היינט געפאלט אויס די 214'טע יארצייט פונעם סניגורן של ישראל די הייליגע קדושת לוי זי"ע.
דער צדיק יסוד עולם האט איינגעריסן וועלטן און אויסגעפועלט פאר כלל ישראל אלע ישועות ורפואות ווען ער איז געוועהן אויף דעם עולם השפל! און מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש זאל ער איינרייסן אז קיין שום אידיש קינד זאל נישט געשעדיגט ווערן און מ'זאל שוין זוכה זיין צו די גאולה השלימה!!
סניגורן של ישראל הגה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זי"ע - כ"ה תשרי תק"ע
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 898
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1588
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2369
Re: "סניגורן של ישראל" הגה"ק ר' לוי יצחק מבאריטשוב זי"ע - כ"ה תשרי תק"ע
דער אוהל הקדוש. לעצטענס האט זיך גערודערט מיט מקום מנחתם, מהאט געגראבן און געטראפן די קברים אביסל אהינצור.
- פיילס
-
- 77.jpg (12.96 KiB) געזען געווארן 235 מאל
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2369
Re: סניגורן של ישראל הגה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זי"ע - כ"ה תשרי תק"ע
פון גליון מגזי המלך, דערציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א:
די קראלער אידן זאגן אז זיי האבן אזוי מקובל אז דער קדושת לוי איז געווען אמאל אויף פורים אין די שטאט קראלי און געליינט די מגילה, און אינמיטן ליינען די מגילה האט ער ארויף געטאנצט אויף די בימה [מרוב1 התלהבות]. ווי איז ער אנגעקומען קיין קראלי, ווייס איך נישט צו דערציילן, אבער אזוי זאגן קראלער אידן.
ווען דער קדושת לוי איז געווען אין קראלי, האט ער געוואלט אריינגיין צום רב (הגאון רבי משה ארי' עסטרייכער ז"ל), און ער איז געווען א גרויסער מתנגד, איז ער געקומען צו די טיהר, ווען ער איז אריין געקומען איז דער רב ארויס געקראכן פון פענסטער, ער האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט אים, און דארט איז געווען א קינד אין די וויגעלע, האט ער נאכגעשריגן פאר'ן רב [בהראותו על הילד בבית] 'לויף נאר לויף, ער איז שוין אונזער'ס...', און דאס קינד איז שוין געווען א חסיד, דאס איז געווען רבי יונתן בנימין דער טשענגערער רב.
ווען דער קדושת לוי איז געזיצן אין די סוכה, און ס'איז אריין געקומען א איד וואס איז נישט געווען אזוי איי איי איי, און מ'האט אים געוואלט ארויס שיקן, האט ער געזאגט מ'זאל אים נישט ארויס שיקן, און ער האט צוגעלייגט, לעתיד וועט דאך זיין סוכת עורו של לויתן, און לוי יצחק וועט זיך אויך אריין שטופן, און מ'וועט אים זאגן דו באלאנגסט נישט דא, וועל איך זאגן, 'איך האב אויך נישט ארויס געשיקט א איד פון סוכה' וועט מען מיך אויך לאזן.
ער האט דאך געוואוינט אין רוסלאנד, און דארט האט מען נישט געטארט האבן טאבאק פון עסטרייך, דאס איז געווען טריפה'נע סחורה, האט ער געבעטן פון איינעם צי ער קען אים פארשאפן אביסל פון די סחורה, האט יענער געזאגט 'רבי, פאר געלט, וויפיל איר ווילט', און ערב פסח נאכמיטאג האט ער זיך אויסגעדרייט צו א פשוט'ן איד און אים געפרעגט 'אפשר קענסטו מיר פארשאפן אביסל ברויט, איך דארף נייטיג ברויט', קוקט ער אן דעם קדושת לוי 'רבי, ערב פסח נאכמיטאג?!', זאגט ער ווייטער, איך בין גרייט צו באצאלן, זאגט דער איד, אין בארדיטשוב קען מען נישט ערב פסח טרעפן קיין חמץ אין א אידישע שטוב, אפילו פאר געלט, האט ער דעמאלטס געזאגט 'רבונו של עולם, גיב א קוק, דער קייסער האט שומרים און מ'היט, און דאך קען מען פאר געלט האבן, און דא איז נישטא קיין שומרים, נאר די תורה האט געזאגט בל יראה ובל ימצא, און מ'קען נישט באקומען אפילו פאר געלט'.
דער קדושת לוי איז געווען דער גרויסער מליץ טוב פאר אידן שומרי תורה ומצוות, וואס מ'האט נישט געקענט באקומען ביי זיי קיין חמץ, ס'איז דא נאך אזא מעשה וואס גייט איבער זיינע מליצות, אז ער האט געזעהן אז די אידן האלטן תורה ומצוות האט ער עס ארויס געברענגט.
מ'זאגט נאך אז דער בעש"ט הק' איז איין טאג געווען זייער בשמחה, נאכ'ן דאווענען האט ער געהייסן געבן תיקון, הכלל, מ'האט אים געפרעגט וואס איז, האט ער געזאגט אז ס'איז אראפ געקומען א נשמה, וואס וועט זיין א מליץ טוב פאר אידישע קינדער, און דעמאלטס איז דער קדושת לוי געבוירן, וועגן דעם איז ער געווען זייער בשמחה.
__
ער האט זייער געקאכט אלץ די התלהבות צו די מצוה, אמאל איז ער געווען ביי רבי ר' ברוך מעזיבושער, און דער רבי ר' ברוך האט אים געזאגט אז ער וויל מאכן א סעודה לכבודו, אבער איר מוזט מיר צוזאגן אז איר וועט זיך צוריק האלטן, האט ער געזאגט 'גוט', און מ'האט זיך געזעצט צום טיש, און מ'האט זיך געוואשן צו א חלה, און מ'האט אריין געברענגט פיש, און נאכדעם האט מען אריין געברענגט זופ, און דער וואס האט אויפגעגעבן די זופ האט געפרעגט דעם קדושת לוי, ווי אזוי ער האט ליב פעפער אין די זופ, האט ער געגעבן א שפרינג אויף, 'זופ האב איך ליב, דעם באשעפער האב איך ליב', און ער האט איבער געקערט דעם טיש, און אפגעגאסן...
__
דער קדושת לוי איז געווען רב אין פינסק. מ'האט אים ארויס געווארפן פון דארט, ס'איז געווען די מסירה
דארט וואס זיי האבן אים גע'מסר'ט.
ער איז געווען קודם רב אין זעליחוב, דארט האט ער אויך געהאט רדיפות. ס'איז דא פאשקעווילן אויפן קדושת לוי, אין אגרת הקודש פונעם נועם אלימלך שרייבט ער אז דער רבי ר' אלימלך האט געזאגט, וועגן אב"ד זעליחוב, דאס מיינט מען דעם קדושת לוי, דער קדושת לוי איז געווען רב נאך פאר בארדיטשוב איז ער געווען רב אין זעליחוב, איז שרייבט ער אז מ'האט געוויזן פאר'ן פאטער כתבי פלסתר אויף אב"ד זעליחוב, און דער רבי ר' אלימלך האט געזאגט ווער ס'ליינט עס און ווער ס'האט הנאה דערפון וועט נישט זוכה זיין צו שמחת ציון וירושלים, ס'איז געדרוקט אין נועם אלימלך צום סוף אין אגרת הקודש, רבי אלעזר ליזענסקער שרייבט עס, נאכאמאל, דער רבי ר' אלימלך האט געזאגט ווען ס'איז געווען פאשקעווילן אויפן קדושת לוי און אויף דעם האט דער רבי ר' אלימלך געזאגט ווער ס'ליינט עס וועט נישט קענען זעהן שמחת ציון וירושלים, ס'איז נאך דא היינט אין די לייבערי'ס מ'קען דאס טרעפן און ליינען...
דער קדושת לוי האט אמאל געזאגט פאר'ן תניא "איך הער אז דער מחותן זאגט נישט 'ושמרו'?! (בליל שב"ק אחרי ברכת השכיבנו), ווען אידן שטעלן זיך אויף זאגן 'ושמרו' ווערט אין הימל א יריד!', האט אים דער תניא צוריק געזאגט 'ווען אידן זענען סומך גאולה לתפילה איז אויך דא א יריד אין הימל, און מ'קען נישט גיין אויף אלע ירידים'. אבער לכבודו פונעם קדושת לוי האט ער געשריבן (בשו"ע הרב סי' רס"ז סעיף ו') 'הנוהגים לומר ושמרו יש להם על מה שיסמוכו'. און ס'הייסט נישט קיין הפסק בין גאולה לתפילה, ווייל אילמלי שמרו ישראל שני שבתות מיד נגאלין, האבן די פסוקים פון שבת א דין פון גאולה (כ"כ בטור שם), און מ'איז דורכדעם מסמיך גאולה לתפילה. דער פרי מגדים רעדט אויך וועגן ימים טובים וואס מ'זאגט אנדערע פסוקים [שגם הם אינם נחשבים להפסק].
_
דער קדושת לוי איז אמאל געווען אין לעמבערג, און מ'האט נישט געוואוסט ווער ער איז, און ער איז אריין אין ישיבה און זיך געשטעלט אויפן פלאץ צו כל נדרי און איז געשטאנען א גאנצע נאכט און א גאנצן טאג, דעמאלטס האט מען שוין געזעהן אז ער איז עפעס [א אדם גדול], בקיצור מ'האט שוין געכאפט ווער ער איז.
מוצאי יום הקדוש איז געווארן א איבערקערניש ווער ס'זאל אים אהיים רופן אויספאסטן, דער האט געוואלט און יענער האט געוואלט, ביז איינער האט זוכה געווען, און ער האט אים אהיים גערופן ער זאל צו אים אהיים קומען אויספאסטן, איז ער געגאנגען אויף די אכסניא, ווען ער איז אנגעקומען, האט ער געזאגט 'איך דארף א דערקוויקעניש, איך דארף א דערקוויקעניש', זאגט מען אים 'נו, ס'איז שוין נאכ'ן זמן' (ויכול לטעום ולסעד לבו), האט ער געזאגט 'ניין, איך דארף א גמרא סוכה', האט מען אים געברענגט א גמרא סוכה, האט ער געלערנט ביז אינדערפריה, ווען ער האט געענדיגט האט ער געזאגט 'אה, א דערקוויקעניש', דאס איז ואקחה פת לחם וסעדו לבכם.