רמ"א זאגט אז עס "מוז" זיין דער עיקר טעם די זיסקייט, איז נאר ווען עס איז רוב וואסער און ווייניג זיסקייט, ווייל אפילו כמעט האלב פון די פליסיקייט איז האניג, הייסט דאס אויך ווייניג, און די וואסער איז "רוב", דעמאלטס זאגט דער רמ"א אז מען מוז פילן די עיקר די זיסקייט, אבער אויב רוב פליסיקייט איז נישט פון וואסער, דעמאלס איז פשוט אז עס איז פת הבאה בכיסנין.
עס איז דא א שטארקע ראי' צו די פוסקים, פון טו"ז, וואס ער זאגט אויף שיטת הרמ"א אז עס איז "פשוט" אויב מען מישט אויס די מעהל מיט רוב מילך איז עס פת הבאה בכיסנין לויט יעדן, אפילו לויט דעם רמ"א, און מילך געט נישט קיין שטארקע זיסקייט אין א טייג, על כרחך מיז מען זאגט פשט אין טו"ז אז ער וויל זאגן דאס וואס די פוסקים זאגן אז דער רמ"א רעדט נאר פון רוב וואסער אבער ביי רוב מילך נישט.
וועלכע ברכה מאכט מען אויף פיצא
דער מג"א אין סוף סימן איז מחדש אז די ערשטע שיטה אז נאר אויב די פרעמדע זאך וואס מען לייגט ארויף אויף די טייג איז אזא זאך וואס מען עסט נישט ביי א סעודה, אויב אבער מען לייגט ארויף פיש אדער פלייש אדער קעז וואס מען עסט דאס ביי א סעודה, איז נישט פת הבאה בכיסנין. דער טו"ז קריגט מיט'ן מג"א, אבער די פוסקים נעמען אן ווי דער מג"א. וועגן דעם פיצא וואס איז נישט געמאכט מיט זיסע טייג איז "המוציא".
לויט די מיינונג פון די רבנים פונעם קול קורא אז מען קען נישט מאכן א מזונות אויף ראול'ס, איז לכאורה קען מען נישט מאכן א מזונות אויף פיצא, וצ"ע לשיטתם די ברכה אויף פיצא.
לענין הלכה
אויב עס איז נישט רוב מי פירות, אפילו מען פילט א זיסקייט אדער עס איז יא רוב מי פירות און מען פילט נישט קיין שום זיסקייט, איז דאס לויט שיטת המחבר א מזונות און לויט שיטת הרמ"א א המוציא.
אבער אויב עס האט ביידע מעלות, סיי רוב מי פירות און סיי מען פילט א זיסקייט, אפילו דער זיסקייט נעמט נישט איבער דעם גאנצן טעם, קען מען מאכן א מזונות.

- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1719
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4371
Re: הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
איך האב נישט קיין נערווען אריין צו גיין אין די הלכה, רוב הלכות זענען שוין געשריבען געווארן דורך די רבנים. אבער ווען איך האב געלערנט בציעת הפת איז מיר אויסגעקומען קלאר אז מען דארף מאכן א המוציא.נישט קיין בהלה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:44 am וועלכע ברכה מאכט מען אויף פיצא
דער מג"א אין סוף סימן איז מחדש אז די ערשטע שיטה אז נאר אויב די פרעמדע זאך וואס מען לייגט ארויף אויף די טייג איז אזא זאך וואס מען עסט נישט ביי א סעודה, אויב אבער מען לייגט ארויף פיש אדער פלייש אדער קעז וואס מען עסט דאס ביי א סעודה, איז נישט פת הבאה בכיסנין. דער טו"ז קריגט מיט'ן מג"א, אבער די פוסקים נעמען אן ווי דער מג"א. וועגן דעם פיצא וואס איז נישט געמאכט מיט זיסע טייג איז "המוציא".
לויט די מיינונג פון די רבנים פונעם קול קורא אז מען קען נישט מאכן א מזונות אויף ראול'ס, איז לכאורה קען מען נישט מאכן א מזונות אויף פיצא, וצ"ע לשיטתם די ברכה אויף פיצא.
לענין הלכה
אויב עס איז נישט רוב מי פירות, אפילו מען פילט א זיסקייט אדער עס איז יא רוב מי פירות און מען פילט נישט קיין שום זיסקייט, איז דאס לויט שיטת המחבר א מזונות און לויט שיטת הרמ"א א המוציא.
אבער אויב עס האט ביידע מעלות, סיי רוב מי פירות און סיי מען פילט א זיסקייט, אפילו דער זיסקייט נעמט נישט איבער דעם גאנצן טעם, קען מען מאכן א מזונות.
אבער דאס וואס דו זאגסט וועגן פיצע. איז tomato sauce בכלל פונעם מגן אברהם?
און דאס וואס דו זאגסט דא לענין הלכה. איך האב נישט קיין פראבלעם אז איינער פארשטייט אנדערש ווי מיר להלכה. אבער הא גופא איז די שאלה אויף וואס אונזערע גדולי הרבנים קריגען זיך ארום. אויב עס האט ביידע מעלות, סיי רוב מי פירות און סיי מען פילט א זיסקייט
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1860
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 4260
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 135
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
- Location: new york
- x 204
Re: הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
איך קען נישט די סוגיא, און איך האב נישט קיין אהנונג וואס דער ת"ח האט געשריבן, סך הכל האב איך ארויפגעטעקסט דא וואס ער האט געשריבן.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 4:41 pmאיך האב נישט קיין נערווען אריין צו גיין אין די הלכה, רוב הלכות זענען שוין געשריבען געווארן דורך די רבנים. אבער ווען איך האב געלערנט בציעת הפת איז מיר אויסגעקומען קלאר אז מען דארף מאכן א המוציא.נישט קיין בהלה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:44 am וועלכע ברכה מאכט מען אויף פיצא
דער מג"א אין סוף סימן איז מחדש אז די ערשטע שיטה אז נאר אויב די פרעמדע זאך וואס מען לייגט ארויף אויף די טייג איז אזא זאך וואס מען עסט נישט ביי א סעודה, אויב אבער מען לייגט ארויף פיש אדער פלייש אדער קעז וואס מען עסט דאס ביי א סעודה, איז נישט פת הבאה בכיסנין. דער טו"ז קריגט מיט'ן מג"א, אבער די פוסקים נעמען אן ווי דער מג"א. וועגן דעם פיצא וואס איז נישט געמאכט מיט זיסע טייג איז "המוציא".
לויט די מיינונג פון די רבנים פונעם קול קורא אז מען קען נישט מאכן א מזונות אויף ראול'ס, איז לכאורה קען מען נישט מאכן א מזונות אויף פיצא, וצ"ע לשיטתם די ברכה אויף פיצא.
לענין הלכה
אויב עס איז נישט רוב מי פירות, אפילו מען פילט א זיסקייט אדער עס איז יא רוב מי פירות און מען פילט נישט קיין שום זיסקייט, איז דאס לויט שיטת המחבר א מזונות און לויט שיטת הרמ"א א המוציא.
אבער אויב עס האט ביידע מעלות, סיי רוב מי פירות און סיי מען פילט א זיסקייט, אפילו דער זיסקייט נעמט נישט איבער דעם גאנצן טעם, קען מען מאכן א מזונות.
אבער דאס וואס דו זאגסט וועגן פיצע. איז tomato sauce בכלל פונעם מגן אברהם?
און דאס וואס דו זאגסט דא לענין הלכה. איך האב נישט קיין פראבלעם אז איינער פארשטייט אנדערש ווי מיר להלכה. אבער הא גופא איז די שאלה אויף וואס אונזערע גדולי הרבנים קריגען זיך ארום. אויב עס האט ביידע מעלות, סיי רוב מי פירות און סיי מען פילט א זיסקייט
איך קען נישט ענטפערן ווייל איך ווייס נישט.
Re: הלכה'דיגע שאלה די ברכה אויף מזונות ראל'ס
א בירור צו מאכן מזונות
- פיילס
-
- דברי הראשונים כמלאכים - על הכשר 'מזונות ברויט' - גליון א - 1.pdf
- (164.56 KiB) דאונלאודעד 42 מאל
Re: הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
הרב יוסף זילבער בעל גבעי הכסף דומץ התאחדות אברכים וויען מאנסי
https://www.dropbox.com/scl/fi/ncm6por5 ... vcpp2&dl=0

צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 246
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
- x 381
Re: הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
לכאורה פון די איינציגסטע ת"ח וואס זאגן מיט א פולע מויל אז מקען מאכן אן המוציא מיט א נטילת ידים.טיפע טאשן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:58 pm הרב יוסף זילבער בעל גבעי הכסף דומץ התאחדות אברכים וויען מאנסי
https://www.dropbox.com/scl/fi/ncm6por5 ... vcpp2&dl=0
Re: הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
א לאנגע שיעור.טיפע טאשן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:58 pm הרב יוסף זילבער בעל גבעי הכסף דומץ התאחדות אברכים וויען מאנסי
https://www.dropbox.com/scl/fi/ncm6por5 ... vcpp2&dl=0
וואס זאגט ער אין קורצן?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!

וואשן און בענטשן איז נישט קיין "פראבלעם"...

ח"א
דער צדיק רבי יענקעלע פשעווארסקער זצ"ל האט פארציילט אז ער האט געהערט נאכזאגן פון ערשטן בעלזער רב אז ער האט געזאגט, אז ער האט געזען דעם שר פון עשו און פון יעקב, און ביידע קוקן אויס די זעלבע, ביידע גייען מיט א שטריימל בעקטיטשע און גארטל, דער חילו איז נאר, עשיו האט א קניפ אין גארטל. דאס מיינט, יעקב לייגט אריין דעם עק פונעם גארטל, ער שטערקט עס אריין אין גארטל, און ווען עס פאלט ארויס דארף ער עס צוריק אריינלייגן, אבער עשיו האט אזא קנעפל, אזא שלייף און עס האלט זיך א מחי', מען דארףנישט זיין ביזי דערמיט. ער האט עס מסביר געווען אז דאס איז מעשה בעל דבר ווען מען וויל נישט זיין פארנומען מיט מצוה.
די גמרא זאגט אז עס איז נישט דא אזא מין זאך וואס א איד מעג און א גוי טאר נישט. פארוואס? זאגט רש"י, ווייל ווען דער אייבערשטער האט גענומען די אידן פאר א פאלק, האט ער זיי געגעבן "רעסטריקשאנס" כדי זיי אפצוטיילן פון די פעלקער, אט די באגרעניצונגען איז דאס וואס מאכט די אפגעזונדעטקייט פון די אידן צו די פעלקער, און ווען מען טוט מינימיזירן רעסטריקשאנס טוט מען מינימיזירן אפגעזונדערטקייט.
אויף יעדע זאך קען זיך איינער דינגען, נע דאס איז נישט געפערליך, ס'איז נישט אזוי, מען מאכט א גאנצע צימעס דערפון, און אפשר טעקע איז ער גערעכט אויך, נאר מען דערציילט אז א חסידישער איד מיט א מאדערענעם איד זענען געפארן אמאל אין א באן, זיי האבן געדארפט פארן א גאנצע נאכט און צופרי האט מען געדארפט דאוווענען. דער מאדערענער איד איד האט נישט אנגעטון דעם טלית, ער האט נאר באהאלטן אנגעטון די תפילין און געדאוונט אזוי באהאלטענערהייט. דער חסידישער איד האט ארויסגענומען זיין טלית און פארווארפן אויף די אקסל און זיך געשאקלט און די גאנצע באן האט געלאכט.
נאכן דאווענען איז צוגעגאנגען דער מאדערנער איד צום חסידישן: אנטשולדיגט, זי האבן אנגעמאכט א חילול השם, די גאנצע באן האט געלאכט. נו, ער האט גארנישט גענטפערט, ער האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן, די גאנצע באן האט געלאכט, ס'איז א חילול השם. שפעטער ביי איינע פון די סטאנציעס איז דארט געווען א פריצ'טע, א פענסי דאמע, און זי האט געהאט איר טאשקע אויבן מיט איר מאנטל. דער מאדערענער איד איז צוגעגאנגען און האט איר געגעבן די טאשקע און האט איר געהאלפן אנטון דעם מאנטל.
גייט צו דער חסידישער איד צו אים און פרעגט, וואס האט א איד זיך צו גיין באשעפטיגן מיט א פרעמדע גוי'טע? זאגט ער: דאס איז א קידוש השם, זי וועט אהיים גיין און זי וועט זאגן פאר איר מאן אז א איד איז אויך א מענטש. ס'איז א קידוש ההשהם. זאגט אים דער חסידישער איד אזוי: איך קען דיר נישט ענטפערן אויף דעם וואס דו האסט מיר פריער געזאגט און נישט אויף דעם וואס דו זאגסט מיר יעצט, אבער איין זאך זע איך, דער סך הכל שטימט נישט: דאווענען איז א חילול השם, און איר אנטון א מאנטל איז א קידוש השם? איך קען דיר נישט ענטפערן אויף יעדע זאך, אבער בכלליות ווייס איך אז דער סך הכל שטימט נישט.
די זעלבע זאך איז מיט די משלים וואס מען ברענגט ארויס אין דעם ענין וואס מען מאכט זיך פאטענטן אין מצוות, מ'קען זיך דינגען אויף יעדע זאך באזונדער, אבער מ'דארף קוקן וואס איז סוף כל סוף דאס בילד.
ווען עס איז אויפגעקומען די מארקעט פון מזונות ראלס, איז דאס געווען עס זאל זיין א ראל וואס מען קען נישט דערקענען אז עס איז מזונות, נישט אויף די טעם, נישט אויף די גערוך, און נישט אויפן אויסזען, נאר ס'האט עפעס א סימן אז דאס איז מזונות. די גאנצע נייע מארקעט איז געמאכט געווארן צו לייזן די דריי טויזנט יעריגע אידישע "פראבלעם" פון נטילת ידים און ברכת המזון... טייזנטער יא האבן אידן געוואוסט אז א סעודה דארף האבן א הכנה, מען דארף זיך וואשן, און נאכדעם דארף מען בענטשן, איז געקומען אונזער פארגעשריטענער דור און געלייזט דעם פראבלעם, איינמאל פאר אלעמאל, נישט דא מער קיין פראבלעם.
אסאך אידן קענען היינט זאגן אז זיי האבן שוין לאנג נישט געבענטשט אן זאגן רצה מיט יעלה ויבוא. עס איז נישט אויסגעקומען. ווער קען אויסרעכענען די עפעקט וואס דאס האט אויפ'ן חינוך פון די קינדער?

ענדע קומענדיגע וואך (איך האב ביזדערווייל נישט געטראפן די צווייטע חלק פון א וואך דערנאך)
באארבעט פון די דרשות פון הרב אבא חייא טויבער שליט"א
געברענגט אין מאמענט מאגאזין פרשת ויצא תשע"ח, אין די 'פרוזדור' קאלום

אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 246
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
- x 381
Re: הלכה'דיגע שאלה איבער די ברכה אויף מזונות ראולס
געזעהן היינט א קונטרס מיט זיין בירור,טיפע טאשן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:58 pm הרב יוסף זילבער בעל גבעי הכסף דומץ התאחדות אברכים וויען מאנסי
https://www.dropbox.com/scl/fi/ncm6por5 ... vcpp2&dl=0
איך פראביר נאך צו פארשאפן א PDF דערפון