איך פרעזענליך נעם נישט קיין שטעלונגען נישט אין דעם קו"ק, און נישט אין אנדערע קול קורא'ס וואס ווערט פארפלייצט אין די גאסן.רעגנדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 24, 2023 9:58 pm עס איז נישט קיין סוד אז עס איז דא איין יחיד וואס האט דאס גענומען פאר זיין פערזענליכע מערכה, און גענומען א פסק פון כמה רבנים און דרייט איבער די שטאט דערמיט.
קודאס פאר התאחדות און אנדערע וועלכע שרעקן זיך נישט צו מפרסם זיין זייער דעת תורה, טראץ וואס ס'איז נישט אין איינקלאנג מיט די ווינט וואס דער איד האט באוויזן אנצודרייען אין גאס.
אבער ווי קומט אריין פרעזענליכע מערכה, אויב האלט דעי יוד אז ס'איז א פראבלעם, און ער איז געגאנגען בעטן רבנים א קול קורא דערוועגן, און די רבנים האבן אונטערגעשריבן דערויף וואוסענדיג אויף וואס זיי שרייבן אונטער, און האלטנדיג טאקע אז די הלכה איז אזוי ווי עס שטייט אין די קול קורא, האט דעי איד זייער גוט געטוהן, און יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלע דיין וויאזוי זיך צו פירן. און יעדע רב אדער דיין האט די רעכט צו האלטן אזוי ווי די קול קורא, אדער פארקערט דערפון, און ארויסשטעלן אן אנדערע מודעה. ווילאנג ס'איז כדת של תורה.