אויב די וועטער זוממער איז געפערליך, שטקעדיג הייס, אדער פלעין הייסישוב החדש האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 4:05 amשלום וברכה,תושב קאסא גראנדא האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 2:26 am שאלה נומבער 1. שמעתי אז זוממער איז זייער הייס דארט, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פון אן איינוואינער וואס סאיז די וועטער זוממער, און אויב סאיז טאקע שטיקעדיג, אין די ווינטער ווייס איך סאיז א מחיה, וועגן די זוממער וויל איך וויסן?
איך וואוין שוין אין קאסא גראנדע, איך האב שוין מיטגעהאלטן עטליכע זומערס דאהי און איך וועל מיר פרייען דיר צו ענטפערן, אבער היות דיין פראגע איז נישט קלאר ארויסגעברענגט ביטע זיי מסביר די פראגע, מען קען קען עס אויסטייטשן אויף פארשידענע וועגן.
צום ווידערזען
חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
-
תושב קאסא גראנדא
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 05, 2026 2:08 pm
- Location: קאסא גראנדא אריזאנא
- x 8
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

א הערליכע שבת התרוממות וועט בעזה"ש ווערן געפראוועט דעם שבת קודש אין קאסא גראנדע אריזאנע בראשות הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א בעל נר המאיר מרבני קהילת סאטמאר ניו יארק ומרבני קבוצת סאטמאר אריזאנע.
- פיילס
-
- IMG-20260416-WA0084.jpg (296.06 KiB) געזען געווארן 986 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אויף דער גרויסער נאכפראגע, קען מען יעצט ליינען מאָמענט'ס ספּעציעלע "האוזינג" אויסגאבע אָנליין:
https://read.momentmagazine.org/housing2026
https://read.momentmagazine.org/housing2026
- פיילס
-
- IMG-20260419-WA0020(1).jpg (144.08 KiB) געזען געווארן 872 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דא, ארויסגעשניטן פון א לענגערע תגובה זאגט ער אז ער וויל האבן צוויי הונדערט משפחות. (מסתמא נישט אלעס פון דעם יעצטיגן סאטמארן קאמפיין, נאר אלץ די אלטימעיט גאול צו שלעפן, פון דארט לאזן פארן נאטורליך.)
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p6633994
הרב יושע רובין האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 17, 2026 2:03 pm כדאי די מוסדות זאל זיך עכט דעקן דארף מען האבן נאנט צו 200 קינדער וואס דאס מיינט ארום זיבעציג - אכציג משפחות. וואס דעמאלט דארף מען נאכאמאל אנהייבן פרישע קלאסן (ווייל אונז ווילן נישט קיין גרויסע קלאסן) וואס דאס שלעפט נאכאמאל אריין אין א דעפיציט ביז מען האט נאכאמאל בערך 150 קינדער (די צווייטע ראוינד קאסט אביסל ווייניגער) און אזוי חוזר חלילה. סאו כדאי צו קענען האבן עכט סטעיבל מוסדות דארף די יישוב האבן א חשבון פון 200 משפחות.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אלע נייע געגענטער אין ארץ ישראל ארבעט די מארקעטינג אויף א גאול פון 200 משפחות פער קהילה וואס דאס גיבט זיי סטעביליטי, פון דארט און ווייטער וואקסט עס אליין אן קיין מארקעטינג נאר מיט נאטירליכע גראויס. די זעלבע איז די ציל פון יהושע רוביןאגד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 19, 2026 12:18 pmדא, ארויסגעשניטן פון א לענגערע תגובה זאגט ער אז ער וויל האבן צוויי הונדערט משפחות. (מסתמא נישט אלעס פון דעם יעצטיגן סאטמארן קאמפיין, נאר אלץ די אלטימעיט גאול צו שלעפן, פון דארט לאזן פארן נאטורליך.)
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p6633994הרב יושע רובין האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 17, 2026 2:03 pm כדאי די מוסדות זאל זיך עכט דעקן דארף מען האבן נאנט צו 200 קינדער וואס דאס מיינט ארום זיבעציג - אכציג משפחות. וואס דעמאלט דארף מען נאכאמאל אנהייבן פרישע קלאסן (ווייל אונז ווילן נישט קיין גרויסע קלאסן) וואס דאס שלעפט נאכאמאל אריין אין א דעפיציט ביז מען האט נאכאמאל בערך 150 קינדער (די צווייטע ראוינד קאסט אביסל ווייניגער) און אזוי חוזר חלילה. סאו כדאי צו קענען האבן עכט סטעיבל מוסדות דארף די יישוב האבן א חשבון פון 200 משפחות.
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
רבי מאיר אומר: א שבת העכער אלע ערווארטונגן איז געפראוועט געווארן אין קאסא גראנדע מיטן חשובן גאסט הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א בעל נר המאיר מרבני קהילת סאטמאר ניו יארק ומרבני קבוצת סאטמאר אריזאנע. דער רב שליט"א איז ארויס פון התפעלות זעענדיג וואס די אלע גדולות ונצורות וואס מען האט שוין אויפגעטון אין קאסא גראנדע אריזאנע.
א לענגערע באריכט וועט בעזה"ש נאכפאלגן די קומענדיגע טעג.
גאר א דערהויבענע מעמד איז פארגעקומען ממש איידער דער רב שליט"א האט זיך געגרייט אהיימצופארן קיין ניו יארק ווען דער רב האט באזוכט און אויפגעטרעטן מיט א דרשת פתיחת הזמן פאר די חשובע בחורים חמד פון די נייע ישיבה אין קאסא גראנדע וואס האט היינט געעפענט אירע טויערן און נאך אריינגעכאפט אזא חשובע דרשה לכבוד די פתיחת שערים. א דעטאלירטע באריכט איבער די ישיבה וועט בעזה"ש נאכפאלגן בקרוב.
א לענגערע באריכט וועט בעזה"ש נאכפאלגן די קומענדיגע טעג.
גאר א דערהויבענע מעמד איז פארגעקומען ממש איידער דער רב שליט"א האט זיך געגרייט אהיימצופארן קיין ניו יארק ווען דער רב האט באזוכט און אויפגעטרעטן מיט א דרשת פתיחת הזמן פאר די חשובע בחורים חמד פון די נייע ישיבה אין קאסא גראנדע וואס האט היינט געעפענט אירע טויערן און נאך אריינגעכאפט אזא חשובע דרשה לכבוד די פתיחת שערים. א דעטאלירטע באריכט איבער די ישיבה וועט בעזה"ש נאכפאלגן בקרוב.
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ברוך ה' געווען א שטארק פארנומענע טאג ביים עקספא, אינאיינעם מיט די העפטיגע הכנות לקראת די גרויסע נסיעה פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע,
איך בין ארויסגעפארן מוצ"ש פון אריזאנע מיט די 11:10 פלייט, שוין לאנג נישט געהאט אזא שווערע פלייט די זיץ איז געווען אזוי אומבאקוועם אז איך האב גארנישט געקענט שלאפן, איך בין אנגעקומען קיין ניו יארק אזוי מיד אז איך האב נישט געקענט אזוי גיין צום עקספא, האב איך ארויסגענומען א צימער אין די דערנעבענדיגע פוינט פלאזא האטעל, זיך צוגעלייגט פאר 3 שעה, געדאווענט, געקויפט פרישטאג און אנגעקומען צום עקספא שפעט ערשט 1:00 אזייגער מיטאג.
ביזדערווייל זענען שוין אנגעקומען ביים בוט עטליכע חשובע עסקנים פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע העסקנים החשובים ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש און ר' אליעזר טויב, וועלעכע האבן אויפגענומען דעם עולם ביים בוט,
די פידבעק ביים בוט איז געווען זייער שטארק און פאזיטיוו, מיט אסאך נייע אפליקעישנס, ווען אינמיטן רופט זיך שמעון ראלניצקי אן צו מיר אז ער קען עס פשוט נישט גלייבן אז אונזער בוט איז פון די מערסט פארנומענע צווישן אלע בוט'ס ארום אונז.
עס איז געווען א עקסטערע באונוס אז די פילע פרויען וואס זענען געקומען צום טישל האבן זיך גאר שטארק געפריידט צו קענען טרעפן א די רעביצין פון רבי יהושע רובין את מאמע וואס וואוינט עקשולי אין קאסא גראנדע וואס איז א מאמע פון מען קינדער בליעה"ר, און איז אינוואלווד אין די סקול, און דא קען מען צום ערשטע מאל באקומען לעבעדיגע גריסן און לעבעדיג פרעגן און פילן וואס איז קאסא גראנדע.
איינע פון די גאר שטארקע זאכן וואס האט ארויסגענומען א גרויסע עולם פון די כלים איז געווען איבערקוקענדיג די באזשעט צעטיל וואס קאמפעירט די קאסט אוף ליווינג צווישן מאנסי ווס קאסא גראנדע, (זע עטעטשט די פייל) מענטשן האבן עס איבערגעליינט נאכאמאל און נאכאמאל, געטרייט אפצופרעגן אבער געמוזט מודה זיין אז די מציאות פאטשט אין פנים, און די באזשעט אין מאנסי ניו יארק איז אזוי דראמאטיש טייער אז א יונגערמאן וואס האט א שטוב מיט 6 קינדער און קויפט יעצט א הויז אין מאנסי קאסט זיין מינימום חודשליכע באזשעט ארום אכצן טויזענט דאלער! א באזשעט וואס די עוועריזש יונגערמאן קען פשוט נישט חלום'ן צו קאווערן, יעדער האט קלאר געזאגט אז קאסא גראנדע אריזאנע איז די איינציגסטע צווישן אלע יישובים וואו א מענטש וואס ארבעט פלייסיג קען דעקן זיין באזשעט, קעגן אלע אנדערע יישובים וואס זענען אויך טאקע ביליגער פון די טייערע ניו יארקע געגענטער אבער נאכאלץ טייערער פון וואס א עוועריזש ראש משפחה קען חלום'ן צו קאווערן דורך א גוטע זשאב, אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארן עולם די זשאב געלעגענהייטן וואס איז דא אין קאסא גראנדע בשפע.
דער עולם איז געקומען צו זען, שמועסן און אויספרעגן ר' שמעון ראלניצקי, וואס האט אויפגעטרעטן ביים פאנעל מיט גאר א הערליכע איבערנעמענדע שמועס מיט זיין געשמאקע שפראך. וואס האט אויפן פלאץ געהאט א שטארקע השפעה, אז איינער איז צוגעקומען צו שמעון אז באמת האט ער זיך שוין איננגעשריבן אין א אנדערע יישוב אבער יעצט נאך דעם פאנעל טוישט ער שוין צו מופן צו קאסא גראנדע.
אין די געלעגענהייט מוזן אונז זיך אנטשוליגן פאר צענדליגע אדער הונדערטער וועלעכע זענען אנגעקומען די לעצטע 3 שעה און האבן נישט געקענט אפנעמען אונזער מאטריאל וואס כאטש אונז האמיר אנגעגרייט 250 שטיק מער ווי וואס די עקספא ארגענאזירער האבן אונז געזאגט אנצוגרייטן, איז אלעס אויסגעלאפן שוין 3 שעה פאר סוף טאג, סאו ווער עס האט נישט באקומען אונזער מאטריאל זאל ביטע שיקן א אימעיל צום אפיס און מען וועט אים עס אריינשיקן בס"ד.
קליק דא פאר שיינע קליפ פון יואליש פעלזען ביים בוט, איך וועל שפעטער בעזה"ש צולייגן נאך קליפס
זאל דער באשעפער העלפן וחפץ ה' בידינו יצליח, אונז זאלן זוכה זיין להרם קרן ישראל

קאסא גראנדע האט מיטגעלעבט געהויבענע טעג מיטן משפיע המפורסם הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהילת סאטמאר ניו יארק ומרבני קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע בעל נר המאיר
ווער עס קען דעם רב שליט"א ווייסט אז עס איז נישטא ביי אים אזא זאך ווי ביטול זמן, ער ער מוז כסדר טון עפעס, עס איז נישטא ביים רב אזא זאך אז מען רוט זיך אפ און זיכער נישט פארן וואקאציע, אדער געט ער א שיעור אדער א דרשה. ער איז כסדר מחזק קבוצת פון אידישע קינדער, אדער לויפט ער אין שפיטאל אדער אין תפיסה צו באזוכן און מחזק זיין לבבות נשברות, די גאנצע וועג צו אין פון איז ער אויפן טעלעפאן צו מחזק זיין אידישע קינדער, אדער צו פרעגן איינעם אויב ער איז אפשר אין ביהמ"ד ווייל ער דארף א טובה ער זאל אים נאכקוקן א לשון פון א ירושלמי צו א תוספות, אזוי פילט ער אן די צייט יומם ולילה נישט זייענדיג מבטל קיין מינוט נישט פונעם טאג און נישט פון די נאכט.
נאכן זיך באקענען פונדערנאנט מיטן מהות פונעם רב פארשטייט מען שוין אז ער איז געקומען קיין קאסא גראנדע ווייל ער האט געשפירט אז עס איז גענוג וויכטיג פאר אים צו קומען זען פונדערנאנט וואס דא טוט זיך, דער רב איז נישט געווען צופרידן נאר פון הערן אלע ערליי שמועות, אן צו זען און חוקר זיין אלעס פונדערנאנט קען מען נישט גלייבן, נישט דער וואס רעדט לטובה און נישט ווער עס רעדט נישט לטובה, און היות דער רב איז א שטארקע סימפאטעקער פון ארויסמופן פון די גרויסע שטעט און דער רב איז געווארן איינע פון די רבנים פונעם ועד הרוחני מטעם קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע, האט דער רב און די משפחה געשפירט פאר וויכטיג אליין צו קומען און אויספילן די נייע יישוב אין קאסא גראנדע, דער רב שליט"א האט פון פארדעם דורכגעשמועסט מיט אנדערע רבנים וואס זענען שוין פון פריער אינוואלווד אין דעם בליענדע יישוב ווי הרה"ג רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל אבד"ק נייטרא מאנסי און הרה"ג רבי יעקב ווייס אב"ד ישמח משה סאטמאר מאנסי, מרבני ועד הרוחני פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע, און נאך, מיט וועם דער רב האט אויסגעשמועסט אלעס וואס ער האט געשפירט אז עס פעלט אויס צו מברר זיין נאך איידער די נסיעה.
צו די גרויס פרייד פון תושבי קאסא גראנדע בכלל און די סאטמארע תושבי קאסא גראנדע בפרט האט אפגעקלינגן די בשורה משמחת אז דער רב און די משפחה קומען באזוכן קאסא גראנדע, אזא זאך וואס איז ביז היינט געווען א חלום פאר יעדער וואס קען דעם רב, נאך מער איז געווען די שמחה אז מען האט גאר געהערט אז דער רב וויל נישט מדחה זיין דעם באזוך נאר שוין קומען, די עסקנים פונעם ועד העיר און רבי יהושע רובין האבן זיך גלייך אריינגעווארפן אין צושטעלן אלעס פארן רב פון א שיינע דירה פון אריזאנע קאוישער ריזארטס ביז עסן און דרייווער אא"וו.
דער רב האט געשפירט אזוי וויכטיג דעם צועק פון זיין קומען אז אנדערש פון זיין הרגילות וואס יעדער האט דעם רב'ס נאמבער און בשיטה וויל דער רב אז מענטשן וואס דארפן אים האבן זאל כסדר האבן זיין נאמבער לעת מצוא, אבער דא האט דער רב גענומען א אנדערע טעמפערערי סעלפאן אזוי זאל ער נישט ווערן געשטערט און קענען באמת זען וואס טוט זיך אין דעם נייע יישוב.
כאטש וואס תושבי קאסא גראנדע האבן געחלישט צו הערן א דרשה פונעם רב האבן זיי דאך געוואלט געבן פארן רב דעם פולע ספעיס און אויסגעווארט אויף שבת קודש צו הערן א הערליכע שיעור אין פרקי אבות. אזוי ארום האבן די תושבי העיר טאקע געלאזט דעם רב טון וואס ער האט געוואלט צו קענען זיך רואיג אומקוקן.
דער רב שליט"א איז געווען באזוכן די תלמוד תורה כנסת יהושע, אויך איז ער ארומגעפארן מיט רבי יהושע צו זען וויאזוי די גאסן און געגענטער פון קאסא גראנדע זענען אויסגעשטעלט (שמואל איז געווען בקי בשבולא דנהרדעא). אויך איז דער רב געווען באזוכן די ביזנעס געגענטער פון קאסא גראנדע (business park) דער רב איז נתפעל געווארן פון די אפערטוניטיס וואס קאסא גראנדע פארמאגט פאר אידישע ביזנעסער פרעגענדיג פון רבי יהושע פארוואס אידן האבן דא נאכנישט קיין ביזנעסער. אזוי אויך איז ער געגאנגן מיטן די היימישע ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן צו באזוכן הייזער און אויך נייע דעוועלאפמענטס פון וואס דער רב האט זיך געחידושט פארוואס די גויים בויען אזעלעכע גרויסע הייזער און אזוי אידישלעך אויסגעשטעלט. אויך האט דער רב באזוכט די לאקאלע קאוישער קעניאן גראסערי און די נייע בנין המוסדות.
דער רב האט אויך אויסגעניצט די געלעגענהייט צו כאפן א שמועס מיטן רב הרב ח"ש בערגער שליט"א און מיטהאלטן די שיינע שיעור פונעם דיין וואס קומט פאר יעדע אווענט נאך מעריב, און אויך די ליל שישי שיעור חומש רש"י פונעם מרא דאתרא דינוב'ע רבי.
שבת אויפדערנאכט איז פארגעקומען א שיינע באטע אין דעם רב'ס אכסניא ווי די סאטמארע אידן זענען געקומען צום רב ווי דער רב האט בנועם לשונו ארומדערעדט מיט יעדעם און מיט די קינדער און פארשטייט זיך איבער די פרשת השבוע און דברים העומדים על הפרק, מען האט אינאיינעם געזינגן שירות ונגוני שבת קודש מיט א ווארימקייט
מוצ"ש פארן ארויסגיין פון ביהמ"ד האט דער רב שליט"א באמערקט ווי יונגעלייט זיצן און זאגן אינאיינעם ויתן לך. דער רב האט עס זייער אויסגעלויבט און זיך צוגעזעצט צו זאגן ויתן לך מיטן ציבור.
מוצאי שבת קודש האט מען געפראוועט א סעודת מלוה מלכה אינאיינעם מיט א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק רבי ישעיה מקערעסטיר זי"ע, די מלוה מלכה איז פארגעקומען אין שטוב פונעם מייסד היישוב רבי יהושע רובין וואס ווי באקאנט שוין פאר איבער זעקס יאר צום גוטן פארוועט מען דארט די סעודת מלוה מלכה כיד המלך. כל שכן יעצט לכבוד דעם גרויסע יארצייט און להבחל"ח לכבוד דעם חשוב'ן גאסט הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א, ביים יארצייט סעודה האבן זיך באטייליגט איינקלך פון רבי ישעיה'לע וועלעכע וואוינען אין קאסא גראנדע, דער דיין שליט"א און דער מלמד הרב נפתלי גראס (דער רב הגרח"ש בערגער איז געווען אין ניו יארק זיך ביי א וואכנאכט און ברית פון א אייניקל) אויך האט זיך באטייליגט ביים מלוה מלכה רבי יהושע'ס טאטע דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א, די מלוה מלכה האט זיך טאקע פארצויגן לענגער ווי געווענטליך ווען דער רב שליט"א און דער דיין האבן פארציילט סיפורי קודש פונעם גרויסן בעל הילולא און אויך פונעם הייליגן אמרי יוסף פון ספינקא וואס אויך זיין יארצייט איז געפאלן יענע וואך און דער בעל אכסניא רבי יהושע רובין איז א אייניקל.
זונטאג איידער דער רב איז אהיימגעפארן האט דער רב שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע ישיבה אור שלמה זוועהיל וואס איז געעפענט געווארן דורך העסקן הנמרץ הרב משה סורקיס תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א אינאיינעם מיטן ועד העיר (עמיר נאך שרייבן א באריכט איבער די ישיבה) דער רב שליט"א איז אריבערגעגאנגן צום פתיחת שערים פון די ישיבה די ערשטע טאג פון ישיבה ווי דער רב האט אויפגעטרעטן מיט א לענגערע דרשת פתיחת הזמן.
די באזוך האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם דקדושה אויף תושבי העיר און אויך אויפן רב זעלבסט, ווי דער רב האט זיך אויסגעדריקט פאר איינע פון די עסקנים וואס האט אים געזאגט אז די שטאט דארף זיך דאפלן, און דער רב האט נישט מסכים געווען נאר געענטפערט מיט התרגשות נישט טאפלן נאר הונדערטלן!
די רב שליט"א טוט כסדר אויסרומען דעם יישוב אז ער שפירט א חשיבות צו זיין א חלק פון דעם יישוב.
הנה ימים באים. מיר האפן אין די קומענדיגע צייט צו ברענגן גאר ברעכענדע אנטויקלונגן בנוגע דעם רב שליט"א וואס האלט זיך אינמיטן דעוועלאפן בס"ד

הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני סאטמאר ניו יארק ומרבני קבוצת סאטמאר אריזאנע, באזוכט אין קאסא גראנדע
בילדער פון די באזוך אין ישיבת אור שלמה זוועהיל אין קאסא גראנדע. ווי דער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשת פתיחת הזמן. זעט דא א קורצע קליפ, בעזה"ש וועלן מיר שרייבן א באזונדערע באריכט איבער די ישיבה ווי איך וועל ברענגן א לענגערע קליפ פונעם דרשה

- IMG-20260420-WA0030.jpg (113.53 KiB) געזען געווארן 248 מאל
-
- IMG-20260420-WA0018.jpg (133.22 KiB) געזען געווארן 248 מאל
-
- IMG-20260420-WA0028.jpg (107.3 KiB) געזען געווארן 248 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ביים מלוה מלכה אין שטוב פונעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין אינאיינעם מיטן יארצייט סעודה פאר הרה"ק רבי ישעיה מקערעסטיר זי"ע
- פיילס
-
- IMG-20260420-WA0056~2.jpg (321.98 KiB) געזען געווארן 245 מאל
-
- IMG-20260419-WA0004.jpg (216.07 KiB) געזען געווארן 245 מאל
-
- IMG-20260419-WA0002~3.jpg (217.38 KiB) געזען געווארן 245 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דער רב שליט"א גייט ארום קוקן הייזער מיטן היימישע ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן, דער רב איז נתפעל געווארן פון די רחבות פון די הייזער,
אויב ווילט איר אויך קויפן א הויז אין קאסא גראנדע רופט דעם היימישע בראויקער (520) 556-2000

- IMG-20260420-WA0076.jpg (188.99 KiB) געזען געווארן 239 מאל
-
- IMG-20260420-WA0064.jpg (140.91 KiB) געזען געווארן 239 מאל
-
- IMG-20260420-WA0058.jpg (170.57 KiB) געזען געווארן 239 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
קאטשקע פלייש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:03 pm
- x 53
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך בין געווען צו פרי און אייך פארפאסט כהאב אייך געוואלט זאגן אז ווען איר פלאנט צו עפענען א יושב אין א קאלטע קאלטע פלאץ בין איך גרייט צו גיין
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די גוטע נייעס איז, אז ס'איז שוין דא. צוויי. מאנטריאל און קרית טאהש.קאטשקע פלייש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 1:05 pm איך בין געווען צו פרי און אייך פארפאסט כהאב אייך געוואלט זאגן אז ווען איר פלאנט צו עפענען א יושב אין א קאלטע קאלטע פלאץ בין איך גרייט צו גיין
אין מאנטריאל קען מען קויפן קאנדאס פאר גאנץ ביליג, טאקע נישט די פרייזן און רחבות פון קאסא גראנדע, אבער היפש ביליגער ווי אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק.
אינדרויסן פון טאהש (אפאר מינוט צו וואקן פונעם שטעטל) קען מען קויפן גרויסע רחבות'דיגע הייזער פאר ביליג.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
בינעך געווען נעכטן ביים מאוו עקספא, און געוואלט צוגיין באגריסן ר' יושע רובין, אבער צוליבן געדרענג ארום אים האט עס גענומען א היבשע וויילע.
גוט געווען צו זען וויפיל מענטשן פאראינטערסירן זיך אין דעם הערליכן ישוב.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 607
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1100
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מיס אינפא. אין מאנטריאל צאלט מען טבין וטקלין פאר א דירה, און באקומסט נישט דעיס וואס דו באקומסט אין נ.י. (כ'רעד נישט קעגן וומסב"ג)חנן האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 2:33 pmדי גוטע נייעס איז, אז ס'איז שוין דא. צוויי. מאנטריאל און קרית טאהש.קאטשקע פלייש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 1:05 pm איך בין געווען צו פרי און אייך פארפאסט כהאב אייך געוואלט זאגן אז ווען איר פלאנט צו עפענען א יושב אין א קאלטע קאלטע פלאץ בין איך גרייט צו גיין
אין מאנטריאל קען מען קויפן קאנדאס פאר גאנץ ביליג, טאקע נישט די פרייזן און רחבות פון קאסא גראנדע, אבער היפש ביליגער ווי אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק.
אינדרויסן פון טאהש (אפאר מינוט צו וואקן פונעם שטעטל) קען מען קויפן גרויסע רחבות'דיגע הייזער פאר ביליג.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מיט ניו יארק האב איך גערעדט פון די גרעסערע אוועקגעשטלטע געגנטער. די נייע דעוועלאפמענטס אין די גלילות פון קר"י, אדער קר"י המורחבת, איז טאקע נישט צום פארגלייכן.תורה ויראה האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 2:49 pmמיס אינפא. אין מאנטריאל צאלט מען טבין וטקלין פאר א דירה, און באקומסט נישט דעיס וואס דו באקומסט אין נ.י. (כ'רעד נישט קעגן וומסב"ג)חנן האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 2:33 pmדי גוטע נייעס איז, אז ס'איז שוין דא. צוויי. מאנטריאל און קרית טאהש.קאטשקע פלייש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 1:05 pm איך בין געווען צו פרי און אייך פארפאסט כהאב אייך געוואלט זאגן אז ווען איר פלאנט צו עפענען א יושב אין א קאלטע קאלטע פלאץ בין איך גרייט צו גיין
אין מאנטריאל קען מען קויפן קאנדאס פאר גאנץ ביליג, טאקע נישט די פרייזן און רחבות פון קאסא גראנדע, אבער היפש ביליגער ווי אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק.
אינדרויסן פון טאהש (אפאר מינוט צו וואקן פונעם שטעטל) קען מען קויפן גרויסע רחבות'דיגע הייזער פאר ביליג.
550K יו-עס דאלער פאר א דריי בעדרום קאנדא אין א היימישע געגנט, איז עפעס וואס דו וועסט נישט טרעפן אין ניו יארק. אין מאנטריאל יא.