פארוואס האט מען ארויסגעשטעלט א ועד פון רבנים וואס זענען אנטי סאטמאר?
חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
קלוגער איד
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 2:09 pm
- x 16
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
כ'קלער, אז מהאט סך הכל געזוכט און אויפגענימען רבנים וואס וועלן זיין די בעסטע פארן תכלית. און די רבנים, קענענדיג די פלאץ פון די נאנט, זענען די מערסטע געאייגנט.
זייער אפיליאציע אדער נישט-אפיליאציע מיט סיי וועלכע ספעציפישע קהילה, איז נוגע אהער? חוץ אויב מבויעט פאר בלויז פאר א ספעציפישע קהילה.
(חוץ מזה, כמיין זיי זענען נישט אנטי סאטמאר)
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ווי געשריבן האב איך גארנישט מיט דעם, און איך ברענג נאר וואס איך זעה.
אבער, פון ווי נעמסטו אז דאס זענען רבנים אנטי סאטמאר?
ס'האט מיך בכלל נישט אויסגעזעהן אזוי.
(דאס אז זיי נעמען נישט דיירעקט רבנים פון סאטמאר, איז מסתמא כדאי די אלע חסידים וואס זענען נישט קיין סאטמערערס זאלן זיין פולקאם באקוועם צו קומען..)
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איז געווען וואלן (בחירות) פאר די רבנים,קלוגער איד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 05, 2026 11:01 amכ'קלער, אז מהאט סך הכל געזוכט און אויפגענימען רבנים וואס וועלן זיין די בעסטע פארן תכלית. און די רבנים, קענענדיג די פלאץ פון די נאנט, זענען די מערסטע געאייגנט.
זייער אפיליאציע אדער נישט-אפיליאציע מיט סיי וועלכע ספעציפישע קהילה, איז נוגע אהער? חוץ אויב מבויעט פאר בלויז פאר א ספעציפישע קהילה.
(חוץ מזה, כמיין זיי זענען נישט אנטי סאטמאר)
אויב האט מען געקוקט די בעסטע פארן תכלית דעמאלטס פארוואס האבן זיי נישט אויך גענומען דעם מרא דאתרא דינוב'ע רבי און הגרח"ש בערגער אב"ד קהל חסידים און הגרי"א בערגער דומ"ץ קהל חסידים דקאסא גראנדע, און אבד"ק נייטרא מאנסי. און הגאון רבי יעקב ווייס מרבני סאטמאר וחבר ועד הרוחני דקאסא גראנדע און הגאון אבד"ק ריבאטיטש, און אבד"ק תבואות שור, און הגה"צ רבי יוחנן טווערסקי ראב"ד קו הישר וועלעכע וואוינען ממש אין קאסא גראנדע אדער זענען גאר שטארק אינוואלווד אין יעדע פרט פון קאסא גראנדע, און זענען די רבנים פון קהל חסידים?
די ליסטע וואלט זיי געגעבן אסאך א ברייטערע אפיליאציע מיט אסאך מער קהילות ווי אויך א שטערקערע שטאנד פאר שלום.
אויפנעמען א רב ווי הרב שפיר רוזמן וואס איז א ריכטיגע קוק'ניק (ער האט זיי געגעבן דעם ציוניסטישע נאמען נוה חיים, וואס שרייט ארויס אנטי סאטמאר, עס האט נישט קיין שום מקור אין תורה שבכתב אדער בעל פה אדער בספרי קדמונים. די ציונים האבן עס גערופן נאך זייערס א פאפולערע פערזאן https://www.google.com/url?sa=t&source= ... eloiHzpakz חיים ארלוזורוב https://www.google.com/url?sa=t&source= ... UFqDIML_5s ) דאס קען נישט ווערן אנגערופן אפיליאציע פאר מיט סיי וועלעכע קהילה, נאר עס שטיפט אוועק עני נארמאל - פרימע קרייז ווי סאטמאר וענפיה. איך וויל נישט אריינגיין צו אויסשמועסען די אנדערע רבנים אבער זיי מברר וועסטו געוואויר ווערן אז זיי זענען אנטי סאטמאר
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
פון וואו קומט די נאמען נוה חיים?ישוב החדש האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 05, 2026 1:54 pmאיז געווען וואלן (בחירות) פאר די רבנים,קלוגער איד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 05, 2026 11:01 amכ'קלער, אז מהאט סך הכל געזוכט און אויפגענימען רבנים וואס וועלן זיין די בעסטע פארן תכלית. און די רבנים, קענענדיג די פלאץ פון די נאנט, זענען די מערסטע געאייגנט.
זייער אפיליאציע אדער נישט-אפיליאציע מיט סיי וועלכע ספעציפישע קהילה, איז נוגע אהער? חוץ אויב מבויעט פאר בלויז פאר א ספעציפישע קהילה.
(חוץ מזה, כמיין זיי זענען נישט אנטי סאטמאר)
אויב האט מען געקוקט די בעסטע פארן תכלית דעמאלטס פארוואס האבן זיי נישט אויך גענומען דעם מרא דאתרא דינוב'ע רבי און הגרח"ש בערגער אב"ד קהל חסידים און הגרי"א בערגער דומ"ץ קהל חסידים דקאסא גראנדע, און אבד"ק נייטרא מאנסי. און הגאון רבי יעקב ווייס מרבני סאטמאר וחבר ועד הרוחני דקאסא גראנדע און הגאון אבד"ק ריבאטיטש, און אבד"ק תבואות שור, און הגה"צ רבי יוחנן טווערסקי ראב"ד קו הישר וועלעכע וואוינען ממש אין קאסא גראנדע אדער זענען גאר שטארק אינוואלווד אין יעדע פרט פון קאסא גראנדע, און זענען די רבנים פון קהל חסידים?
די ליסטע וואלט זיי געגעבן אסאך א ברייטערע אפיליאציע מיט אסאך מער קהילות ווי אויך א שטערקערע שטאנד פאר שלום.
אויפנעמען א רב ווי הרב שפיר רוזמן וואס איז א ריכטיגע קוק'ניק (ער האט זיי געגעבן דעם ציוניסטישע נאמען נוה חיים, וואס שרייט ארויס אנטי סאטמאר, עס האט נישט קיין שום מקור אין תורה שבכתב אדער בעל פה אדער בספרי קדמונים. די ציונים האבן עס גערופן נאך זייערס א פאפולערע פערזאן https://www.google.com/url?sa=t&source= ... eloiHzpakz חיים ארלוזורוב https://www.google.com/url?sa=t&source= ... UFqDIML_5s ) דאס קען נישט ווערן אנגערופן אפיליאציע פאר מיט סיי וועלעכע קהילה, נאר עס שטיפט אוועק עני נארמאל - פרימע קרייז ווי סאטמאר וענפיה. איך וויל נישט אריינגיין צו אויסשמועסען די אנדערע רבנים אבער זיי מברר וועסטו געוואויר ווערן אז זיי זענען אנטי סאטמאר
דער נאמען „נוה חיים“ (נְוֵה חַיִּים) קומט פֿון לשון הקודש, און ער איז צוזאַמענגעשטעלט פֿון צוויי ווערטער:
„נוה“ (נָוֶה) – מיינט אַ שיינער אָרט, אַ וואוינאָרט, אַ רואיגער פלאץ (ווי אַ פּאַסטעכדיקער וווין אָדער אַ שיינע געגנט).
„חיים“ (חַיִּים) – מיינט לעבן.
צוזאַמען מיינט „נוה חיים“:
שכונות / געגנטן
מוסדות (ישיבות, בתי מדרש)
אָדער אפילו פּריוואַטע נעמען
אויב דו ווילסט, קען איך אויך זאָגן צי עס איז אַ באַקאַנטער אָרט אָדער מוסד מיט דעם נאמען.
וואו אין תנך שטייט עס?
יאָ — דער וואָרט „נוה“ (און ענלעכע פארמען ווי „נאות“) געפינט זיך אין עטלעכע ערטער אין תנ״ך.
א פּאָר קלאָרע ביישפילן פֿון תנ״ך:
„יְבָרֶכְךָ ה׳ נְוֵה־צֶדֶק הַר הַקֹּדֶשׁ“
„בִּנְאוֹת דֶּשֶׁא יַרְבִּיצֵנִי“
„חֲזֵה צִיּוֹן… נְוֵה שַׁאֲנָן“
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
פאר די וועלעכע ווייסן נישט אז ביינונז אין אריזאנע איז דריי שעה צוריקגעשטאנען פון די ניו יארקע זייגער, וואס דאס מיינט אז איך האב ערשט יעצט געענדיגט אוועקפאקן דאס פסח, און געלאפן קויפן מעיל און יוסט אין די גראסערי, מען גייט יעצט באקן פרישע חמץ, און חלות לכבוד שבת קודש.
איך האף אנצוקומען צו שרייבן א באריכט וואס שנעלער. אויפן שפיץ גופעל איז געווען א קנאק פון א יום טוב, תושבי קאסא גראנדע געדענקן נישט אזא פסח קיינמאל בעפאר, מיט דריי הערליכע מניינים, אלע אריזאנע קאוישער ריזארטס הייזער זענען געווען ארויסגעדינגן, איבערגעפילטע בתי מדרשים בליעה"ר, א הערליך צוגעשטעלטע פסח גראסערי, די גריסן פון די פיהל געסט הערט נישט אויף צו קומען.
כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו.
איך האף אנצוקומען צו שרייבן א באריכט וואס שנעלער. אויפן שפיץ גופעל איז געווען א קנאק פון א יום טוב, תושבי קאסא גראנדע געדענקן נישט אזא פסח קיינמאל בעפאר, מיט דריי הערליכע מניינים, אלע אריזאנע קאוישער ריזארטס הייזער זענען געווען ארויסגעדינגן, איבערגעפילטע בתי מדרשים בליעה"ר, א הערליך צוגעשטעלטע פסח גראסערי, די גריסן פון די פיהל געסט הערט נישט אויף צו קומען.
כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו.
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
מקולות מים רבים
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 10:39 am
- x 44
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
שמחה עד בלי די צו זען הרחבת גבולי הקדושהישוב החדש האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 10, 2026 4:08 am פאר די וועלעכע ווייסן נישט אז ביינונז אין אריזאנע איז דריי שעה צוריקגעשטאנען פון די ניו יארקע זייגער, וואס דאס מיינט אז איך האב ערשט יעצט געענדיגט אוועקפאקן דאס פסח, און געלאפן קויפן מעיל און יוסט אין די גראסערי, מען גייט יעצט באקן פרישע חמץ, און חלות לכבוד שבת קודש.
איך האף אנצוקומען צו שרייבן א באריכט וואס שנעלער. אויפן שפיץ גופעל איז געווען א קנאק פון א יום טוב, תושבי קאסא גראנדע געדענקן נישט אזא פסח קיינמאל בעפאר, מיט דריי הערליכע מניינים, אלע אריזאנע קאוישער ריזארטס הייזער זענען געווען ארויסגעדינגן, איבערגעפילטע בתי מדרשים בליעה"ר, א הערליך צוגעשטעלטע פסח גראסערי, די גריסן פון די פיהל געסט הערט נישט אויף צו קומען.
כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די גרויסע בליץ נסיעה פון קבוצת אנ"ש מיט רבני קבוצת אנ"ש און מיטן משמח אלוקים ואנשים ר' הערשל פריעדמאן איז געפלאנט לויט רוב ווארשיינליכקייטן אויף פרשת אמור הבעל"ט אי"ה
פרטים יבואו
איינשרייבן קען מען זיך אויף 646-787-8080

תושב קאסא גראנדא
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 05, 2026 2:08 pm
- Location: קאסא גראנדא אריזאנא
- x 8
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
א גוטן מיינע טייערע חברים
שלום עליכם, מיין ניק איז "תושב קאסא גראנדא"
איך וואוין טאקע נישט (נאכנישט) דארט, אבער איך קוק שטארק אריין אין דעים, און אלטס דעים האב איך גענומען די ניק "תושב קאסא גראנדא"
איך האב אסאך פראגעם און ספיקות, און איך זעה אידטיש אלטס אן ארט ווי מען קען זיך צונויף שמועסן ווי ברידער, אין א בחינה ולאחיו יאמר חזק
אין די קומענדיגע טעג וועל איך בס"ד מאכן צייט, און ארויס שטעלן אלע מיינע פראגעס אין ספיקות, קען זיין און א באזונדערע טעמע, נאכנישט באשלאסן
אויף דערווייל, סאיז גוט צו זיין מיט אייך

אמת ואמונה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 178
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
- x 195
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וויפיל קאסט?
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
נאכנישט פיינעלייזט מיינעך
קאל אריין
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איר רופט זיך תושב קאסא גראנדע צו קענען "פרעגן"?תושב קאסא גראנדא האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 13, 2026 4:04 pm א גוטן מיינע טייערע חברים
שלום עליכם, מיין ניק איז "תושב קאסא גראנדא"
איך וואוין טאקע נישט (נאכנישט) דארט, אבער איך קוק שטארק אריין אין דעים, און אלטס דעים האב איך גענומען די ניק "תושב קאסא גראנדא"
איך האב אסאך פראגעם און ספיקות, און איך זעה אידטיש אלטס אן ארט ווי מען קען זיך צונויף שמועסן ווי ברידער, אין א בחינה ולאחיו יאמר חזק
אין די קומענדיגע טעג וועל איך בס"ד מאכן צייט, און ארויס שטעלן אלע מיינע פראגעס אין ספיקות, קען זיין און א באזונדערע טעמע, נאכנישט באשלאסן
אויף דערווייל, סאיז גוט צו זיין מיט אייך
תשוב קאסא גראנדא
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ווער גייט אפמאכן אויב איז ער א טראול?
אין אנדערע ווערטער, וועמענס צד וועט ער נישט טארן נעמען, און אויב יא דאן ניטראל אותו...
-
אמת ואמונה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 178
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
- x 195
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
הרב מאיר צוויבל שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט אויף א וואקאציע באזוך צוגעשטעלט דורך די קהילה.
אין איין וועגס וועט זיך די רב שליט"א אומקוקן אויף די ארטיגע קהילה אין בעפארגרייטונג צום מאסן נסיעה דורך הונדערטער חסידי סאטמאר אין די וואך פון פרשת אמור.
אין איין וועגס וועט זיך די רב שליט"א אומקוקן אויף די ארטיגע קהילה אין בעפארגרייטונג צום מאסן נסיעה דורך הונדערטער חסידי סאטמאר אין די וואך פון פרשת אמור.
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
-
תושב קאסא גראנדא
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 05, 2026 2:08 pm
- Location: קאסא גראנדא אריזאנא
- x 8
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
צו קענען אויסשמועסןפופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 1:34 pmאיר רופט זיך תושב קאסא גראנדע צו קענען "פרעגן"?תושב קאסא גראנדא האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 13, 2026 4:04 pm א גוטן מיינע טייערע חברים
שלום עליכם, מיין ניק איז "תושב קאסא גראנדא"
איך וואוין טאקע נישט (נאכנישט) דארט, אבער איך קוק שטארק אריין אין דעים, און אלטס דעים האב איך גענומען די ניק "תושב קאסא גראנדא"
איך האב אסאך פראגעם און ספיקות, און איך זעה אידטיש אלטס אן ארט ווי מען קען זיך צונויף שמועסן ווי ברידער, אין א בחינה ולאחיו יאמר חזק
אין די קומענדיגע טעג וועל איך בס"ד מאכן צייט, און ארויס שטעלן אלע מיינע פראגעס אין ספיקות, קען זיין און א באזונדערע טעמע, נאכנישט באשלאסן
אויף דערווייל, סאיז גוט צו זיין מיט אייך
תשוב קאסא גראנדא
-
תושב קאסא גראנדא
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 05, 2026 2:08 pm
- Location: קאסא גראנדא אריזאנא
- x 8
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
שאלה נומבער 1. שמעתי אז זוממער איז זייער הייס דארט, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פון אן איינוואינער וואס סאיז די ווערטער זוממער, און אויב סאיז טאקע שטיקעדיג, אין די ווינטער ווייס איך סאיז א מחיה, וועגן די זוממער וויל איך וויסן?
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
יהא בואכם לברכה.תושב קאסא גראנדא האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 2:26 am שאלה נומבער 1. שמעתי אז זוממער איז זייער הייס דארט, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פון אן איינוואינער וואס סאיז די ווערטער זוממער, און אויב סאיז טאקע שטיקעדיג, אין די ווינטער ווייס איך סאיז א מחיה, וועגן די זוממער וויל איך וויסן?
איר קענט זען פון דא און די נאכפאלגנדע 9 פאוסטס מיין מיינונג דערוועגן.
פאקטישע עקספיריענס וועט איר ברויכן ווארטן אויף איינעם פון די איינוואוינער.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
שלום וברכה,תושב קאסא גראנדא האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 2:26 am שאלה נומבער 1. שמעתי אז זוממער איז זייער הייס דארט, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פון אן איינוואינער וואס סאיז די ווערטער זוממער, און אויב סאיז טאקע שטיקעדיג, אין די ווינטער ווייס איך סאיז א מחיה, וועגן די זוממער וויל איך וויסן?
איך וואוין שוין אין קאסא גראנדע, איך האב שוין מיטגעהאלטן עטליכע זומערס דאהי און איך וועל מיר פרייען דיר צו ענטפערן, אבער היות דיין פראגע איז נישט קלאר ארויסגעברענגט ביטע זיי מסביר די פראגע, מען קען קען עס אויסטייטשן אויף פארשידענע וועגן.
צום ווידערזען
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
יהא בואו לברכהאמת ואמונה האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 8:34 pm הרב מאיר צוויבל שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט אויף א וואקאציע באזוך צוגעשטעלט דורך די קהילה.
אין איין וועגס וועט זיך די רב שליט"א אומקוקן אויף די ארטיגע קהילה אין בעפארגרייטונג צום מאסן נסיעה דורך הונדערטער חסידי סאטמאר אין די וואך פון פרשת אמור.
- פיילס
-
- IMG-20260415-WA0006.jpg (266.59 KiB) געזען געווארן 621 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די קאמפיין ווערט שטערקער און שטערקער, ווער צאלט די קאמפיין? קוקט נישט אויס ווי סאיז דא אינוועסטארס, די נסיעות און מארקעטינג קאסטן א מטבעישוב החדש האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 4:09 amיהא בואו לברכהאמת ואמונה האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 8:34 pm הרב מאיר צוויבל שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט אויף א וואקאציע באזוך צוגעשטעלט דורך די קהילה.
אין איין וועגס וועט זיך די רב שליט"א אומקוקן אויף די ארטיגע קהילה אין בעפארגרייטונג צום מאסן נסיעה דורך הונדערטער חסידי סאטמאר אין די וואך פון פרשת אמור.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ר' יושע רובין אויף אייוועלט אין רעספאנס צו א שאלה, ארויסגענומען פון א לענגערע פאוסט. https://www.ivelt.com/forum/posting.php ... &p=6628816
הרב יושע רובין האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 1:29 pm .... איך בין אינוואלווד אין א גרויסע טייל פון די מארקעטינג, און ווען איך האב מיר אוועקגעזעצט מיט די גרעפיק דעזיינער אדער מיט עסקנים און מען האט דן געווען איבער די נושא ...
... בעפאר אונז האמיר אנגעגרייט די מארקעטינג מאטעריעל האבן אונז געהאט מיטינגס מיט די תושבי קאסא גראנדע און אפגעציילט יעדע חיסרון וואס דער עולם האלט באמת, און לויט דעם האט מען געשטעלט די טעינער פון די מארקעטינג...
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מאכט סענס, וואס איז די גאול דא, וויפיל משפחות צילט מען יעצט צו ברענגן?אגד האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 10:41 pmר' יושע רובין אויף אייוועלט אין רעספאנס צו א שאלה, ארויסגענומען פון א לענגערע פאוסט. https://www.ivelt.com/forum/posting.php ... &p=6628816
הרב יושע רובין האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 1:29 pm .... איך בין אינוואלווד אין א גרויסע טייל פון די מארקעטינג, און ווען איך האב מיר אוועקגעזעצט מיט די גרעפיק דעזיינער אדער מיט עסקנים און מען האט דן געווען איבער די נושא ...
... בעפאר אונז האמיר אנגעגרייט די מארקעטינג מאטעריעל האבן אונז געהאט מיטינגס מיט די תושבי קאסא גראנדע און אפגעציילט יעדע חיסרון וואס דער עולם האלט באמת, און לויט דעם האט מען געשטעלט די טעינער פון די מארקעטינג...
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
זיין גאול ווייסעך נישט, איך ביניש אין זיין קאפ.
עס איז משמע פון וואס ער שרייבט און פון וואס ער לאזט שרייבן אז ער וויל האבן גענוג קינדער פאר קלאסן אין אלע יארגענג, און גענוג קינדער פער קלאס צו ברעיקן איווען מיט די ארטיגע פראגראמען און 100$ שכר לימוד, אזוי אז ער זאל מער נישט מוזן סובסידייזן די מוסדות. (און שטייצעך אז בערך דארט קען די קהילה ברעקן איווען דורך נדרים ונדבות פון ציבור פלאס די מענעדזשמענט פי פון די וואקאציע דירות וואס איז א קהל'ישע זאך לויט ווי ער לייגט עס אראפ.)
עט דעטה פוינט האט דער יישוב סוקסידעט, אין זיינע אויגן.
זוי מיינעך.

א רעקארד-געבראכענער פסח אין דעם נייעם ישוב אין קאסא גראנדע
א מורא'דיגער, שיינער יום טוב איז אריבער אין דעם נייעם ישוב פון קאסא גראנדע מיט א גרויסן סוקסעס. א רעקארד גרויסער ציבור איז געקומען פראווען דעם סדר מיט דעם העכסטן מאס סטאנדארט פון באקוועמליכקייט און כשרות (טראץ דעם קליינעם חול המועד).
שוין א וואך פאר יום טוב האט זיך אנגעפאנגען אנצוזען אן אויסערגעווענליכער פלוס פון געסט. "אַריזאָנע קאָושער רעזארט", וואס ווערט געפירט מיט א מורא'דיגער געניטשאפט זייט דעם אנקום פון ר' משה סורקיס קיין קאסא גראנדע, אונטער דער פארוואלטונג פון ר' יצחק גרין, איז געווען אינגאנצן "סאָלד אַוט", און מען האט זיך געבראכן קאפ צו טרעפן נאך דירות צו קענען אקאמאדירן נאך געסט. אבער טראץ אלע אנשטרענגונגען, האט מען נישט געקענט אלעמען אקאמאדירן און מען האט צום באדויערן געמוזט אפזאגן געוויסע געסט.
דער פסח האט נאכגעפאלגט א מורא'דיגער, סוקסעספולער ווינטער בס"ד אין אונזער קהילה "קהל חסידים", וואס האט מצליח געווען אויף יעדן איינציגסטן הינזיכט מער ווי אלע יארן. אַריזאָנע קאָושער רעזארטס האט געהאט גאר א פארנומענעם ווינטער, צוליב די אלע אידן וועלכע האבן געהערט וועגן דעם הערליכן און באקוועמען ארט און באשלאסן אז זיי מוזן עס קומען אויסטשעקן.
דערצו איז די קהילה געוואקסן מיט א שנעלערער טעמפא ווי סיי ווען, מיט פרישע תושבים וועלכע זענען צוגעקומען יעדע פאר וואכן במשך דעם גאנצן ווינטער סעזאן. דאס האט זיך געענדיגט מיט פיר משפחות ברוכות ילדים וועלכע זענען אנגעקומען פּונקט אויף פּסח. יעצט צום נייעם זמן האבן שוין די מוסדות קרוב צו הונדערט קינדער בליעה"ר.
די גראסערי פירערשאפט — אריינגערעכנט ר' משה, ר' יצחק, און ר' אברהם חיים נאס — האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות און שלאפלאזע נעכט אריינצוברענגען אלע צרכי הסדר און צרכי פסח, אז ס'זאל גארנישט פעלן.
ביי די געלעגנהייט מוז מען נאכאמאל ארויסברענגען לשבח די געוואלדיגע געטריישאפט פון די הנהלת הישוב, וואס גייט ארויס פון וועג צו אקאמאדירן די איינוואוינער צוערשט. שוין א פּאר חדשים וואס מען האט איינגעשטעלט א מורא'דיגע סיסטעם אז איינוואוינער קענען קויפן די אייטעמס אין גראסערי פאר שפּאט-ביליגע פּרייזן, אזש די הנהלה פארלירט געלט אויף יעדן איינוואוינער. יעצט אויף פּסח, ווען מען קויפט איין פיל מער ווי געווענליך, האט זיך יעדער תושב געשפּארט הונדערטער דאלאר.
(ס'דארף באמערקט ווערן אז אויך פאר די געסט וואס צאלן יא מער, צוליב די שיפּינג קאסטס וכדו', זענען די פּרייזן נאך אלץ פיל נידריגער ווי אנדערע וואקאציע ערטער אין פאלם ספרינגס, לאס אנדזשעלעס אא"וו. אויך דארף מען נישט פארגעסן אז די געסט וועלכע שטייען איין אין די הייזער פון אריזאנע קאושער רעזארטס, וועלכע באלאנגען פאר די חשוב'ע בעלי בתים וועלכע שטייען צוהילף פון אונזער ישוב א גאנץ יאר, באקומען א צען פּראצענטיגן דיסקאונט, וואס אין אזא פּסח קומט עס אויך אויס גאר א שיינע סכום.)
אין גראסערי איז געווען צו באקומען אן אויסוואל פון אלע מהודר'דיגע מצות. טייל איינוואוינער האבן אנגעוויזן אז דא האט די מצה א ספּעציעלן טעם, ווייל צוליב די טרוקענע לופט האלט זיך עס קריספי און פריש אפילו פאר לאנגע חדשים נאך פּסח... אבער דאס איז שוין דער "חציו לכם"... לכבוד יום טוב איז אויך אנגעקומען א פרישער שיפּמענט פון אלע וויינען, צו קענען פּראווען די סדרים ווי ס'באדארף צו זיין.
דער גאנצער יום טוב איז געפּראוועט געווארן היי-יאר מיט א ספּעציעלע דערהויבנקייט און מיט א געפיל פון צופרידנקייט אז מען האלט שוין דא. מען האט געהערט פון איין איינוואוינער אז ס'שפּירט זיך ממש ווי יענעם היסטארישן שבת התייסדות אין תשפ"א, ווען אידן זענען געקומען צו פארן פון איבעראל און יעדער האט געהאט א פּאזיטיווע געפיל אז ס'קומט עפּעס גאר היסטאריש. אויך יעצט, ווען ס'זענען צוגעקומען א שיינע צאל נייע איינוואוינער — אריינגערעכנט די ערשטע חברים פון קבוצת אנ"ש פון סאטמאר — פילט מען ווי מען האט דערגרייכט א פרישע "מיילסטאון". פארשטייט זיך אז מען דארף נאך אסאך סייעתא דשמיא פון דא און ווייטער, אז דער אויבערשטער זאל שענקען הצלחה איבערצוקומען אלע שטרויכלונגען.
טייל פון די געסט וואס קומען שוין זינט דעם אנפאנג, האבן עדות געזאגט אז דער פּלאץ איז ממש "נשתנה צורה". איין איינוואוינער האט פארציילט ווי ער געדענקט נאך די צייטן ווען מען האט געדארפט באצאלן געלט פאר אידן צו קומען משלים זיין צו מנין, און ר' יושע האט געצאלט גרויסע געלטער צו ברענגען כהנים יעדן יום טוב. יעצט האט מען געהאט אנדערטהאלבן מנין פון כהנים, אריינגערעכנט עטליכע לאקאלע איינוואוינער וועלכע זענען כהנים.
טראצדעם וואס א טייל עולם איז אוועקגעפארן אויף פּסח, איז רוב עולם געבליבן אין שטאט. צוזאמען מיט די גרויסע צאל געסט איז געווען אזא עולם, אז מען האט געמוזט מאכן נאך א מנין אין דינובער שול, און ווי אויך האט מען געמאכט מנינים אין צוויי אנדערע שכונות פונעם ישוב: וויילדוואוד און מישאן וואלי. אין וויילדוואוד האט מען געדאוונט אין בית מדרשינו, און אין מישאן וואלי בבית הר"ר משה סורקיס, וועלכער האט געעפנט זיין 4,500 סקווער-פיסיגן הויז פאר'ן ארטיגן ציבור. (איך האב אייך שוין געזאגט אז אין קאסא גראנדע באקומט מען גרויסע נייע הייזער פאר'ן פּרייז וואס דו קויפסט א כאטקע אין אפּסטעיט ניו יארק...)
טראצדעם וואס ס'זענען געווען דריי מנינים אין שטאט, איז די הויפּט שול געווען איבערגעפולט עד אפס מקום. מען האט דערפאר געעפנט די תלמוד תורה קלאסן אויפ'ן צווייטן שטאק און דארט געמאכט נאך מנינים. ס'איז געווארן זייער קלאר אז די קהילה איז אויסגעוואקסן די עקזיסטירנדע בנינים, און מען מוז שוין אנפאנגען מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיט'ן ארויסבויען און פארדאפלען דאס בית המדרש.
די קהלה האט פרובירט צו אקאמעדירן אלע מנהגים. דער צווייטער נאכט פסח איז געווען איין מנין ספירה נאכ'ן דאווענען און שפעט ביינאכט איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שטוב פון דינובער רבי'ן שליט"א, דער מרא דאתרא, און אין שכונת מישאן וואלי בבית האב"ד שליט"א, צו ציילן ספירה מיט מנין, און דערנאך בצוותא חדא געזינגען די אלע שירים ופזמונים פונעם סוף פונעם סדר.
וואס ס'האט ספּעציעל ארויסגעשיינט במשך דעם יום טוב איז געווען די "קוואליטי" פון די געסט, וועלכע האבן ע"פּ רוב אפּגעשפּיגלט דעם צוזאמשטעל פון די איינוואוינער: וואוילע, ערליכע יונגעלייט און בני תורה. ס'איז קלאר אז קאסא גראנדע "עטרעקט" צו זיך א גאר גוטער ציבור וואס שטרעבט פאר א העכערן רוחניות'דיגן און גייסטיגן לעבן.
די אטמאספערע אין שטאט איז געווען "עלעקטריזירט" גאנץ יום טוב אין דעם "כמו גן עדן" פון קאסא גראנדע. דער עולם האט געפּראוועט דעם סדר מיט א מורא'דיגע שמחה און הרחבת הדעת ביז אין די שפּעטע נאכט שעות. ב"ה דער אויבערשטער האט געשיקט א הערליכער וועטער אויף פּסח, און מען האט זיך ממש מחי' געווען ביים שפּאצירן פון די אכסניות צו די שולן.
אין שול האט איינער אנגעוויזן בדרך צחות אז אליהו הנביא איז אנגעקומען דאס לעצטע צו אונז אין שטאט; אריזאנע איז כמעט ביים סוף פון דעם צירקל פון די זון, און דער טאג גייט דא אונטער שפּעטער ווי איבעראל. כאטש ס'זענען דא אידן אויך אין האוואאי, ענדיגן זיי דעם סדר שוין ביי חצות הלילה, ווען די היזיגע חסיד'ישע אידן פּראווען ביז אין די פארטאגס שעות. ספּעציעל האט זיך דאס אנגעזען אין שטוב פון הרה"ח ר' משה אברהם ברוין שליט"א, וועלכער האט געפּראוועט דעם סדר מיט א גרויס התעוררות מיט א גרויסער ציבור פון געסט, עד שבאו תלמידיו ואמרו: "הגיע זמן קריאת שמע של שחרית".
אגב, ר' משה אברהם האלט זיך שטרענג צו דער צוואה פון זיין גרויסן זיידן נישט צו עסן קיין שום מצה אין פּסח חוץ פון די כזיתים ביים סדר נאכט, אזוי ווי מען האט געזען ביי אסאך הייליגע אדמור"י אונגארן.
א קאמישע געשיכטע האט זיך אפּגעשפּילט בבית הרב ברוין, ווען פּסח ביינאכט זענען אנגעקומען צוויי גוים פון א סעקטע פון "בני נח" און געבעטן אז זיי ווילן מיטהאלטן א סדר ביי אידן. ווי שוין באקאנט זענען אסאך גוים דא זייער רעליגיעז און אוהבי ישראל. מפּני דרכי שלום האט ר' משה אברהם זיי אריינגעלאזט אין שטוב, נאכ'ן באהאלטן די וויין. די גוים זענען געבליבן ביז נאך מרור. ממש פאר שולחן עורך האבן זיי מער ניט געקענט אויסהאלטן — "וכל אחד ואחד מבעט בסוכתו ויוצא" — און זיי האבן פארלאזט דאס הויז נאך פאר מען האט ענדליך ארויסגעברענגען די געשמאקע פּסח'דיגע סעודה. פּסח בייטאג איז די מעשה געווען דאס געשפּרעך פון טאג, און יעדער האט זיך געווערטלט דערוועגן אז די באוואוסטע מעשה האט פּאסירט באמת ביי אונז אין שטאט.
חול המועד זענען די געסט געפארן "חול המועד האלטן" אין די הונדערטער בארימטע אטראקציעס ארום אריזאנע, בשעת דאס בית המדרש איז געווען אפן מיט מערערע מניני תפילה און שיעורי תורה במשך אלע דריי טעג.
שביעי של פּסח ביינאכט איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין שטוב פונעם דינובער רבי'ן שליט"א צו פּראווען אינאיינעם. דער רבי האט געזאגט תורה און מען האט פארברענגט מיט אן אמת'ע שמחת יום טוב, אריבערגייענדיג דעם ים סוף כחצות הלילה מיט ריקודין. אחרון של פּסח איז א גרויסער ציבור געגאנגען צו קידוש אין שטוב פון דעם מייסד ופּרנס הקהילה הרב יושע רובין שליט"א, ווי ס'איז דער מנהג מקדמת דנא זיך צו "מישן".
נאכמיטאג איז א גרויסער טייל פונעם עולם פון מישאן וואלי און וויילדוואוד געגאנגען צו דער דינובער שול צו פּראווען נעילת החג "ברוב עם הדרת מלך" אין שפּיץ פון די רבני הקהילה. מען האט געהערט דברי תורה און די נגינה איז אנגעפירט געווארן דורך דעם באקאנטן משפּיע הרב ברוין. ביים זמן מוצאי יום טוב איז דער רב שליט"א ארויס אינדרויסן צו בענטשן בציבור און מאכן א מנין מעריב, כדי צו קענען באלד אפּקויפן צוריק דעם חמץ פונעם גוי, אז די אידענעס זאלן זיך קענען באלד אנפאנגען גרייטן.
דער ציבור איז זיך צעגאנגען אהיים מיט גאר געהויבענע געפילן, האפנדיג אז איבער'ס יאר וועט מען שוין פּראווען דעם יום טוב פּסח בארעא דישראל מיט משיח'ן אינאיינעם.
"עכבו עלי יום אחד": רוב געסט האבן באשלאסן צו בלייבן ביז נאך שבת, אריינצוכאפּן נאך א פּאר טעג פון די געזונטע אריזאנע לופט און דער אויסערגעווענליכער הרחבת הדעת וואס הערשט דא. דעריבער האט מען פארגעזעצט מיט די באזונדערע מנינים פאר נאך עטליכע טעג. דערווייל זענען אנגעקומען נאך פרישע געסט, אריינגערעכנט עלטערן מיט בחורים, וועלכע האבן באשלאסן אויסצוניצן די לעצטע טעג פון בין הזמנים זיך אפּצורוען און שעפּן פרישע כוחות פאר'ן נייעם זמן.
א דאנק דער גוטער נאמען וואס "אריזאנע קאושער רעזארטס" האט ערווארבן, זענען זייערע הייזער אלעמאל פול. די געסט קערן זיך צוריק איינמאל און נאכאמאל און רעקאמענדירן דאס פאר אנדערע. די אנפירערס וואוינען דא אין שטאט און זענען שטענדיג "עוועילעבל" מיט יעדע הילף וואס פעלט זיך נאר אויס, און די געסט "אפרישיעיטן" דאס זייער שטארק.
שריפת חמץ אין הויף פון בית מדרשינו. טייל פון די הערליכע פאנאראמעס פון שטאט קאסא גראנדע, געכאפט דורך געסט אין די טעג פון חול המועד.