אויב די וועטער זוממער איז געפערליך, שטקעדיג הייס, אדער פלעין הייסישוב החדש האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 4:05 amשלום וברכה,תושב קאסא גראנדא האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 2:26 am שאלה נומבער 1. שמעתי אז זוממער איז זייער הייס דארט, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פון אן איינוואינער וואס סאיז די וועטער זוממער, און אויב סאיז טאקע שטיקעדיג, אין די ווינטער ווייס איך סאיז א מחיה, וועגן די זוממער וויל איך וויסן?
איך וואוין שוין אין קאסא גראנדע, איך האב שוין מיטגעהאלטן עטליכע זומערס דאהי און איך וועל מיר פרייען דיר צו ענטפערן, אבער היות דיין פראגע איז נישט קלאר ארויסגעברענגט ביטע זיי מסביר די פראגע, מען קען קען עס אויסטייטשן אויף פארשידענע וועגן.
צום ווידערזען
חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
-
תושב קאסא גראנדא
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 05, 2026 2:08 pm
- Location: קאסא גראנדא אריזאנא
- x 13
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

א הערליכע שבת התרוממות וועט בעזה"ש ווערן געפראוועט דעם שבת קודש אין קאסא גראנדע אריזאנע בראשות הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א בעל נר המאיר מרבני קהילת סאטמאר ניו יארק ומרבני קבוצת סאטמאר אריזאנע.
- פיילס
-
- IMG-20260416-WA0084.jpg (296.06 KiB) געזען געווארן 2062 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אויף דער גרויסער נאכפראגע, קען מען יעצט ליינען מאָמענט'ס ספּעציעלע "האוזינג" אויסגאבע אָנליין:
https://read.momentmagazine.org/housing2026
https://read.momentmagazine.org/housing2026
- פיילס
-
- IMG-20260419-WA0020(1).jpg (144.08 KiB) געזען געווארן 1948 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דא, ארויסגעשניטן פון א לענגערע תגובה זאגט ער אז ער וויל האבן צוויי הונדערט משפחות. (מסתמא נישט אלעס פון דעם יעצטיגן סאטמארן קאמפיין, נאר אלץ די אלטימעיט גאול צו שלעפן, פון דארט לאזן פארן נאטורליך.)
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p6633994
הרב יושע רובין האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 17, 2026 2:03 pm כדאי די מוסדות זאל זיך עכט דעקן דארף מען האבן נאנט צו 200 קינדער וואס דאס מיינט ארום זיבעציג - אכציג משפחות. וואס דעמאלט דארף מען נאכאמאל אנהייבן פרישע קלאסן (ווייל אונז ווילן נישט קיין גרויסע קלאסן) וואס דאס שלעפט נאכאמאל אריין אין א דעפיציט ביז מען האט נאכאמאל בערך 150 קינדער (די צווייטע ראוינד קאסט אביסל ווייניגער) און אזוי חוזר חלילה. סאו כדאי צו קענען האבן עכט סטעיבל מוסדות דארף די יישוב האבן א חשבון פון 200 משפחות.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אלע נייע געגענטער אין ארץ ישראל ארבעט די מארקעטינג אויף א גאול פון 200 משפחות פער קהילה וואס דאס גיבט זיי סטעביליטי, פון דארט און ווייטער וואקסט עס אליין אן קיין מארקעטינג נאר מיט נאטירליכע גראויס. די זעלבע איז די ציל פון יהושע רוביןאגד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 19, 2026 12:18 pmדא, ארויסגעשניטן פון א לענגערע תגובה זאגט ער אז ער וויל האבן צוויי הונדערט משפחות. (מסתמא נישט אלעס פון דעם יעצטיגן סאטמארן קאמפיין, נאר אלץ די אלטימעיט גאול צו שלעפן, פון דארט לאזן פארן נאטורליך.)
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p6633994הרב יושע רובין האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 17, 2026 2:03 pm כדאי די מוסדות זאל זיך עכט דעקן דארף מען האבן נאנט צו 200 קינדער וואס דאס מיינט ארום זיבעציג - אכציג משפחות. וואס דעמאלט דארף מען נאכאמאל אנהייבן פרישע קלאסן (ווייל אונז ווילן נישט קיין גרויסע קלאסן) וואס דאס שלעפט נאכאמאל אריין אין א דעפיציט ביז מען האט נאכאמאל בערך 150 קינדער (די צווייטע ראוינד קאסט אביסל ווייניגער) און אזוי חוזר חלילה. סאו כדאי צו קענען האבן עכט סטעיבל מוסדות דארף די יישוב האבן א חשבון פון 200 משפחות.
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
רבי מאיר אומר: א שבת העכער אלע ערווארטונגן איז געפראוועט געווארן אין קאסא גראנדע מיטן חשובן גאסט הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א בעל נר המאיר מרבני קהילת סאטמאר ניו יארק ומרבני קבוצת סאטמאר אריזאנע. דער רב שליט"א איז ארויס פון התפעלות זעענדיג וואס די אלע גדולות ונצורות וואס מען האט שוין אויפגעטון אין קאסא גראנדע אריזאנע.
א לענגערע באריכט וועט בעזה"ש נאכפאלגן די קומענדיגע טעג.
גאר א דערהויבענע מעמד איז פארגעקומען ממש איידער דער רב שליט"א האט זיך געגרייט אהיימצופארן קיין ניו יארק ווען דער רב האט באזוכט און אויפגעטרעטן מיט א דרשת פתיחת הזמן פאר די חשובע בחורים חמד פון די נייע ישיבה אין קאסא גראנדע וואס האט היינט געעפענט אירע טויערן און נאך אריינגעכאפט אזא חשובע דרשה לכבוד די פתיחת שערים. א דעטאלירטע באריכט איבער די ישיבה וועט בעזה"ש נאכפאלגן בקרוב.
א לענגערע באריכט וועט בעזה"ש נאכפאלגן די קומענדיגע טעג.
גאר א דערהויבענע מעמד איז פארגעקומען ממש איידער דער רב שליט"א האט זיך געגרייט אהיימצופארן קיין ניו יארק ווען דער רב האט באזוכט און אויפגעטרעטן מיט א דרשת פתיחת הזמן פאר די חשובע בחורים חמד פון די נייע ישיבה אין קאסא גראנדע וואס האט היינט געעפענט אירע טויערן און נאך אריינגעכאפט אזא חשובע דרשה לכבוד די פתיחת שערים. א דעטאלירטע באריכט איבער די ישיבה וועט בעזה"ש נאכפאלגן בקרוב.
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ברוך ה' געווען א שטארק פארנומענע טאג ביים עקספא, אינאיינעם מיט די העפטיגע הכנות לקראת די גרויסע נסיעה פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע,
איך בין ארויסגעפארן מוצ"ש פון אריזאנע מיט די 11:10 פלייט, שוין לאנג נישט געהאט אזא שווערע פלייט די זיץ איז געווען אזוי אומבאקוועם אז איך האב גארנישט געקענט שלאפן, איך בין אנגעקומען קיין ניו יארק אזוי מיד אז איך האב נישט געקענט אזוי גיין צום עקספא, האב איך ארויסגענומען א צימער אין די דערנעבענדיגע פוינט פלאזא האטעל, זיך צוגעלייגט פאר 3 שעה, געדאווענט, געקויפט פרישטאג און אנגעקומען צום עקספא שפעט ערשט 1:00 אזייגער מיטאג.
ביזדערווייל זענען שוין אנגעקומען ביים בוט עטליכע חשובע עסקנים פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע העסקנים החשובים ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש און ר' אליעזר טויב, וועלעכע האבן אויפגענומען דעם עולם ביים בוט,
די פידבעק ביים בוט איז געווען זייער שטארק און פאזיטיוו, מיט אסאך נייע אפליקעישנס, ווען אינמיטן רופט זיך שמעון ראלניצקי אן צו מיר אז ער קען עס פשוט נישט גלייבן אז אונזער בוט איז פון די מערסט פארנומענע צווישן אלע בוט'ס ארום אונז.
עס איז געווען א עקסטערע באונוס אז די פילע פרויען וואס זענען געקומען צום טישל האבן זיך גאר שטארק געפריידט צו קענען טרעפן א די רעביצין פון רבי יהושע רובין את מאמע וואס וואוינט עקשולי אין קאסא גראנדע וואס איז א מאמע פון מען קינדער בליעה"ר, און איז אינוואלווד אין די סקול, און דא קען מען צום ערשטע מאל באקומען לעבעדיגע גריסן און לעבעדיג פרעגן און פילן וואס איז קאסא גראנדע.
איינע פון די גאר שטארקע זאכן וואס האט ארויסגענומען א גרויסע עולם פון די כלים איז געווען איבערקוקענדיג די באזשעט צעטיל וואס קאמפעירט די קאסט אוף ליווינג צווישן מאנסי ווס קאסא גראנדע, (זע עטעטשט די פייל) מענטשן האבן עס איבערגעליינט נאכאמאל און נאכאמאל, געטרייט אפצופרעגן אבער געמוזט מודה זיין אז די מציאות פאטשט אין פנים, און די באזשעט אין מאנסי ניו יארק איז אזוי דראמאטיש טייער אז א יונגערמאן וואס האט א שטוב מיט 6 קינדער און קויפט יעצט א הויז אין מאנסי קאסט זיין מינימום חודשליכע באזשעט ארום אכצן טויזענט דאלער! א באזשעט וואס די עוועריזש יונגערמאן קען פשוט נישט חלום'ן צו קאווערן, יעדער האט קלאר געזאגט אז קאסא גראנדע אריזאנע איז די איינציגסטע צווישן אלע יישובים וואו א מענטש וואס ארבעט פלייסיג קען דעקן זיין באזשעט, קעגן אלע אנדערע יישובים וואס זענען אויך טאקע ביליגער פון די טייערע ניו יארקע געגענטער אבער נאכאלץ טייערער פון וואס א עוועריזש ראש משפחה קען חלום'ן צו קאווערן דורך א גוטע זשאב, אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארן עולם די זשאב געלעגענהייטן וואס איז דא אין קאסא גראנדע בשפע.
דער עולם איז געקומען צו זען, שמועסן און אויספרעגן ר' שמעון ראלניצקי, וואס האט אויפגעטרעטן ביים פאנעל מיט גאר א הערליכע איבערנעמענדע שמועס מיט זיין געשמאקע שפראך. וואס האט אויפן פלאץ געהאט א שטארקע השפעה, אז איינער איז צוגעקומען צו שמעון אז באמת האט ער זיך שוין איננגעשריבן אין א אנדערע יישוב אבער יעצט נאך דעם פאנעל טוישט ער שוין צו מופן צו קאסא גראנדע.
אין די געלעגענהייט מוזן אונז זיך אנטשוליגן פאר צענדליגע אדער הונדערטער וועלעכע זענען אנגעקומען די לעצטע 3 שעה און האבן נישט געקענט אפנעמען אונזער מאטריאל וואס כאטש אונז האמיר אנגעגרייט 250 שטיק מער ווי וואס די עקספא ארגענאזירער האבן אונז געזאגט אנצוגרייטן, איז אלעס אויסגעלאפן שוין 3 שעה פאר סוף טאג, סאו ווער עס האט נישט באקומען אונזער מאטריאל זאל ביטע שיקן א אימעיל צום אפיס און מען וועט אים עס אריינשיקן בס"ד.
קליק דא פאר שיינע קליפ פון יואליש פעלזען ביים בוט, איך וועל שפעטער בעזה"ש צולייגן נאך קליפס
זאל דער באשעפער העלפן וחפץ ה' בידינו יצליח, אונז זאלן זוכה זיין להרם קרן ישראל

קאסא גראנדע האט מיטגעלעבט געהויבענע טעג מיטן משפיע המפורסם הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהילת סאטמאר ניו יארק ומרבני קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע בעל נר המאיר
ווער עס קען דעם רב שליט"א ווייסט אז עס איז נישטא ביי אים אזא זאך ווי ביטול זמן, ער ער מוז כסדר טון עפעס, עס איז נישטא ביים רב אזא זאך אז מען רוט זיך אפ און זיכער נישט פארן וואקאציע, אדער געט ער א שיעור אדער א דרשה. ער איז כסדר מחזק קבוצת פון אידישע קינדער, אדער לויפט ער אין שפיטאל אדער אין תפיסה צו באזוכן און מחזק זיין לבבות נשברות, די גאנצע וועג צו אין פון איז ער אויפן טעלעפאן צו מחזק זיין אידישע קינדער, אדער צו פרעגן איינעם אויב ער איז אפשר אין ביהמ"ד ווייל ער דארף א טובה ער זאל אים נאכקוקן א לשון פון א ירושלמי צו א תוספות, אזוי פילט ער אן די צייט יומם ולילה נישט זייענדיג מבטל קיין מינוט נישט פונעם טאג און נישט פון די נאכט.
נאכן זיך באקענען פונדערנאנט מיטן מהות פונעם רב פארשטייט מען שוין אז ער איז געקומען קיין קאסא גראנדע ווייל ער האט געשפירט אז עס איז גענוג וויכטיג פאר אים צו קומען זען פונדערנאנט וואס דא טוט זיך, דער רב איז נישט געווען צופרידן נאר פון הערן אלע ערליי שמועות, אן צו זען און חוקר זיין אלעס פונדערנאנט קען מען נישט גלייבן, נישט דער וואס רעדט לטובה און נישט ווער עס רעדט נישט לטובה, און היות דער רב איז א שטארקע סימפאטעקער פון ארויסמופן פון די גרויסע שטעט און דער רב איז געווארן איינע פון די רבנים פונעם ועד הרוחני מטעם קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע, האט דער רב און די משפחה געשפירט פאר וויכטיג אליין צו קומען און אויספילן די נייע יישוב אין קאסא גראנדע, דער רב שליט"א האט פון פארדעם דורכגעשמועסט מיט אנדערע רבנים וואס זענען שוין פון פריער אינוואלווד אין דעם בליענדע יישוב ווי הרה"ג רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל אבד"ק נייטרא מאנסי און הרה"ג רבי יעקב ווייס אב"ד ישמח משה סאטמאר מאנסי, מרבני ועד הרוחני פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע, און נאך, מיט וועם דער רב האט אויסגעשמועסט אלעס וואס ער האט געשפירט אז עס פעלט אויס צו מברר זיין נאך איידער די נסיעה.
צו די גרויס פרייד פון תושבי קאסא גראנדע בכלל און די סאטמארע תושבי קאסא גראנדע בפרט האט אפגעקלינגן די בשורה משמחת אז דער רב און די משפחה קומען באזוכן קאסא גראנדע, אזא זאך וואס איז ביז היינט געווען א חלום פאר יעדער וואס קען דעם רב, נאך מער איז געווען די שמחה אז מען האט גאר געהערט אז דער רב וויל נישט מדחה זיין דעם באזוך נאר שוין קומען, די עסקנים פונעם ועד העיר און רבי יהושע רובין האבן זיך גלייך אריינגעווארפן אין צושטעלן אלעס פארן רב פון א שיינע דירה פון אריזאנע קאוישער ריזארטס ביז עסן און דרייווער אא"וו.
דער רב האט געשפירט אזוי וויכטיג דעם צועק פון זיין קומען אז אנדערש פון זיין הרגילות וואס יעדער האט דעם רב'ס נאמבער און בשיטה וויל דער רב אז מענטשן וואס דארפן אים האבן זאל כסדר האבן זיין נאמבער לעת מצוא, אבער דא האט דער רב גענומען א אנדערע טעמפערערי סעלפאן אזוי זאל ער נישט ווערן געשטערט און קענען באמת זען וואס טוט זיך אין דעם נייע יישוב.
כאטש וואס תושבי קאסא גראנדע האבן געחלישט צו הערן א דרשה פונעם רב האבן זיי דאך געוואלט געבן פארן רב דעם פולע ספעיס און אויסגעווארט אויף שבת קודש צו הערן א הערליכע שיעור אין פרקי אבות. אזוי ארום האבן די תושבי העיר טאקע געלאזט דעם רב טון וואס ער האט געוואלט צו קענען זיך רואיג אומקוקן.
דער רב שליט"א איז געווען באזוכן די תלמוד תורה כנסת יהושע, אויך איז ער ארומגעפארן מיט רבי יהושע צו זען וויאזוי די גאסן און געגענטער פון קאסא גראנדע זענען אויסגעשטעלט (שמואל איז געווען בקי בשבולא דנהרדעא). אויך איז דער רב געווען באזוכן די ביזנעס געגענטער פון קאסא גראנדע (business park) דער רב איז נתפעל געווארן פון די אפערטוניטיס וואס קאסא גראנדע פארמאגט פאר אידישע ביזנעסער פרעגענדיג פון רבי יהושע פארוואס אידן האבן דא נאכנישט קיין ביזנעסער. אזוי אויך איז ער געגאנגן מיטן די היימישע ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן צו באזוכן הייזער און אויך נייע דעוועלאפמענטס פון וואס דער רב האט זיך געחידושט פארוואס די גויים בויען אזעלעכע גרויסע הייזער און אזוי אידישלעך אויסגעשטעלט. אויך האט דער רב באזוכט די לאקאלע קאוישער קעניאן גראסערי און די נייע בנין המוסדות.
דער רב האט אויך אויסגעניצט די געלעגענהייט צו כאפן א שמועס מיטן רב הרב ח"ש בערגער שליט"א און מיטהאלטן די שיינע שיעור פונעם דיין וואס קומט פאר יעדע אווענט נאך מעריב, און אויך די ליל שישי שיעור חומש רש"י פונעם מרא דאתרא דינוב'ע רבי.
שבת אויפדערנאכט איז פארגעקומען א שיינע באטע אין דעם רב'ס אכסניא ווי די סאטמארע אידן זענען געקומען צום רב ווי דער רב האט בנועם לשונו ארומדערעדט מיט יעדעם און מיט די קינדער און פארשטייט זיך איבער די פרשת השבוע און דברים העומדים על הפרק, מען האט אינאיינעם געזינגן שירות ונגוני שבת קודש מיט א ווארימקייט
מוצ"ש פארן ארויסגיין פון ביהמ"ד האט דער רב שליט"א באמערקט ווי יונגעלייט זיצן און זאגן אינאיינעם ויתן לך. דער רב האט עס זייער אויסגעלויבט און זיך צוגעזעצט צו זאגן ויתן לך מיטן ציבור.
מוצאי שבת קודש האט מען געפראוועט א סעודת מלוה מלכה אינאיינעם מיט א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק רבי ישעיה מקערעסטיר זי"ע, די מלוה מלכה איז פארגעקומען אין שטוב פונעם מייסד היישוב רבי יהושע רובין וואס ווי באקאנט שוין פאר איבער זעקס יאר צום גוטן פארוועט מען דארט די סעודת מלוה מלכה כיד המלך. כל שכן יעצט לכבוד דעם גרויסע יארצייט און להבחל"ח לכבוד דעם חשוב'ן גאסט הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א, ביים יארצייט סעודה האבן זיך באטייליגט איינקלך פון רבי ישעיה'לע וועלעכע וואוינען אין קאסא גראנדע, דער דיין שליט"א און דער מלמד הרב נפתלי גראס (דער רב הגרח"ש בערגער איז געווען אין ניו יארק זיך ביי א וואכנאכט און ברית פון א אייניקל) אויך האט זיך באטייליגט ביים מלוה מלכה רבי יהושע'ס טאטע דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א, די מלוה מלכה האט זיך טאקע פארצויגן לענגער ווי געווענטליך ווען דער רב שליט"א און דער דיין האבן פארציילט סיפורי קודש פונעם גרויסן בעל הילולא און אויך פונעם הייליגן אמרי יוסף פון ספינקא וואס אויך זיין יארצייט איז געפאלן יענע וואך און דער בעל אכסניא רבי יהושע רובין איז א אייניקל.
זונטאג איידער דער רב איז אהיימגעפארן האט דער רב שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע ישיבה אור שלמה זוועהיל וואס איז געעפענט געווארן דורך העסקן הנמרץ הרב משה סורקיס תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א אינאיינעם מיטן ועד העיר (עמיר נאך שרייבן א באריכט איבער די ישיבה) דער רב שליט"א איז אריבערגעגאנגן צום פתיחת שערים פון די ישיבה די ערשטע טאג פון ישיבה ווי דער רב האט אויפגעטרעטן מיט א לענגערע דרשת פתיחת הזמן.
די באזוך האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם דקדושה אויף תושבי העיר און אויך אויפן רב זעלבסט, ווי דער רב האט זיך אויסגעדריקט פאר איינע פון די עסקנים וואס האט אים געזאגט אז די שטאט דארף זיך דאפלן, און דער רב האט נישט מסכים געווען נאר געענטפערט מיט התרגשות נישט טאפלן נאר הונדערטלן!
די רב שליט"א טוט כסדר אויסרומען דעם יישוב אז ער שפירט א חשיבות צו זיין א חלק פון דעם יישוב.
הנה ימים באים. מיר האפן אין די קומענדיגע צייט צו ברענגן גאר ברעכענדע אנטויקלונגן בנוגע דעם רב שליט"א וואס האלט זיך אינמיטן דעוועלאפן בס"ד

הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני סאטמאר ניו יארק ומרבני קבוצת סאטמאר אריזאנע, באזוכט אין קאסא גראנדע
בילדער פון די באזוך אין ישיבת אור שלמה זוועהיל אין קאסא גראנדע. ווי דער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשת פתיחת הזמן. זעט דא א קורצע קליפ, בעזה"ש וועלן מיר שרייבן א באזונדערע באריכט איבער די ישיבה ווי איך וועל ברענגן א לענגערע קליפ פונעם דרשה

- IMG-20260420-WA0030.jpg (113.53 KiB) געזען געווארן 1330 מאל
-
- IMG-20260420-WA0018.jpg (133.22 KiB) געזען געווארן 1330 מאל
-
- IMG-20260420-WA0028.jpg (107.3 KiB) געזען געווארן 1330 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ביים מלוה מלכה אין שטוב פונעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין אינאיינעם מיטן יארצייט סעודה פאר הרה"ק רבי ישעיה מקערעסטיר זי"ע
- פיילס
-
- IMG-20260420-WA0056~2.jpg (321.98 KiB) געזען געווארן 1327 מאל
-
- IMG-20260419-WA0004.jpg (216.07 KiB) געזען געווארן 1327 מאל
-
- IMG-20260419-WA0002~3.jpg (217.38 KiB) געזען געווארן 1327 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דער רב שליט"א גייט ארום קוקן הייזער מיטן היימישע ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן, דער רב איז נתפעל געווארן פון די רחבות פון די הייזער,
אויב ווילט איר אויך קויפן א הויז אין קאסא גראנדע רופט דעם היימישע בראויקער (520) 556-2000

- IMG-20260420-WA0076.jpg (188.99 KiB) געזען געווארן 1321 מאל
-
- IMG-20260420-WA0064.jpg (140.91 KiB) געזען געווארן 1321 מאל
-
- IMG-20260420-WA0058.jpg (170.57 KiB) געזען געווארן 1321 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
קאטשקע פלייש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 38
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:03 pm
- x 54
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך בין געווען צו פרי און אייך פארפאסט כהאב אייך געוואלט זאגן אז ווען איר פלאנט צו עפענען א יושב אין א קאלטע קאלטע פלאץ בין איך גרייט צו גיין
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די גוטע נייעס איז, אז ס'איז שוין דא. צוויי. מאנטריאל און קרית טאהש.קאטשקע פלייש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 1:05 pm איך בין געווען צו פרי און אייך פארפאסט כהאב אייך געוואלט זאגן אז ווען איר פלאנט צו עפענען א יושב אין א קאלטע קאלטע פלאץ בין איך גרייט צו גיין
אין מאנטריאל קען מען קויפן קאנדאס פאר גאנץ ביליג, טאקע נישט די פרייזן און רחבות פון קאסא גראנדע, אבער היפש ביליגער ווי אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק.
אינדרויסן פון טאהש (אפאר מינוט צו וואקן פונעם שטעטל) קען מען קויפן גרויסע רחבות'דיגע הייזער פאר ביליג.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
בינעך געווען נעכטן ביים מאוו עקספא, און געוואלט צוגיין באגריסן ר' יושע רובין, אבער צוליבן געדרענג ארום אים האט עס גענומען א היבשע וויילע.
גוט געווען צו זען וויפיל מענטשן פאראינטערסירן זיך אין דעם הערליכן ישוב.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 661
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1250
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מיס אינפא. אין מאנטריאל צאלט מען טבין וטקלין פאר א דירה, און באקומסט נישט דעיס וואס דו באקומסט אין נ.י. (כ'רעד נישט קעגן וומסב"ג)חנן האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 2:33 pmדי גוטע נייעס איז, אז ס'איז שוין דא. צוויי. מאנטריאל און קרית טאהש.קאטשקע פלייש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 1:05 pm איך בין געווען צו פרי און אייך פארפאסט כהאב אייך געוואלט זאגן אז ווען איר פלאנט צו עפענען א יושב אין א קאלטע קאלטע פלאץ בין איך גרייט צו גיין
אין מאנטריאל קען מען קויפן קאנדאס פאר גאנץ ביליג, טאקע נישט די פרייזן און רחבות פון קאסא גראנדע, אבער היפש ביליגער ווי אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק.
אינדרויסן פון טאהש (אפאר מינוט צו וואקן פונעם שטעטל) קען מען קויפן גרויסע רחבות'דיגע הייזער פאר ביליג.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מיט ניו יארק האב איך גערעדט פון די גרעסערע אוועקגעשטלטע געגנטער. די נייע דעוועלאפמענטס אין די גלילות פון קר"י, אדער קר"י המורחבת, איז טאקע נישט צום פארגלייכן.תורה ויראה האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 2:49 pmמיס אינפא. אין מאנטריאל צאלט מען טבין וטקלין פאר א דירה, און באקומסט נישט דעיס וואס דו באקומסט אין נ.י. (כ'רעד נישט קעגן וומסב"ג)חנן האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 2:33 pmדי גוטע נייעס איז, אז ס'איז שוין דא. צוויי. מאנטריאל און קרית טאהש.קאטשקע פלייש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 1:05 pm איך בין געווען צו פרי און אייך פארפאסט כהאב אייך געוואלט זאגן אז ווען איר פלאנט צו עפענען א יושב אין א קאלטע קאלטע פלאץ בין איך גרייט צו גיין
אין מאנטריאל קען מען קויפן קאנדאס פאר גאנץ ביליג, טאקע נישט די פרייזן און רחבות פון קאסא גראנדע, אבער היפש ביליגער ווי אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק.
אינדרויסן פון טאהש (אפאר מינוט צו וואקן פונעם שטעטל) קען מען קויפן גרויסע רחבות'דיגע הייזער פאר ביליג.
550K יו-עס דאלער פאר א דריי בעדרום קאנדא אין א היימישע געגנט, איז עפעס וואס דו וועסט נישט טרעפן אין ניו יארק. אין מאנטריאל יא.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
שוין דא מאנטיסעלאוקאטשקע פלייש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 1:05 pm איך בין געווען צו פרי און אייך פארפאסט כהאב אייך געוואלט זאגן אז ווען איר פלאנט צו עפענען א יושב אין א קאלטע קאלטע פלאץ בין איך גרייט צו גיין
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 661
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1250
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אה רעדסט פון US דאלער, 550 US איז בערך 770 CAD, (כ'מיין ס'קאסט יא טייערער, און אויך אין כמעט יעדע דירה דארף מען אריינלייגן געלט, אדער אלס אלטקייט אדער עס צו מאכן מער יודיש'לעך, און באקומסט נישט דעיס וואס דו באקומסט אין א 5 רום דירה אין קר"י, זייער אלט, די דיינונג רום איז אסאך מאהל אין א דורכגאנג, נישט קיין כשר'ע סוכה פארטש, וכדו')חנן האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 4:22 pmמיט ניו יארק האב איך גערעדט פון די גרעסערע אוועקגעשטלטע געגנטער. די נייע דעוועלאפמענטס אין די גלילות פון קר"י, אדער קר"י המורחבת, איז טאקע נישט צום פארגלייכן.תורה ויראה האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 2:49 pmמיס אינפא. אין מאנטריאל צאלט מען טבין וטקלין פאר א דירה, און באקומסט נישט דעיס וואס דו באקומסט אין נ.י. (כ'רעד נישט קעגן וומסב"ג)חנן האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 2:33 pm
די גוטע נייעס איז, אז ס'איז שוין דא. צוויי. מאנטריאל און קרית טאהש.
אין מאנטריאל קען מען קויפן קאנדאס פאר גאנץ ביליג, טאקע נישט די פרייזן און רחבות פון קאסא גראנדע, אבער היפש ביליגער ווי אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק.
אינדרויסן פון טאהש (אפאר מינוט צו וואקן פונעם שטעטל) קען מען קויפן גרויסע רחבות'דיגע הייזער פאר ביליג.
550K יו-עס דאלער פאר א דריי בעדרום קאנדא אין א היימישע געגנט, איז עפעס וואס דו וועסט נישט טרעפן אין ניו יארק. אין מאנטריאל יא.
ממילא פאר איינער פון אמעריקע איז עס ביליגער, כ'הער.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ברוך ה' געווען א שטארק פארנומענע טאג ביים עקספא, אינאיינעם מיט די העפטיגע הכנות לקראת די גרויסע נסיעה פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע,
איך בין ארויסגעפארן מוצ"ש פון אריזאנע מיט די 11:10 פלייט, שוין לאנג נישט געהאט אזא שווערע פלייט די זיץ איז געווען אזוי אומבאקוועם אז איך האב גארנישט געקענט שלאפן, איך בין אנגעקומען קיין ניו יארק אזוי מיד אז איך האב נישט געקענט אזוי גיין צום עקספא, האב איך ארויסגענומען א צימער אין די דערנעבענדיגע פוינט פלאזא האטעל, זיך צוגעלייגט פאר 3 שעה, געדאווענט, געקויפט פרישטאג און אנגעקומען צום עקספא שפעט ערשט 1:00 אזייגער מיטאג.
ביזדערווייל זענען שוין אנגעקומען ביים בוט עטליכע חשובע עסקנים פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע העסקנים החשובים ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש און ר' אליעזר טויב, וועלעכע האבן אויפגענומען דעם עולם ביים בוט,
די פידבעק ביים בוט איז געווען זייער שטארק און פאזיטיוו, מיט אסאך נייע אפליקעישנס, ווען אינמיטן רופט זיך שמעון ראלניצקי אן צו מיר אז ער קען עס פשוט נישט גלייבן אז אונזער בוט איז פון די מערסט פארנומענע צווישן אלע בוט'ס ארום אונז.
עס איז געווען א עקסטערע באונוס אז די פילע פרויען וואס זענען געקומען צום טישל האבן זיך גאר שטארק געפריידט צו קענען טרעפן א די רעביצין פון רבי יהושע רובין את מאמע וואס וואוינט עקשולי אין קאסא גראנדע וואס איז א מאמע פון מען קינדער בליעה"ר, און איז אינוואלווד אין די סקול, און דא קען מען צום ערשטע מאל באקומען לעבעדיגע גריסן און לעבעדיג פרעגן און פילן וואס איז קאסא גראנדע.
איינע פון די גאר שטארקע זאכן וואס האט ארויסגענומען א גרויסע עולם פון די כלים איז געווען איבערקוקענדיג די באזשעט צעטיל וואס קאמפעירט די קאסט אוף ליווינג צווישן מאנסי ווס קאסא גראנדע, (זע עטעטשט די פייל) מענטשן האבן עס איבערגעליינט נאכאמאל און נאכאמאל, געטרייט אפצופרעגן אבער געמוזט מודה זיין אז די מציאות פאטשט אין פנים, און די באזשעט אין מאנסי ניו יארק איז אזוי דראמאטיש טייער אז א יונגערמאן וואס האט א שטוב מיט 6 קינדער און קויפט יעצט א הויז אין מאנסי קאסט זיין מינימום חודשליכע באזשעט ארום אכצן טויזענט דאלער! א באזשעט וואס די עוועריזש יונגערמאן קען פשוט נישט חלום'ן צו קאווערן, יעדער האט קלאר געזאגט אז קאסא גראנדע אריזאנע איז די איינציגסטע צווישן אלע יישובים וואו א מענטש וואס ארבעט פלייסיג קען דעקן זיין באזשעט, קעגן אלע אנדערע יישובים וואס זענען אויך טאקע ביליגער פון די טייערע ניו יארקע געגענטער אבער נאכאלץ טייערער פון וואס א עוועריזש ראש משפחה קען חלום'ן צו קאווערן דורך א גוטע זשאב, אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארן עולם די זשאב געלעגענהייטן וואס איז דא אין קאסא גראנדע בשפע.
דער עולם איז געקומען צו זען, שמועסן און אויספרעגן ר' שמעון ראלניצקי, וואס האט אויפגעטרעטן ביים פאנעל מיט גאר א הערליכע איבערנעמענדע שמועס מיט זיין געשמאקע שפראך. וואס האט אויפן פלאץ געהאט א שטארקע השפעה, אז איינער איז צוגעקומען צו שמעון אז באמת האט ער זיך שוין איננגעשריבן אין א אנדערע יישוב אבער יעצט נאך דעם פאנעל טוישט ער שוין צו מופן צו קאסא גראנדע.
אין די געלעגענהייט מוזן אונז זיך אנטשוליגן פאר צענדליגע אדער הונדערטער וועלעכע זענען אנגעקומען די לעצטע 3 שעה און האבן נישט געקענט אפנעמען אונזער מאטריאל וואס כאטש אונז האמיר אנגעגרייט 250 שטיק מער ווי וואס די עקספא ארגענאזירער האבן אונז געזאגט אנצוגרייטן, איז אלעס אויסגעלאפן שוין 3 שעה פאר סוף טאג, סאו ווער עס האט נישט באקומען אונזער מאטריאל זאל ביטע שיקן א אימעיל צום אפיס און מען וועט אים עס אריינשיקן בס"ד.
קליק דא פאר שיינע קליפ פון יואליש פעלזען ביים בוט, איך וועל שפעטער בעזה"ש צולייגן נאך קליפס
זאל דער באשעפער העלפן וחפץ ה' בידינו יצליח, אונז זאלן זוכה זיין להרם קרן ישראל
איך בין ארויסגעפארן מוצ"ש פון אריזאנע מיט די 11:10 פלייט, שוין לאנג נישט געהאט אזא שווערע פלייט די זיץ איז געווען אזוי אומבאקוועם אז איך האב גארנישט געקענט שלאפן, איך בין אנגעקומען קיין ניו יארק אזוי מיד אז איך האב נישט געקענט אזוי גיין צום עקספא, האב איך ארויסגענומען א צימער אין די דערנעבענדיגע פוינט פלאזא האטעל, זיך צוגעלייגט פאר 3 שעה, געדאווענט, געקויפט פרישטאג און אנגעקומען צום עקספא שפעט ערשט 1:00 אזייגער מיטאג.
ביזדערווייל זענען שוין אנגעקומען ביים בוט עטליכע חשובע עסקנים פון קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע העסקנים החשובים ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש און ר' אליעזר טויב, וועלעכע האבן אויפגענומען דעם עולם ביים בוט,
די פידבעק ביים בוט איז געווען זייער שטארק און פאזיטיוו, מיט אסאך נייע אפליקעישנס, ווען אינמיטן רופט זיך שמעון ראלניצקי אן צו מיר אז ער קען עס פשוט נישט גלייבן אז אונזער בוט איז פון די מערסט פארנומענע צווישן אלע בוט'ס ארום אונז.
עס איז געווען א עקסטערע באונוס אז די פילע פרויען וואס זענען געקומען צום טישל האבן זיך גאר שטארק געפריידט צו קענען טרעפן א די רעביצין פון רבי יהושע רובין את מאמע וואס וואוינט עקשולי אין קאסא גראנדע וואס איז א מאמע פון מען קינדער בליעה"ר, און איז אינוואלווד אין די סקול, און דא קען מען צום ערשטע מאל באקומען לעבעדיגע גריסן און לעבעדיג פרעגן און פילן וואס איז קאסא גראנדע.
איינע פון די גאר שטארקע זאכן וואס האט ארויסגענומען א גרויסע עולם פון די כלים איז געווען איבערקוקענדיג די באזשעט צעטיל וואס קאמפעירט די קאסט אוף ליווינג צווישן מאנסי ווס קאסא גראנדע, (זע עטעטשט די פייל) מענטשן האבן עס איבערגעליינט נאכאמאל און נאכאמאל, געטרייט אפצופרעגן אבער געמוזט מודה זיין אז די מציאות פאטשט אין פנים, און די באזשעט אין מאנסי ניו יארק איז אזוי דראמאטיש טייער אז א יונגערמאן וואס האט א שטוב מיט 6 קינדער און קויפט יעצט א הויז אין מאנסי קאסט זיין מינימום חודשליכע באזשעט ארום אכצן טויזענט דאלער! א באזשעט וואס די עוועריזש יונגערמאן קען פשוט נישט חלום'ן צו קאווערן, יעדער האט קלאר געזאגט אז קאסא גראנדע אריזאנע איז די איינציגסטע צווישן אלע יישובים וואו א מענטש וואס ארבעט פלייסיג קען דעקן זיין באזשעט, קעגן אלע אנדערע יישובים וואס זענען אויך טאקע ביליגער פון די טייערע ניו יארקע געגענטער אבער נאכאלץ טייערער פון וואס א עוועריזש ראש משפחה קען חלום'ן צו קאווערן דורך א גוטע זשאב, אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארן עולם די זשאב געלעגענהייטן וואס איז דא אין קאסא גראנדע בשפע.
דער עולם איז געקומען צו זען, שמועסן און אויספרעגן ר' שמעון ראלניצקי, וואס האט אויפגעטרעטן ביים פאנעל מיט גאר א הערליכע איבערנעמענדע שמועס מיט זיין געשמאקע שפראך. וואס האט אויפן פלאץ געהאט א שטארקע השפעה, אז איינער איז צוגעקומען צו שמעון אז באמת האט ער זיך שוין איננגעשריבן אין א אנדערע יישוב אבער יעצט נאך דעם פאנעל טוישט ער שוין צו מופן צו קאסא גראנדע.
אין די געלעגענהייט מוזן אונז זיך אנטשוליגן פאר צענדליגע אדער הונדערטער וועלעכע זענען אנגעקומען די לעצטע 3 שעה און האבן נישט געקענט אפנעמען אונזער מאטריאל וואס כאטש אונז האמיר אנגעגרייט 250 שטיק מער ווי וואס די עקספא ארגענאזירער האבן אונז געזאגט אנצוגרייטן, איז אלעס אויסגעלאפן שוין 3 שעה פאר סוף טאג, סאו ווער עס האט נישט באקומען אונזער מאטריאל זאל ביטע שיקן א אימעיל צום אפיס און מען וועט אים עס אריינשיקן בס"ד.
קליק דא פאר שיינע קליפ פון יואליש פעלזען ביים בוט, איך וועל שפעטער בעזה"ש צולייגן נאך קליפס
זאל דער באשעפער העלפן וחפץ ה' בידינו יצליח, אונז זאלן זוכה זיין להרם קרן ישראל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
בא יבא ברנה נושא אלומותיו.
כלל ישראל האט מיטגעהאלטן וויאזוי די עסקני קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע האבן מיט א פלייס צוגעגערייט א הערליכע נסיעה פאר חסידי סאטמאר וואס זעהן זיך אלץ פאטענציאלע תושבי קאסא גראנדע אריזאנע, צו פארן באזוכן זייער פאטענציאלע היימשטאט ברוב עם.
יעצט נאך די נסיעה זינגן זיי מיט שמחה דעם טוב להודות לה' צו דאנקן און לויבן דעם באשעפער אויף די אויסטערלישע סוקסעס מיט וואס די נסיעה איז אריבער.
אריבער פיפציג חסידי סאטמאר בליעה"ר האבן אפגעריסן פון זייער טייערע צייט, פון זייערע שטיבער וכדו' ארויפצוטאנצן אויפן (באן) פליגער פאר א 24 שעה באזוך קיין קאסא גראנדע אריזאנע.
א לענגערע באריכט איז אין די פראסעס אבער צו ברענגן פאר די ליינער אביסל פון די געפילן פון די מיטרייזענדע וועל איך דא ברענגן א קליפ וואס איינע פון די משתתפים ביי די נסיעה האט מיר אריינגעשיקט, איר קענט זען דורך קליקן אויף דעם לינק
ותשוחח"ל

- IMG-20260429-WA0103.jpg (256.1 KiB) געזען געווארן 828 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
א הערליכע ל"ג בעומר איז געווארן געפראוועט אינעם בליענדע יישוב קאסא גראנדע אריזאנע,
ליל ל"ג בעומר האט מען לכתחילה נישט געפלאנט צו מאכן א הדלקה, אבער אין די לעצטע מינוט האט רבי משה סורקיס יא געמאכט א הדלקה פאר די בחורי ישיבה אור שלמה זוועהיל, די הדלקה איז פארגעקומען בחצר ביתו בהשתתפות הרב אשר פרידמאן בהרה"צ אבד"ק טענקא שליט"א וואס האט געוויילט אין קאסא גראנדע פאר א שטיק צייט, די הדלקה איז געווארן געפראוועט מיט א התרוממות און א פלייס סיי דורך הרב פרידמאן און סיי דורך רבי משה סורקיס, בהשתתפות א שיינע טייל פון תושבי קאסא גראנדע,
ל"ג בעומר מיטאג נאך מנחה איז פארגעקומען די צענטראלע הדלקה, אין חצר פון ביהמ"ד קהל חסידים דינוב בהשתתפות תושבי קאסא גראנדע, (אנצומערקן אז אלע אויסער איין גאסט זענען שוין אהיימגעפארן קיין ניו יארק לאזענדיג די הדלקה אלץ א הדלקה פנימי). די הדלקה איז געווארן געפראוועט בראשות דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א און הגרח"ש בערגער שליט"א אב"ד קאסא גראנדע. ווי דער עולם האט געטאנצן בשמחה לכבוד ההילולא קדישא פאר אנדערהאלבן שעה מיט א גרויסע התרוממות און א ברידערליכקייט.
נאך די ריקודים איז פארגעקומען א הערליכע סעודת ל"ג בעומר אינאיינעם מיט א סיום מסכת פון צוויי ילדי התלמוד תורה, די סעודה פארלאנגט א תגובה פאר זיך וואס וועט בעזה"ש פארקומען

.
- פיילס
-
- IMG-20260506-WA0074.jpg (294.43 KiB) געזען געווארן 462 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ב"ה
אין די לעצטע טעג איז ב"ה דא א שטארקע אינטרעסע ביים עולם ארויסצימופן קיין קאסא גראנדע ספעציעל נאך די היסטארישע עקספוי אין וויליאמסבורג ווי מען האט געזען מאסן מענטשן בליעה"ר זיך באטייליגן און א גרויסע ציבור האט אויסגעדריקט אינטערעסע צו מופן קיין קאסא גראנדע, דאס זעלבע האט מען געזען צוויי טעג נאך די עקספוי ווען צענדליגער אידן זענען געקומען פון ניו יארק קיין קאסא גראנדע און די אפקלאנג איז געווען געוואלדיג.
במשך די עקספוי און די נאכפאלגנדע נסיעה האבן מענטשן געפרעגט פארשידענע שאלות וועגן דעם הערליכן ציבור פון אידן וואס וואוינט אין קאסא גראנדע און אויך וועגן די קהילות און מוסדות פון קאסא גראנדע, האבן מיר באשלאסן צו מאכן א קורצן סך הכל.
*
קהל חסידים. געגרינדעט כ"ה סיון תש"פ
קהל חסידים האט זיך געגרינדעט כ"ה סיון תש"פ דורכן מייסד הרב יהושע רובין אינאיינעם מיט זיין טאטן דער מרא דאתרא דינובער רבי שליט"א
די קהילה איז אינטער די הנהגה פון דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי און דער רב שליט"א הגרח"ש בערגער און בנו הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער דומ"ץ קאסא גראנדע, אויסער די לאקאלע רבנים וואס פירן די קהילה זענען דא עטליכע רבנים פון ניו יארק וואס זענען אינוואלווד אין די הנהגת הקהלה, הרה"ג רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, הרה"ג רבי יעקב ווייס שליט"א אבד"ק ישמח משה סאטמאר מאנסי ומרבני קבוצת סאטמאר אנ"ש, הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א בעל נר המאיר מרבני סאטמאר ניו יארק ומרבני קבוצת סאטמאר אנ"ש, הרה"ג רבי ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי ומרבני קבוצת סאטמאר אריזאנע, הרה"ג רבי שמעון אברהם אינדיג שליט"א אבד"ק ריבאטיטש, הרה"ג רבי מרדכי ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק תבואות שור, הרה"ג רבי יוחנן טווערסקי שליט"א אב"ד קו הישר, הרה"ג רבי יעקב זיידא שליט"א דומ"ץ ויזניץ וומ"ס.
די קהילה באשטייט כהיום נאנט צו דרייסיג משפחות בליעה"ר, אריינגערעכנט דינובער רבי שליט"א, מיט א רב און א דיין וואס וואוינען גאנץ יאר אין קאסא גראנדע אריזאנע. נאך א חשוב'ע רב איז אין די פראסעס צו מופן קיין קאסא גראנדע אין די נאנטע צוקונפט בס"ד. די קהילה האָט שטארק אויפגעפיקט היי יאר מיט פרישע 8 תושבים וואָס זענען צוגעקומען במשך די ווינטער און נאך משפּחות זענען אויפ'ן וועג בעז"ה. און דאס איז בנוסף צו קבוצת אנ"ש פון סאטמאר וואס גרייט זיך אט אט צו מופן און שטעלט זיך פולשטענדיג צו צו די פארשריפטן פון ועד העיר פון קאסא גראנדא צו האַלטן די פרייזן ביליג.
די קהילה אפערירט:
דריי בתי מדרשים, די הויפט שול איז קהל חסידים דינוב אויף סילווער ריף גאס וואס דארט דאווענט מען אלעמאל אין די וואכן, מען האלט יעצט אינמיטן צוגרייטן די באדן צו פארגרעסערן די ביהמ"ד נאך וואס עס האלט שוין ב"ה ביי אפס מקום. נאך א שול אין די וויילדוואוד געגענט וואס אפערירט בעיקר ווען עס זענען דא דארט גענוג געסט, די פארלאפענע יו"ט פסח איז געעפנט געווארן א שול אין די מישען וועלי געגענט וואו נייע איינוואוינערס האבן זיך אנגעפאנגען אריינציען. מען דאוונט פרייטאג צונאכטס, און וועט בקרוב זיין אפן גאנץ שבת בס"ד. (בעז"ה די סאטמארע קהלה וועט עפענען איר אייגענע שול.)
א מקוה פאר יעדן טאג און מקוה טהרה אויף די סילווער ריף גאס אויך האלט מען אינמיטן בויען נאך א הערליכע מקוה אויף איעסט 8טע גאס
גרויסע אויסגערישטע גראסערי קאוישער קעניאן, די גראסערי פרייזן פאר תושבי קאסא גראנדע זענען ספעציעל ביליג, מיט מעמבער פרייזן וואס זענען ענדליך צו גראסערי פרייזן אין מאנסי. פאר געסט וואס דינגען נישט דורך אריזאנע קאוישער ריזארטס זענען די פרייזן אין ליין מיט די געווענטליכע פרייזן פון לאס אנזשעלעס וואס איז טאקע היבש העכער פון די געהעריגע פרייז. די וואס דינגען דורך "אריזאנע קאושער ריזארטס" באקומען א 10 פּראָצענט דיסקאונט אין גראסערי.
די ועד ההורים פון די מוסדות באשטייט פון דער רב הגרח"ש בערגער שליט"א, הר"ר שלמה זלמן פריימאן און הר"ר משה סורקיס
די תלמוד תורה ווערט גערופן ת"ת כנסת יהושע דקאסא גראנדע ע"ש דעם גרויסע זיידן פונעם מייסד היישוב הגה"צ רבי יהושע לערנער זצוק"ל אבד"ק וואלאץ בעל כנסת יהושע, די ת"ת באשטייט כהיום ארום 40 קינדער בליעה"ר. די יונגלעך אונטער בר-מצוה זענען צוטיילט אין 4 קלאסן, (מיט א פלאן פאר נאך צוויי קלאסן קומענדיגע זמן הבעל"ט) די ת"ת געפינט זיך דערווייל אין די בנין ביהמ"ד פון קהל חסידים דינוב.
מנהל רוחני פון די תלמוד תורה איז הרב נטע האראוויץ שליט"א, וואס איז אין כסדרדיגע פארבינדונג מיט די מלמדים און גיבט זיך אפ מיט אלע רוחניותדיגע אנגעלעגענהייטן אין די תלמוד תורה
די מיידל שולע פארמאגט ארום דרייסיג קינדער בליעה"ר. די מיידלעך זענען צוטיילט אין 4 קלאסן מיט א פינפטע קלאס אלץ הויך שולע, אויסער א פלעיגרופ) די סקול געפינט זיך יעצט אין א פריוואטע הויז. יעצט פארענדיגט מען די רענאוועישענס אויף א גרויסע קאמערציאלע בילדינג וואס מען וועט בעז"ה צו ניצן פאר די סקול.
די מנהלת רוחני פון די סקול איז רעביצין טייטלבוים אשת כ"ק אדמו"ר מהוסאקוב שליט"א וועלעכע איז מנהלת אין בנות ירושלים פאר אריבער דרייסיג יאר, וואס איז אין כסדרדיגע פארבינדונג מיט די טיטשער'ס און גיבט זיך אפ מיט די רוחניות פון די סקול
ישיבה קטנה. העסקן רבי משה סורקיס האט זיך אריינגעווארפן און מצליח געווען צו עפענען א ישיבה קטנה פאר די 6 חשובע בחורים פון 13-14 יאר תושבי קאסא גראנדע וואס ער פירט תחת הנהגתו און נשיאות רבו האדמו"ר מזוועהיל שליט"א
אן עירוב מהודר, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורכ'ן ועד העיר מיט ר' יהושע רובין און נעמט ארום רוב חלקי העיר ווי תושבי קאסא גראנדע וואוינען
ווי אימער מען זעט די "ועד העיר" ארגענעזעישן איז עס מטעם קהל חסידים, די ועד טובי העיר איז נתייסד געווארן על פי בחירות אלע תושבי קאסא גראנדע י"ב סיון תשפ"ב, ווען אלע תושבי קאסא גראנדע האבן בוחר געווען די חברי ועד העיר
די 3 חברי ועד העיר זענען ר' יצחק גרין, רבי משה אברהם ברוין און ר' יהושע רובין. (די לעצטע 4 יאר האט דער ציבור זיך באקענט מיט ר' יצחק גרין א דאנק זיינע דאקומענטאציעס פון דעם פלאץ. ביז תשפ"ה איז ער געווען די איינציגסטע צו דאקומענטירן די וואוקס פון קאסא גראנדע.)
לאקאלער הכשר פון ועד הכשרת דקהל חסידים איז א שטרענגע השגחה אינטער די ועד רבנים, דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א, דער רב פון קהל חסידים הגרח"ש בערגער און הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א דומ"ץ קאסא גראנדע
דער ועד העיר האט א ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן וואס ארבעט לויט די פארשריפטן פון די קהילה בנוגע האלטן פרייזן סטאביל, עס זאל נישט ווערן א מארקעט ווי די בייערס העכערן די פרייזן אזוי ווי אין אסאך אנדערע געגענטער
"אריזאנע קאוישער ריזארטס" וואקאציע רענטעל וואס אפערעיט דורך תושבי קאסא גראנדע און איז אפיליעיטעט מיט קהל חסידים, די הייזער ווערן נאר פארדינגען פאר אידן (געליסטעט אויף Arizonakosherresorts.com און ווי אויך קען מען באשטעלן דירות אויפ'ן פאון אויף 520.230.1015 אריזאנע קאושער איז די איינציגסטע כשרע רענטעל אין קאסא גראנדע, און רוב געסט באנוצן זיך מיט אירע סערוויסעס.
"געשמאק" קעיטערינג און בעקעריי אינטער די שטרענגע השגחה פון ועד הכשרות דקהל חסידיםמען קען באשטעלן דורך אריינרופן אויף 520.540.1431
די עסקני הקהילה זענען אלע לאקאלע תושבים צווישן זיי שיינען ארויס, ר' יצחק גרין, ר' משה סורקיס, ר' שמעון ראלניצקי, ר' ברוך אברהם ברויער, ר' שלמה זלמן פריימאן, ר' סענדר חיים סמיט, ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן, ר' משה אברהם ברוין, דער רב שליט"א און דער דיין און דער מייסד היישוב רבי יהושע רובין
אפיליאירט מיט קהל חסידים:
"קבוצת אנ"ש סאטמאר אריזאנע" ארבעט אינאיינעם מיט קהל חסידים און די ועד העיר
NJBC איז א ארבעט פארמיטלונג אפעראציע פאר פאטענציאלע תושבים ביי אין קאסא גראנדע ווי אויך אין אנדערע יישובים, אדער פאר ביזנעסער וואס זוכן צו אפערעיטן אין קאסא גראנדע און די אומגעגענט. זיי האבן שוין ב"ה צוגעשטעלט עטליכע זשאבס און געהאלפן עטליכע תושבים מיט עפענען א געשעפט אין קאסא גראנדע.
"חברים" אוף אריזאנע איז א הילף'ס ארגעניזאציע וואס קומט צו הילף פאר ווער עס דארף לאקאלע הילף
קהל נוה חיים. געגרינדעט י"ח אייר תשפ"ד
די קהלה נוה חיים האט געגרינדעט זייער ביהמ"ד אלס "קהל עץ חיים", תשעה באב תשפ"ד. זיך דאן געטוישט צו "תושבי קאסא גראנדע", און אפאר וואכן שפעטער האבן זיי זיך געטוישט צו "קהל חסידים" און יעצט זענען זיי אריבער צו זייער לעצטע נאמען איז "קהל נווה חיים". די קהלה האט פארלוירן 2 איינוואוינערס דעם ווינטער, אַריינגערעכנט איינעם פון זייערע 2 מלמדים, און קוקט ארויס שטאַרק צו טרעפן נאך תושבים.
די גרינדער פון די קהילה: ר' אלעזר דאנציגער און ר' אברהם הערש ברייער ביידע פון ניו יארק. די קהלה ווערט היינט געפירט דורך רבי יואל נחום שטיין פון מאנסי. לאקעל ווערט עס געפירט דורך ר' יצחק גראסמאן
די קהילה פארמאגט היינט צוטאגס ניין משפחות פון תושבים מיט א מספר אוהדים אין ניו יארק, אינוועסטארס וואס האבן משקיע געווען אין קאסא גראנדע און זען א שטארקע פאטענציאל אין דעם יישוב. אלץ א מקום צו שטארק מרוויח זיין.
רב: ביז לעצטנס איז געווען זייער רב הרב ראבינאוויטש פון בארא פארק וואס פלעיגט קומען צוגאסט איינמאל אין א פאר וואכן.
דיין: זינט די התייסדות לייגט די קהלה גרויסע כוחות צו טרעפן א פאטענציעלן דיין.
ועד הרבנים: אויף ביז דערווייל האבן זיי צוזאמגעשטעלט א ועד פון דרויסנדיגע רבנים וואס באשטייט פון זייער געוועזענע רב הרב ראבינאביטש פון בארא פארק, הרב שפיר ראזמאן שליט"א רב פון די אור התורה שול אין פינעקס, הרב יחיאל שטיינמעץ פון מאנסי, און הרב בנציון גאלדמאן ר"י נייפעסט.
קהל נוה חיים אפערירט:
זייער שול אויף די גאברילא גאס די שול איז די אייגענטום פון א איד אין ב"פ, די שול איז אפען אלע טעג פון די וואך
מקוה: א קאוויד מקוה איז דא אין חצר פון ר' אלעזר דאנציגער פון ניו יארק
גראסערי: די קהלה האט פרובירט צו עפענען א כשר'ע גראסערי, אין איינס פון די גויאישע געשעפטן אבער ס'האט זיך ליידער נישט אויסגעארבעט. דערווייל באגעניגן זיי זיך מיט קויפן כשר'ע פראדוקטן אין די לאקאלע נישט אידישע געשעפטן וואס האבן א כשר'ע אייל, און ווען עס איז דא נויט ניצן זיי די קאוישער קעניאן גראסערי פון קהל חסידים
מוסד: זייער מוסד רופן זיך עץ חיים. די מוסד האט א ועד ההורים וואס באשטייט פון ר' הלל ליכטענשטיין פון קרית יואל, ר' יצחק גראסמאן און ר' נחמן לעפקאוויטש
די תלמוד תורה באשטייט פון איין כיתה מיט המלמד בנש"ק הרב ר' משה ברוינשטיין מיט אכט יונגלעך בליעה"ר (די תלמוד תורה געפינט זיך אין איינע פון די הייזער פון די אייגענטום פון ר' אלעזר דאנציגער פון ניו יארק)
מיידל שולע באשטייט פון זיבעצן מיידלעך אויסגעשפרייט אין דריי קלאסן (די סקול געפינט זיך אין איינע פון די הייזער פון די אייגענטום פון ר' אלעזר דאנציגער פון ניו יארק) די היי-סקול מיידל שיקן זיי צו שערים היי-סקול אין פינעקס, פינעקס איז א שעה צו פארן פון קאסא גראנדע. שערים איז די לאקאלע סקול פאר די אידן וואס וואוינען אין פינעקס אדער סקאטסדעיל געגענטער, אלע לימודים קומען פאר אויף די ענגלישע שפראך, און זענען געשטעלט צו קעיטערן די ישיבה'שע קרייזן.
אלע מעלדונגען פון די קהלה ווערן געמאכט אונטער די דריק סארט פון נוה חיים אין אידיש אדער NCCC אין ענגליש.
לאקאלע הכשר: נישטא קיין רב אדער דיין אויפן פלאץ.
נוה חיים האט א ריעל עסטעיט אגענט ר' נחמן לעפקאוויטש (ארבעט נישט אינאיינעם מיטן ועד העיר אדער מיט קהל חסידים) נוה חיים מעמבערס טענה'ן אז זיי האבן א אייגענע שיטה וויאזוי צו פארקויפן הייזער, אנדערש פון די מהלך פון די ועד העיר אדער מייסד היישוב.
רילעקסטעי איז די וואקאציע רענטעל ביזנעס וואס אפערירט דורך אינוועסטארס פון ניו יארק, די הייזער ווערן אויך פארדינגען אויף עיר בי ענד בי פאר נישט אידן. רוב הייזער האבן וועגן דעם נישט קיין מזוזות און כשר'ע קיטשנס, און פארשטייט זיך אז די הייזער זענען נישט פארלעסליך כשר. בדרך אגב, סאיז וויכטיג צו געדענקען ווען מען קומט קיין קאסא גראנדע אז אויב טרעפט איר א עד אין די היימישע פעיפערס פון א פריוואטע ליסטונג פון א רענטל, איז עס בדרך כלל א הויז וואס ווערט פארדינגען פאר גוים אויך און מען דארף חושש זיין אז די הויז איז נישט בתכלית ההידור.
סאלט ענד פעפער: קעיטערינג, אינטער די השגחה פון הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעץ, מען קען באשטעלן דורך אריינרופן אויף 520.789.6511
NCCC אדער נוה חיים האט א ארבעט פארמיטלונג אפטיילונג וואס פראבירן צו טרעפן זשאב'ס פאר מענטשן וואס ווילן מופן און זיין טייל פון נוה חיים קהילה.
ר' יצחק גראסמאן - איד אין די וועסט: טוט די דאקומענטאציעס פון די קהלה. ער האט אנגעהויבן דאקומענטירן די וואוקס פון די קהלה אינטער די נאמען "א איד אין די וועסט" אנהייב תשפ"ה מיטן ציל צו מארקעטן פאר קהילת נוה חיים ווי ער איז איז דער מנהל גשמי און פון די ועד ההורים.
עסקני הקהילה. ר' אלעזר דאנציגער פון שיכון סקווירא. ר' אברהם הערש ברייער פון ב"פ, ר' אנשיל פערל פון מאנסי. ר' פנחס עסטרייכער פון מאנסי (די צוויי שוואגער'ס באקאנט אלץ pinny & ushey אויף Airbnb) ר' יעקב מאיר גרינהוט, ר' עמרם הערצאג פון מאנסי, ר' ראובן יוסף לעפקאוויטש פון ב"פ, ר' יואל גאלדמאן פון וומ"ס, ר' יואל נחום שטיין פון מאנסי, און ר' הלל ליכטענשטיין פון ק"י, ר' יוחנן לעפקאוויטש פון מאנסי, ר' יצחק גראסמאן פון קאסא גראנדע, און ר' נחמן לעפקאוויטש פון קאסא גראנדע
חב"ד דקאסא גראנדע. געגרינדעט ניסן תשפ"א
חב"ד איז געגרינדעט געווארן דורך הרב משה סוסונקין שליט"א וועלעכע איז געקומען קיין קאסא גראנדע צו באזוכן רבי יהושע רובין כסלו תשפ"א דורכאויס איינע פון זיינע באזוכן ביי זיין שווער וועלעכע איז א שליח חב"ד אין די טוסאן אריזאנע געגענט, רבי משה איז געווארן שטארק איבערגענומען פון קאסא גראנדע און אפגעשמועסט מיט רבי יהושע אז ער פלאנט צו קומען עפענען א חב"ד צענטער אין קאסא גראנדע, רבי יהושע האט אים שטארק געשטיפט דערצו און טאקע גלייך נאך פסח יענעם יאר האט הרב משה סוסונקין זיך אריבערגעצויגן קיין קאסא גראנדע און אנגעהויבן מיט זיינע פעולות למען יהדות צו טרעפן נדחי ישראל וואס זענען פארוואגעלט אין קאסא גראנדע.
כאטש חב"ד דקאסא גראנדע האט נאכנישט קיין אייגענע ביהמ"ד האט דער שליח שוין מצליח געווען צו טרעפן א שיינע פאר אידישע נשמות וואס ער האלט מיט זיי א קשר דורכאויס פארשידענע מסיבות וואס ער שטעלט אהער אז די אידן זאלן שפירן א טעם אין אידישקייט. דער שליח וואוינט עטליכע מייל אפגערי קט פון די געגענט ווי די איבעריגע חסידישע אידן וואוינען.

נאר א יוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:09 pm ב"ה
אין די לעצטע טעג איז ב"ה דא א שטארקע אינטרעסע ביים עולם ארויסצימופן קיין קאסא גראנדע ספעציעל נאך די היסטארישע עקספוי אין וויליאמסבורג ווי מען האט געזען מאסן מענטשן בליעה"ר זיך באטייליגן און א גרויסע ציבור האט אויסגעדריקט אינטערעסע צו מופן קיין קאסא גראנדע, דאס זעלבע האט מען געזען צוויי טעג נאך די עקספוי ווען צענדליגער אידן זענען געקומען פון ניו יארק קיין קאסא גראנדע און די אפקלאנג איז געווען געוואלדיג.
במשך די עקספוי און די נאכפאלגנדע נסיעה האבן מענטשן געפרעגט פארשידענע שאלות וועגן דעם הערליכן ציבור פון אידן וואס וואוינט אין קאסא גראנדע און אויך וועגן די קהילות און מוסדות פון קאסא גראנדע, האבן מיר באשלאסן צו מאכן א קורצן סך הכל.► Show Spoiler
הערליך
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
היבש גענויגט אויף איין זייט....
ווער נישט צובראכן פון א צובראכענע מענטש!