רבי מנחם מענדל האגער מקאסוב, אהבת שלום זצ"ל – י"ז חשון תקפ"ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

רבי מנחם מענדל האגער מקאסוב, אהבת שלום זצ"ל – י"ז חשון תקפ"ו

פאוסט דורך מירון »

דער הייליגער אהבת שלום פון קאסוב - רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל, אבי בית קאסוב, וויזניץ סערעט ויזניץ ועוד איז געבוירן געווארן בערך בשנת תקכ"ט לפ"ק צו זיין פאטער הגה"ק רבי יעקב קאפיל חסיד מקאלמייא און צו זיין מאמע מרת חי’ בת רבי זלמן מקאלמייא וואס האט געצויגען זיין הערליכע יחוס צום טורי זהב, ב"ח ומגזע רבינו עובדיה מברטנורא.

כשהגיע לפרקו איז געווארן אן איידעם ביי זיין פעטער רבי שמחה זימל מקאסוב ז"ל. ער איז געווען א תלמיד פון רבי זאב וואלף פון טשארני-אוסטראה, רבי משולם פייבוש מזבאריזא בעל יושר דברי אמת און פון רבי צבי הירש מנדבורנא.

בניו הקדושים:
  • בעל תורת חיים מקאסוב - הגה"ק רבי חיים האגער זצ"ל (ער האט ממלא מקום דעם טאטן אין קאסוב).
  • הגה"ק רבי דוד האגער מזאבלטוב זצ"ל
  • מרת שרה לאה, בזיווג אשת רבי ישראל אברהם (אויערבאך) פון טשארני-אוסטראה, בן רבי משולם זוסיא מאניפאלי זצ"ל, ובזיווג שני אשת רבי גרשון אשכנזי אב"ד קאלאמיי.
מנוחתו כבוד אין קאסוב יצ"ו

זכותו הגדול יגן עלינו
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3635

Re: רבי מנחם מענדל האגער מקאסוב - אהבת שלום זצ"ל – י"ז חשון תקפ"ו

פאוסט דורך רואה חשבונות »

ציון הקדוש
פיילס
אהבת שלום.JPG
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3635

Re: רבי מנחם מענדל האגער מקאסוב, אהבת שלום זצ"ל – י"ז חשון תקפ"ו

פאוסט דורך רואה חשבונות »

יארצייט היינט נאכט, זי"ע
שרייב פאוסט