הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ

פאוסט דורך שוש אשיש »

א טויזענט און דאפעלט
בין איך פארוואגעלט
צווישען זיבעציג דיינס גלייכע
אלץ געווען באהאגעלט
דו ליבסט מיר רויט פליסיג
א קראנקע און שוואכע
מיינע וואונדען און טרערן נעציג
איז דיין קוויקעניש די איינפאכע.

ריכטיג?

ווען מיר זענען אויפן זעלבען באדן
שמייכלסטו באונס
אבער אכזריות מלא זדון
זענען דיינע הארץ רעיונות
מיין עקזיסטענץ - דיינע שמערצען
דיין ברוטאלע געלאפ - מיינע קרעכצען
אין מיין נויט האסטו זיך געקוויקט
איבער מיין ברויט ידיים געשיקט
צו דען טוסטו פרוכטבארן
איבער מיינע קאשמארען?

הע?!

מיינע מאראלן האסטו אמאל געשעצט
אבער אין הרף עין שנעל פארלעצט
האסט מיר גענוצט און געווארפן
נמשלו לחיות וטורפין
נוצט נאר פאליטישע אויסריידען
חלילה אז דו זעסט צווישענשיידן
נאר די ’געזעץ’ לויטעט
אז דער ’דזשיד’ דער ’יודע’
איז דיין מזבח כפרה
ער קומט צו זיין געטויטעט.

קייקעל אויגן!

די לעצטע לאך, אז ימלא
וועט זיין דיין קראך, בבהלה
ווארט נאר ווארט
צייט איז א גרויזאמער נוקם
שטאל און הארט
ווען דיר וועט כאפן חרון אלוקים

צושוידער!


א קאנדידאט אן איד-ליבער
נישט פארבלענדט פון דיין גרידער
דיין סארט
אין גיהנום אן ארט
שמייכל, שמייכל
ווייל אט אט
יופיע בהיכל
וויגן וועט דיין שטן טאנץ
אויף די וואגשאל באלאנס.

טונקעל שווארץ.

#לב מלכים ושרים ביד ה’
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 898

Re: הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

שיין שיין,

וואס איז דאס ארויפגעקומען יעצט אויפן געדאנק ערב/מוצאי יו”ט?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

Re: הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ

פאוסט דורך שוש אשיש »

בערל דער פייפער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:48 pm שיין שיין,

וואס איז דאס ארויפגעקומען יעצט אויפן געדאנק ערב/מוצאי יו”ט?
א בייזער חלום - בהקיץ אין די מחשבה קעמערלעך - וואס עס קען געשען אין אמעריקע אדער סיי וואו אימער
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2174

Re: הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ

פאוסט דורך מירון »

בערל דער פייפער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:48 pm שיין שיין,
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

Re: הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ

פאוסט דורך שוש אשיש »

דאס האב איך געשריבען - געטרוימט פאר סוכות און נישט געטרוימט אויף די ביטערע און גיכע פתרון.
הי’’ד.
נקום נקמת
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
קאנאדישע פארמער
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:58 pm
x 9

Re: הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ

פאוסט דורך קאנאדישע פארמער »

זייער שיין, עכט פאעטיש...
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 786

Re: הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ

פאוסט דורך מאטאווירט »

אוי געוואלד. יעצט נאכן ליינען זע איך האסט עס געשריבן נאך איידער מיר האבן פארשטאנען וואס דא שטייט.

שיין פאעטיש
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1209
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1577

Re: הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ

פאוסט דורך טיפע טאשן »

זאל שוין טאקע מקוים ווערן דיין אינטערשריפט בקרוב
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שרייב פאוסט