רבי שמעון מיערסלוב ז"ל - ט"ו (ט"ז) תשרי תר"י

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2363

רבי שמעון מיערסלוב ז"ל - ט"ו (ט"ז) תשרי תר"י

פאוסט דורך מירון »

רבי שמעון מארילעס, אדער ווי מ’האט אים גערופן רבי שמעון יעראסלאווער זצ"ל איז געבוירן אין יאר תקי"ט, צו זיין טאטן רבי ישראל לייב איילבוים ז"ל פון שטאט יאזעפאף, ער איז געווען א זון פון הצדיק המפורסם רבי יעקב קאפל ליקאווער זצ"ל.

ער איז געווען א תלמיד פון ר"ר אלימלך מליזענסק און פון זיין ערשטע קרוב דער הייליגער חוזה פון לובלין. דער באקאנטער בוטשאטש רב, בעל מחבר ספר דעת קדושים איז געווען רבי שימעלע'ס איידם.

דער בעש"ט האט שטארק פרובירט מקרב צו זיין זיין זיידע רבי יעקב קאפל ליקאווער צו חסידות, אבער אבער לא עלתה בידו. זיינע אייניקלעך ה"ה רבי שמעון יעראסלאווער און ה"ה דער הייליגער חוזה פון לובלין זענען שוין געווארן אליין גרויסע רביס וואס עד היום הזה זענען מיר מתחמם מאורם הקדוש.

מדבריו הקדושים: רבי שימעלע יערסלובער האט געהאט אריכת ימים, איינע פון די תלמידים האבן אים אמאל געפרעגט: רבי, במה הארכת ימים? האט ער געעפערט: איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין קשיות אדער שאלות אויף די הנהגה פון דעם רבש"ע. ווען א מענשט האט קשוית, רופט מען אים ארויף אויבן אין הימל מסביר צו זיינע קשיות און שאלות, אבער אזוי איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין קשוית האט מען מיר גארנישט געדארפט מסביר, ממילא בין איך פארבליבן פאר לאנגע וויילע דא אויף דעם עולם.

זיינע ספרים:
  • נחלת שמעון
  • תורת שמעון
זי"ע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2363

Re: רבי שמעון מיערסלוב ז"ל - ט"ו (ט"ז) תשרי תר"י

פאוסט דורך מירון »

הרה"ק רבי יודא'לע פון דזשיקוב פלעגט זאגן, אז רבי שמעון זי"ע איז געפארן צו פינעף דורות צדיקים: דער הייליגער רבי רבי אלימלך זי"ע פון ליזשענסק, זיינע תלמידים דער הייליגער חוזה זי"ע פון לובלין און רבי רבי מענדעלע רימנעווער זי"ע, און א דור שפעטער צו הרה"ק רבי שלו' פון בעלזא זי"ע און הרה"ק רבי נפתלי מראפשיץ זי"ע, און נאכ'ן הסתלקות פון הייליגן ראפשיצער רב צו זיין איידעם הרה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע און נאכדעם צו הרה"ק רבי מנשה מראפשיץ זי"ע – וועלכער איז געווען דריי דורות יונגער פון אים. אז מען האט אים געפרעגט פארוואס ער פארט בזקנותו צו א יונגער רבי'ן האט רבי שמעון זי"ע געענטפערט אז אויב ער וואלט נישט געפארן צו אים וואלט עס געוויזן אז ער האלט ער איז נישט קיין רבי, וואלט מען אים גערופן צום עולם האמת זאגן אז מן השמים וויל מען יא ער זאל זיין א רבי, ממילא פאר איך יא, דארף מען מיר נישט זאגן אין הימל.

(פון המספיק גאזעט בקצת שנוי).
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1583

Re: רבי שמעון מיערסלוב ז"ל - ט"ו (ט"ז) תשרי תר"י

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

מירון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:54 am הרה"ק רבי יודא'לע פון דזשיקוב פלעגט זאגן, אז רבי שמעון זי"ע איז געפארן צו פינעף דורות צדיקים: דער הייליגער רבי רבי אלימלך זי"ע פון ליזשענסק, זיינע תלמידים דער הייליגער חוזה זי"ע פון לובלין און רבי רבי מענדעלע רימנעווער זי"ע, און א דור שפעטער צו הרה"ק רבי שלו' פון בעלזא זי"ע און הרה"ק רבי נפתלי מראפשיץ זי"ע, און נאכ'ן הסתלקות פון הייליגן ראפשיצער רב צו זיין איידעם הרה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע און נאכדעם צו הרה"ק רבי מנשה מראפשיץ זי"ע – וועלכער איז געווען דריי דורות יונגער פון אים. אז מען האט אים געפרעגט פארוואס ער פארט בזקנותו צו א יונגער רבי'ן האט רבי שמעון זי"ע געענטפערט אז אויב ער וואלט נישט געפארן צו אים וואלט עס געוויזן אז ער האלט ער איז נישט קיין רבי, וואלט מען אים גערופן צום עולם האמת זאגן אז מן השמים וויל מען יא ער זאל זיין א רבי, ממילא פאר איך יא, דארף מען מיר נישט זאגן אין הימל.

(פון המספיק גאזעט בקצת שנוי).
ער האט געלעבט ביז העכער די 90 יאר און ווען מ'האט איהם אמאל געפרעגט ווי אזוי ער זוכה געוועהן צו אזא אריכות ימים (וואס אין יענע יארן איז אזא גיל געוועהן א חידוש עצום) האט ער גענטפערט צוליב צוויי סיבות איינס וויבאלד ער האט קיינמאל נישט געפרעגט פון רבש"ע פארוואס האט מען איהם נישט ארויף געריפן פאר די צייט צו מסביר זיין פארוואס און די צווייטע סיבה וויבאלד ער האט זיך אייביג מכניע געוועהן צו די צדיקי הדור.
שרייב פאוסט