הגאון ר' אליהו מווילנא זי"ע, הגר"א - י"ט תשרי תקנ"ח

אונזער היסטאריע
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

הגאון ר' אליהו מווילנא זי"ע, הגר"א - י"ט תשרי תקנ"ח

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

היינט נאכט געפאלט אויס די 226'סטע יארצייט פון די הייליגע גר"א זי"ע
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: הגאון ר' אליהו מווילנא זי"ע - "הגר"א" - י"ט תשרי תקנ"ח

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

דער ווילנער גאון זצ”ל האט איינמאל אינמיטן די טעג פון סוכות געפרעגט זיינע תלמידים, וואו איז מרומז אז אברהם אבינו האט מקיים געווען די מצוה פון זיצן אין סוכה? ווען קיינער האט נישט געוואוסט דעם ריכטיגען ענטפער, האט ער ערקלערט, אין די פלסוקים וה' ברך את אברהם בכל, בכ"ל איז ר"ת ב'סוכות תשבו שבעת ימים, כ'ל האזרח בישראל ישבו בסוכות, ל'מען ידעו דורותיכם וגו'.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: הגאון ר' אליהו מווילנא זי"ע - "הגר"א" - י"ט תשרי תקנ"ח

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

עס ווערט דערציילט אז איינער איז אמאל געקומען צו לויפן מיט א ברען צום ווילנער גאון מיט א פעטן לשון הרע אויף א געוויסען איד, ווען דער ווילנער גאון האט דאס שטארק אוועקגעמאכט האט ער געפרעגט פארוואס דער גאון נעמט דאס נישט ערענסט? האט אים דער גאון געענפערט, "מיר האבן בקבלה אז דער יצר הרע האט א גרעסערן כח אויפצופלאמען א מענטש ווי דער ייצר טוב, זעהנדיג ווי ווארים דו ביסט דערפאר האב איך פארשטאנען אז דאס קומט פון יצר הרע"...
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: הגאון ר' אליהו מווילנא זי"ע - "הגר"א" - י"ט תשרי תקנ"ח

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

א גרויסע פרייד האט געהערשט אין די שטאט ווילנא, ווען דער פארלוירענער יונגערמאן, וועלכער איז שוין נעלם געווען עטליכע חדשים פריער, איז ענדליך צוריקגעקומען. נאך מער איז געווען די פרייד ביי די געטראפענע משפחה אליין. זיין פרוי און קינדער, וועלכע האבן זיך שוין שיעור מייאש געווען פון צוריק צו טרעפן דעם מאן און פאטער, און די פרוי האט זיך שוין געהאלטן פאר אן אייביגע עגונה ל"ע, און דא מיט איינמאל איז די ישועה אונטערגעקומען, און איר מאן איז שוין דא צוריק. אבער א "שווארצער שאטן" האט זיך אריינגעשטעלט צווישן די פרייד. נאך עטליכע מינוט רעדן מיט איר צוריקגעקומענעם מאן, האט די פרוי געשפלירט אז עפלעס א פאלשקייט ליגט אונטער אים. זי האט חושד געווען, אז דער מענטש איז נישט מער ווי א בלאפער, און נישט איר אמת'ער מאן, ער האט זיך בלויז פארשטעלט.
איז זי באלד געגאנגען צו איר פאטער, און זיך אויסגערעדט איר צובראכענעם הארץ, און דערציילט אירע ספיקות. באלד איז איר פאטער געגאנגען צום רב פון שטאט, וואס איז געווען באקאנט אלס דער ווילנער גאון ז"ל, און אים דערציילט די פאסירונג, און אין דער זעלבער צייט געבעטן פונעם גאון אן עצה, וויאזוי מ'קען דערגיין דעם אמת צי דאס איז איר אמת'ער מאן.
דער גאון ז"ל האט געגעבן אן עצה ווי פאלגענד: מ'זאל פאר'ן מאן גארנישט דערציילן אז מ'איז אים חושד, נאר אלץ זאל ווייטער אנגיין ווי ביז אהער. שב"ק, ווען דער שווער מיט'ן איידעם וועלן גיין אין בית המדרש, זאל דער שווער זאגן פאר'ן איידעם ביי די טיר פון ביהמ"ד, אז ער זאל גיין צום זעלבן פלאץ וואו ער איז געזעסן אמאליגע צייטן, און ער - דער שווער - וועט באלד נאכקומען, און אזוי ארום - האט דער גאון זצ"ל אויסגעפירט - וועט אי"ה ארויפקומען דער אמת.
זעלבסט פארשטענדליך אז מ'האט געטאן ווי דער גר"א האט געהייסן. ווען ס'איז אנגעקומען דער הייליגער טאג שבת, האט אים דער שווער געהייסן ער זאל גיין צום פללאץ וואו ער איז אמאל געשטאנען. אבער פלוצלונג איז דער יונגערמאן געווארן בלייך און דערשראקן, און נישט געוואוסט וואו ער דארף צוגיין. ס'איז געווארן א גרויסער טומל, און נאך א סאך אויספארשונגען איז מען געוואר געווארן אז דער מאן איז געווען א הוילער בלאפער, און ער האט זיך געטראפן מיט דעם ריכטיגן מאן פון די פרוי, און יענער האט אים איבערגעגעבן פארשידענע פרטים פון זייער פארגאנגענהייט, און אזוי ארום איז דער יונגערמאן געקומען אין שטאט, וועלענדיג אויספאפען די פרוי און אירע קינדער.
ווען עטליכע תלמידים פונעם גאון ז"ל זענען צוגעשטאנען צו זייער רבי'ן, און געפרעגט פון וואו ער האט גענומען די עצה געוואר צו ווערן דעם אמת, האט ער זיי געענטפערט, דאס האב איך גענומען פון א פסוק אין פלרשת ויגש, די תורה דערציילט, ווען מ'איז געקומען דערציילן פאר יעקב אבינו ע"ה אז זיין זון לעבט, האט ער קודם נישט געוואלט גלייבן. ערשט שפעטער, ווען ער האט געזען די וועגענער וואס יוסף האט געשיקט, האט ער געגלויבט אז זיין זון לעבט. דארף מען פארשטיין פארוואס האט ער נאר געגלויבט ווען ער האט געזען די וועגענער? נאר - האט דער גאון מסביר געווען - ווען די שבטים זענען געקומען דערציילן פאר יעקב אבינו אז זיין זון לעבט, האט ער געהאלטן אז מ'נארט זיי אויס, און דער וואס האט זיי געזאגט אז ער איז יוסף, איז א בלאפער, נאר ער האט זיך אפלגעשמועסט מיט'ן אמת'ן יוסף געוויסע פרטים וועגן זיין פארגאנגענהייט, און ער פאפלט זיי איצט אויס.
אבער שפלעטער, ווען יוסף האט געשיקט די וועגענער, וואס לויט'ן מדרש האט דאס געוויזן אויף די פרשה פון "עגלה ערופה", וואס יעקב אבינו האט געלערנט מיט יוסף פאר זייער צעשיידונג, האט יעקב אבינו דאן געוואוסט אז ס'מוז זיין אמת, ווייל מיט א "דבר שבקדושה", מיט א הייליגע זאך קען מען נישט פאפלען. דערפאר האט ער שוין איצט געגלויבט אז יוסף לעבט.
אויך ביי דעם פאל - פירט אויס דער גאון - ווען כ'האב געוואלט קלאר מאכן דעם אמת, האב איך מיך אויך באנוצט מיט די זעלבע עצה. דערפאר האב איך אים אויספרובירט מיט זיין פלאץ אין ביהמ"ד, וואס דאס איז א "הייליגע זאך", און אזוי ארום איז דער אמת טאקע אויפגעדעקט געווארן.
נאכדעם וואס דער מאן האט זיך מודה געווען, איז מען דורך דעם געוואר געווארן וואו דער אמת'ער מאן געפינט זיך, און מ'האט באקומען א גט פון אים, און אזוי, דורך די חכמה פון ווילנער גאון, איז די פרוי ניצול געווארן פון אן עבירה ר"ל, און אויך געהאלפן געווארן.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: הגאון ר' אליהו מווילנא זי"ע - "הגר"א" - י"ט תשרי תקנ"ח

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

א מיוחס'דיג בילד צום גאון.
פיילס
Vilna_Gaon,_Winograd_picture.jpg
שרייב פאוסט