הגה"ק ר' אליעזר פאפו זי"ע, בעמח"ס פלא יועץ - כ' תשרי תקפ"ח

אונזער היסטאריע
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

הגה"ק ר' אליעזר פאפו זי"ע, בעמח"ס פלא יועץ - כ' תשרי תקפ"ח

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

היינט נאכט געפאלט אויס די 196'סטע יארצייט פון הגה"ק ר' אליעזר ב"ר יצחק פאפו וואס איז באקאנט מיט די נאמען פון זיין מוסר ספר "פלא יועץ" זי"ע.

די הייליגע פלא יועץ איז געבוירן אין יאר תקמ"ו צו זיין פאטער ר' יצחק און זיין מוטער בלאנקה וואס האבן געהערט צו די חשובע משפחת פאפו פון די חשובע ספרד'ישע משפחות אין סערביע - באסניע.

ער איז אויפגעוואקסן אין סערביע ווי ער האט געלערנט אין די ארטיגע ישיבות אין שטאט ווי ער האט קונה געוועהן תורה ועבודה ווי ער האט מחבר געוועהן זיין ערשטע ספר חודש האביב.

נאכן חתונה איז ער אריבער וואוינען אין שטאט סיליסטרא נאנט צום גרעניץ פון רומעניע ווי ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב אינעם אינגן עלטער פון 24 יאר.

אין יאר תקע"ט איז ער אריבער וואוינען קיין בוקארעסט ווי ער האט אויף געפרישט די ספרד'ישע קהילה וואס איז אוועק געשטעלט געווארן דארט מיט אכט יאר פריער אין יאר תקע"א, אבער נאך א קורצע צייט איז ער צוריק אריבער וואוינען קיין סיליסטרא.

זיין זוהן ר' יהודה פאפו זצ"ל וואס איז ארויף נאך זיין פאטער'ס פטירה קיין ירושלים וואוינען שרייבט אין די הקדמה צום ספר פון זיין גרויסן טאטע חסד לאלפים וואס ער האט ארויס געגעבן שוין נאכן פטירה פון זיין טאטע ”והפליא לענות בצום נפשו, ומלקות בכל לילה ולילה שאומרים בהם תחנונים. שק ואפר וחרולים וטבילות [...] וטבילת שלגים [...]”.

ער איז געוועהן באוויסט אלס א גרויסע בעל מופת און ער האט זיך באניצט מיט קפיצת הדרך שוין ווען ער האט געדארפט אנקומען קיין סיליסטרא.

ער האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט זיך משתתח זיין אויף זיין ציון נאך א טבילה אין מקוה און נאכן אויסזאגן גאנץ תהילים און תפילה בכוונה וועט אויספועלן אלעס וואס ער דארף נאר.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 997
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1393

Re: הגה"ק ר' אליעזר פאפו זי"ע - בעמח"ס פלא יועץ - כ' תשרי תקפ"ח

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

ווי ליגט ער?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: הגה"ק ר' אליעזר פאפו זי"ע - בעמח"ס פלא יועץ - כ' תשרי תקפ"ח

פאוסט דורך מירון »

בערל דער פייפער האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 10:46 am ווי ליגט ער?
לויט ישראל מאיר גבאי ליגט ער אין סיליטרא , וואס געפונט זיך אינעם לאנד בולגריע. אנדערע שרייבן סאראיעווא Sarajevo, וואס געפונט זיך אינעם לאנד באסניע.

די מצבה אין סיליטרא.
Papo1.jpg
Papo1.jpg (237.61 KiB) געזען געווארן 236 מאל
שרייב פאוסט