ער איז געבוירן צו זיין טאטן נחמי’ פייבל. רבי יעקב קאפיל חסיד איז געווען דער טאטע פונעם אהבת שלום זי"ע.
די וועלט זאגט אז ער איז געווען א צדיק נסתר און א בעל מופת. געווען גאר נאנט ומבני היכלא פון דעם הייליגן אור שבעת הימים - דער בעל שם טוב זי"ע.
דער וויזניצער רבי דער אמרי חיים ז"ל, האט דערציילט אז מ’האט גערופן רבי יעקב קאפיל - דער שוויתניק, ווייל ער פלעגט כסדר ארויפלייגן א שמאטע אדער די הענט אויף די אויגן און זאגן דעם פסוק ”שויתי ה' לנגדי תמיד” אפילו אין מארק צווישן די גויים.
ס’איז מקובל ביי וויזשניצע חסידים אז ער איז געווען בעל תפילה ביים בעל שם טוב, צוליב זיין זיסע און הייליג קול, און אז דער בעל שם טוב האט אים פארשפראכן אז מאראמאראש וועט געהערן צו זיינע קינדער.
זיינע קינדער הגאונים הצדיקים זענען:
- רבי יצחק, פון קאלאמייע ז"ל.
- בלומא ע"ה, איר מאן איז געווען רבי צבי הירש, און בזיווג שני האט זי חתונה געהאט מיט רבי אורי פון סטרעליסק.
- רבי מנחם מענדיל האגער זי"ע בעל אהבת שלום.
ער איז באהאלטן געווארן עווארן אין טיסמעניץ.
היינט איז דער יארצייט. זכותו יגן עלינו