א רעקארד-געבראכענער פסח אין דעם נייעם ישוב אין קאסא גראנדע
א מורא'דיגער, שיינער יום טוב איז אריבער אין דעם נייעם ישוב פון קאסא גראנדע מיט א גרויסן סוקסעס. א רעקארד גרויסער ציבור איז געקומען פראווען דעם סדר מיט דעם העכסטן מאס סטאנדארט פון באקוועמליכקייט און כשרות (טראץ דעם קליינעם חול המועד).
שוין א וואך פאר יום טוב האט זיך אנגעפאנגען אנצוזען אן אויסערגעווענליכער פלוס פון געסט. "אַריזאָנע קאָושער רעזארט", וואס ווערט געפירט מיט א מורא'דיגער געניטשאפט זייט דעם אנקום פון ר' משה סורקיס קיין קאסא גראנדע, אונטער דער פארוואלטונג פון ר' יצחק גרין, איז געווען אינגאנצן "סאָלד אַוט", און מען האט זיך געבראכן קאפ צו טרעפן נאך דירות צו קענען אקאמאדירן נאך געסט. אבער טראץ אלע אנשטרענגונגען, האט מען נישט געקענט אלעמען אקאמאדירן און מען האט צום באדויערן געמוזט אפזאגן געוויסע געסט.
דער פסח האט נאכגעפאלגט א מורא'דיגער, סוקסעספולער ווינטער בס"ד אין אונזער קהילה "קהל חסידים", וואס האט מצליח געווען אויף יעדן איינציגסטן הינזיכט מער ווי אלע יארן. אַריזאָנע קאָושער רעזארטס האט געהאט גאר א פארנומענעם ווינטער, צוליב די אלע אידן וועלכע האבן געהערט וועגן דעם הערליכן און באקוועמען ארט און באשלאסן אז זיי מוזן עס קומען אויסטשעקן.
דערצו איז די קהילה געוואקסן מיט א שנעלערער טעמפא ווי סיי ווען, מיט פרישע תושבים וועלכע זענען צוגעקומען יעדע פאר וואכן במשך דעם גאנצן ווינטער סעזאן. דאס האט זיך געענדיגט מיט פיר משפחות ברוכות ילדים וועלכע זענען אנגעקומען פּונקט אויף פּסח. יעצט צום נייעם זמן האבן שוין די מוסדות קרוב צו הונדערט קינדער בליעה"ר.
די גראסערי פירערשאפט — אריינגערעכנט ר' משה, ר' יצחק, און ר' אברהם חיים נאס — האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות און שלאפלאזע נעכט אריינצוברענגען אלע צרכי הסדר און צרכי פסח, אז ס'זאל גארנישט פעלן.
ביי די געלעגנהייט מוז מען נאכאמאל ארויסברענגען לשבח די געוואלדיגע געטריישאפט פון די הנהלת הישוב, וואס גייט ארויס פון וועג צו אקאמאדירן די איינוואוינער צוערשט. שוין א פּאר חדשים וואס מען האט איינגעשטעלט א מורא'דיגע סיסטעם אז איינוואוינער קענען קויפן די אייטעמס אין גראסערי פאר שפּאט-ביליגע פּרייזן, אזש די הנהלה פארלירט געלט אויף יעדן איינוואוינער. יעצט אויף פּסח, ווען מען קויפט איין פיל מער ווי געווענליך, האט זיך יעדער תושב געשפּארט הונדערטער דאלאר.
(ס'דארף באמערקט ווערן אז אויך פאר די געסט וואס צאלן יא מער, צוליב די שיפּינג קאסטס וכדו', זענען די פּרייזן נאך אלץ פיל נידריגער ווי אנדערע וואקאציע ערטער אין פאלם ספרינגס, לאס אנדזשעלעס אא"וו. אויך דארף מען נישט פארגעסן אז די געסט וועלכע שטייען איין אין די הייזער פון אריזאנע קאושער רעזארטס, וועלכע באלאנגען פאר די חשוב'ע בעלי בתים וועלכע שטייען צוהילף פון אונזער ישוב א גאנץ יאר, באקומען א צען פּראצענטיגן דיסקאונט, וואס אין אזא פּסח קומט עס אויך אויס גאר א שיינע סכום.)
אין גראסערי איז געווען צו באקומען אן אויסוואל פון אלע מהודר'דיגע מצות. טייל איינוואוינער האבן אנגעוויזן אז דא האט די מצה א ספּעציעלן טעם, ווייל צוליב די טרוקענע לופט האלט זיך עס קריספי און פריש אפילו פאר לאנגע חדשים נאך פּסח... אבער דאס איז שוין דער "חציו לכם"... לכבוד יום טוב איז אויך אנגעקומען א פרישער שיפּמענט פון אלע וויינען, צו קענען פּראווען די סדרים ווי ס'באדארף צו זיין.
דער גאנצער יום טוב איז געפּראוועט געווארן היי-יאר מיט א ספּעציעלע דערהויבנקייט און מיט א געפיל פון צופרידנקייט אז מען האלט שוין דא. מען האט געהערט פון איין איינוואוינער אז ס'שפּירט זיך ממש ווי יענעם היסטארישן שבת התייסדות אין תשפ"א, ווען אידן זענען געקומען צו פארן פון איבעראל און יעדער האט געהאט א פּאזיטיווע געפיל אז ס'קומט עפּעס גאר היסטאריש. אויך יעצט, ווען ס'זענען צוגעקומען א שיינע צאל נייע איינוואוינער — אריינגערעכנט די ערשטע חברים פון קבוצת אנ"ש פון סאטמאר — פילט מען ווי מען האט דערגרייכט א פרישע "מיילסטאון". פארשטייט זיך אז מען דארף נאך אסאך סייעתא דשמיא פון דא און ווייטער, אז דער אויבערשטער זאל שענקען הצלחה איבערצוקומען אלע שטרויכלונגען.
טייל פון די געסט וואס קומען שוין זינט דעם אנפאנג, האבן עדות געזאגט אז דער פּלאץ איז ממש "נשתנה צורה". איין איינוואוינער האט פארציילט ווי ער געדענקט נאך די צייטן ווען מען האט געדארפט באצאלן געלט פאר אידן צו קומען משלים זיין צו מנין, און ר' יושע האט געצאלט גרויסע געלטער צו ברענגען כהנים יעדן יום טוב. יעצט האט מען געהאט אנדערטהאלבן מנין פון כהנים, אריינגערעכנט עטליכע לאקאלע איינוואוינער וועלכע זענען כהנים.
טראצדעם וואס א טייל עולם איז אוועקגעפארן אויף פּסח, איז רוב עולם געבליבן אין שטאט. צוזאמען מיט די גרויסע צאל געסט איז געווען אזא עולם, אז מען האט געמוזט מאכן נאך א מנין אין דינובער שול, און ווי אויך האט מען געמאכט מנינים אין צוויי אנדערע שכונות פונעם ישוב: וויילדוואוד און מישאן וואלי. אין וויילדוואוד האט מען געדאוונט אין בית מדרשינו, און אין מישאן וואלי בבית הר"ר משה סורקיס, וועלכער האט געעפנט זיין 4,500 סקווער-פיסיגן הויז פאר'ן ארטיגן ציבור. (איך האב אייך שוין געזאגט אז אין קאסא גראנדע באקומט מען גרויסע נייע הייזער פאר'ן פּרייז וואס דו קויפסט א כאטקע אין אפּסטעיט ניו יארק...)
טראצדעם וואס ס'זענען געווען דריי מנינים אין שטאט, איז די הויפּט שול געווען איבערגעפולט עד אפס מקום. מען האט דערפאר געעפנט די תלמוד תורה קלאסן אויפ'ן צווייטן שטאק און דארט געמאכט נאך מנינים. ס'איז געווארן זייער קלאר אז די קהילה איז אויסגעוואקסן די עקזיסטירנדע בנינים, און מען מוז שוין אנפאנגען מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיט'ן ארויסבויען און פארדאפלען דאס בית המדרש.
די קהלה האט פרובירט צו אקאמעדירן אלע מנהגים. דער צווייטער נאכט פסח איז געווען איין מנין ספירה נאכ'ן דאווענען און שפעט ביינאכט איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שטוב פון דינובער רבי'ן שליט"א, דער מרא דאתרא, און אין שכונת מישאן וואלי בבית האב"ד שליט"א, צו ציילן ספירה מיט מנין, און דערנאך בצוותא חדא געזינגען די אלע שירים ופזמונים פונעם סוף פונעם סדר.
וואס ס'האט ספּעציעל ארויסגעשיינט במשך דעם יום טוב איז געווען די "קוואליטי" פון די געסט, וועלכע האבן ע"פּ רוב אפּגעשפּיגלט דעם צוזאמשטעל פון די איינוואוינער: וואוילע, ערליכע יונגעלייט און בני תורה. ס'איז קלאר אז קאסא גראנדע "עטרעקט" צו זיך א גאר גוטער ציבור וואס שטרעבט פאר א העכערן רוחניות'דיגן און גייסטיגן לעבן.
די אטמאספערע אין שטאט איז געווען "עלעקטריזירט" גאנץ יום טוב אין דעם "כמו גן עדן" פון קאסא גראנדע. דער עולם האט געפּראוועט דעם סדר מיט א מורא'דיגע שמחה און הרחבת הדעת ביז אין די שפּעטע נאכט שעות. ב"ה דער אויבערשטער האט געשיקט א הערליכער וועטער אויף פּסח, און מען האט זיך ממש מחי' געווען ביים שפּאצירן פון די אכסניות צו די שולן.
אין שול האט איינער אנגעוויזן בדרך צחות אז אליהו הנביא איז אנגעקומען דאס לעצטע צו אונז אין שטאט; אריזאנע איז כמעט ביים סוף פון דעם צירקל פון די זון, און דער טאג גייט דא אונטער שפּעטער ווי איבעראל. כאטש ס'זענען דא אידן אויך אין האוואאי, ענדיגן זיי דעם סדר שוין ביי חצות הלילה, ווען די היזיגע חסיד'ישע אידן פּראווען ביז אין די פארטאגס שעות. ספּעציעל האט זיך דאס אנגעזען אין שטוב פון הרה"ח ר' משה אברהם ברוין שליט"א, וועלכער האט געפּראוועט דעם סדר מיט א גרויס התעוררות מיט א גרויסער ציבור פון געסט, עד שבאו תלמידיו ואמרו: "הגיע זמן קריאת שמע של שחרית".
אגב, ר' משה אברהם האלט זיך שטרענג צו דער צוואה פון זיין גרויסן זיידן נישט צו עסן קיין שום מצה אין פּסח חוץ פון די כזיתים ביים סדר נאכט, אזוי ווי מען האט געזען ביי אסאך הייליגע אדמור"י אונגארן.
א קאמישע געשיכטע האט זיך אפּגעשפּילט בבית הרב ברוין, ווען פּסח ביינאכט זענען אנגעקומען צוויי גוים פון א סעקטע פון "בני נח" און געבעטן אז זיי ווילן מיטהאלטן א סדר ביי אידן. ווי שוין באקאנט זענען אסאך גוים דא זייער רעליגיעז און אוהבי ישראל. מפּני דרכי שלום האט ר' משה אברהם זיי אריינגעלאזט אין שטוב, נאכ'ן באהאלטן די וויין. די גוים זענען געבליבן ביז נאך מרור. ממש פאר שולחן עורך האבן זיי מער ניט געקענט אויסהאלטן — "וכל אחד ואחד מבעט בסוכתו ויוצא" — און זיי האבן פארלאזט דאס הויז נאך פאר מען האט ענדליך ארויסגעברענגען די געשמאקע פּסח'דיגע סעודה. פּסח בייטאג איז די מעשה געווען דאס געשפּרעך פון טאג, און יעדער האט זיך געווערטלט דערוועגן אז די באוואוסטע מעשה האט פּאסירט באמת ביי אונז אין שטאט.
חול המועד זענען די געסט געפארן "חול המועד האלטן" אין די הונדערטער בארימטע אטראקציעס ארום אריזאנע, בשעת דאס בית המדרש איז געווען אפן מיט מערערע מניני תפילה און שיעורי תורה במשך אלע דריי טעג.
שביעי של פּסח ביינאכט איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין שטוב פונעם דינובער רבי'ן שליט"א צו פּראווען אינאיינעם. דער רבי האט געזאגט תורה און מען האט פארברענגט מיט אן אמת'ע שמחת יום טוב, אריבערגייענדיג דעם ים סוף כחצות הלילה מיט ריקודין. אחרון של פּסח איז א גרויסער ציבור געגאנגען צו קידוש אין שטוב פון דעם מייסד ופּרנס הקהילה הרב יושע רובין שליט"א, ווי ס'איז דער מנהג מקדמת דנא זיך צו "מישן".
נאכמיטאג איז א גרויסער טייל פונעם עולם פון מישאן וואלי און וויילדוואוד געגאנגען צו דער דינובער שול צו פּראווען נעילת החג "ברוב עם הדרת מלך" אין שפּיץ פון די רבני הקהילה. מען האט געהערט דברי תורה און די נגינה איז אנגעפירט געווארן דורך דעם באקאנטן משפּיע הרב ברוין. ביים זמן מוצאי יום טוב איז דער רב שליט"א ארויס אינדרויסן צו בענטשן בציבור און מאכן א מנין מעריב, כדי צו קענען באלד אפּקויפן צוריק דעם חמץ פונעם גוי, אז די אידענעס זאלן זיך קענען באלד אנפאנגען גרייטן.
דער ציבור איז זיך צעגאנגען אהיים מיט גאר געהויבענע געפילן, האפנדיג אז איבער'ס יאר וועט מען שוין פּראווען דעם יום טוב פּסח בארעא דישראל מיט משיח'ן אינאיינעם.
"עכבו עלי יום אחד": רוב געסט האבן באשלאסן צו בלייבן ביז נאך שבת, אריינצוכאפּן נאך א פּאר טעג פון די געזונטע אריזאנע לופט און דער אויסערגעווענליכער הרחבת הדעת וואס הערשט דא. דעריבער האט מען פארגעזעצט מיט די באזונדערע מנינים פאר נאך עטליכע טעג. דערווייל זענען אנגעקומען נאך פרישע געסט, אריינגערעכנט עלטערן מיט בחורים, וועלכע האבן באשלאסן אויסצוניצן די לעצטע טעג פון בין הזמנים זיך אפּצורוען און שעפּן פרישע כוחות פאר'ן נייעם זמן.
א דאנק דער גוטער נאמען וואס "אריזאנע קאושער רעזארטס" האט ערווארבן, זענען זייערע הייזער אלעמאל פול. די געסט קערן זיך צוריק איינמאל און נאכאמאל און רעקאמענדירן דאס פאר אנדערע. די אנפירערס וואוינען דא אין שטאט און זענען שטענדיג "עוועילעבל" מיט יעדע הילף וואס פעלט זיך נאר אויס, און די געסט "אפרישיעיטן" דאס זייער שטארק.
שריפת חמץ אין הויף פון בית מדרשינו.

- IMG-20260416-WA0014.jpg (149.02 KiB) געזען געווארן 590 מאל
טייל פון די הערליכע פאנאראמעס פון שטאט קאסא גראנדע, געכאפט דורך געסט אין די טעג פון חול המועד.

- IMG-20260416-WA0012.jpg (277.6 KiB) געזען געווארן 590 מאל