הגאון רבי עקיבא איגר ז"ל - י"ג תשרי תקצ"ח

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

הגאון רבי עקיבא איגר ז"ל - י"ג תשרי תקצ"ח

פאוסט דורך מירון »

רבי עקיבא איגר איז געבוירן געווארן ביום א' חשון בשנת תקכ"ב, צו זיין טאטן רבי משה גינץ. ער איז געווארן אן איידעם צום ערשטן מאל ביי רבי יצחק (איציק) מרגלית מליסא ז"ל ובזיווג שני רבי יהושע הלוי פייבלמאן ז"ל - דיין אין שטאט ליסא.

ער האט געלערט תורה ויראת שמים ביי זיין טאטן. דערנאך איז ער געפארן לערנען ביי רבי לעמיל מגלוגא אב"ד אייזענשטאט. יעדער וואס האט נאר אמאל געלערט אין א ישיבה ווייסט צו זאגן פון ספר חידושי רעק"א.

רבי עקיבא איגר איז געווען אן אויסגעוועליכער גאון, ער וואלט זיך באמת בעסער אריין-געפאסט אין דעם דור פון דעם רשב"א (לשון החזון איש), אבער מער ווי זיין גאונות האט ארויסגעשטארצט זיין עניוות. זיין איידם, דער הייליגער חת"ס האט געזאגט אויף אים, "ווער עס וויל פארשטיין דעם פסוק פון 'והאיש משה עניו מאר מכל אדם' זאל גיין קוקן אויף זיין שווער".

ערשט איז ער געווען רב אין מארקיש-פרידלאנד, און דערנאך איז אריבער צום גרויסן עיר ואם בישראל פוזנא יצ"ו.

מעשה: עס ווערט דערציילט אויף הגאון רבי עקיבא איגר, אז ער איז אמאל געגאנגען קיין ווארשא. דארט אין ווארשא האט מען אים געמאכט א ריזן קבלת פנים אויפן הויפט גאס, ווי עס פאסט פאר דעם גרויסן גאון. אינמיטן שפאצירן אויפן הויפט גאס האט ער געהייסן פארקיווערן דעם וועג, ווייל ער וויל גיין באזוכן אן אלמנה, זיינ'ס א קרובה וואס האט דארט געוואוינט. ער האט דא ספעציעל געטוען כדי די באגלייטער זאלן אהינגיין לכבודה.

איינער פון די מקורבים פון דעם גאון האט אים אפגערעדט דערפון, זאגעדיג אז עס פאסט נישט פאר'ן גאון צו טוען דאס. האט אים רבי עקיבא איגר געענפערט: מיר געפונען אין די תורה אז נאר ביי השבת אבידה מעג זיך א תלמיד חכם פארהוילן צוליב כבוד התורה, אבער ביי די מצוה שטייט (ישעיהו נח, ז), "ומבשרך לא תתעלם", ממילא איז נישט דא קיין היתר פון זיך ארויסצודרייען דערפון.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: הגאון רבי עקיבא איגר ז"ל - י"ג תשרי תקצ"ח

פאוסט דורך מירון »

פון א שמועס אינעם גליון הליכות ושיחות קודש - וויען תשע"ט:

אב"ד דזשיבוי שליט"א: ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל, איז רבי דוד יונגרייז זצ"ל דעמאלטס נפטר געווארן, און הרב וואזנער זצ"ל האט אים מספיד געווען, האט ער געזאגט, אז די וועלט זאגט, אז דער הייליגער חתם סופר זצ"ל איז געווען א מורא'דיגער עניו, און זיין שווער דער רבי עקיבא איגר זצ"ל איז אויך געווען א עניו בישראל. וואס איז געווען דער חילוק צווישן די צוויי? האט ער געזאגט, דער הייליגער חתם סופר האט געוואוסט אז ער איז רבן של כל בני הגולה, מען האט דאך אים אנגעפרעגט שאלות פון אלע זייטן, און עם כל זה איז ער געווען א עניו. דער רבי עקיבא איגר האט אפילו נישט געוואוסט אז ער איז דער רבן של כל בני הגולה.

וויענער רב שליט"א: איך האט געהערט פון מיין טאטן ז"ל, אז דער רבי עקיבא איגר האט געהאט א הויקער. עס איז דא א בילד אין אגרות סופרים, וואס ווען מען ווייסט אז ער האט געהאט א הויקער, דערקענט מען עס. און ער איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט, און די גאנצע שטאט איז ארויסגעגאנגען מקבל פנים זיין. האט ער זיך אנגערופן, די מענטשען האבן נאך קיינמאל נישט געזעהן א מענטש מיט א הויקער?!

אב"ד דזשיבוי: דער זון שרייבט ערגעץ, אז ער איז געווען א איידעם אין פוילן, און ווען ער האט חתונה געהאט, האט דער רבי עקיבא איגר געהאט דארט כבוד מלכים, מען איז געשטאנען אויף די פענסטערס און די טאראסעס. און ווען ער איז אהיימגעקומען האט ער געזאגט, ב"ה המשנה לא זזה ממקומה. די משנה פון מאוד מאוד הוי שפל רוח (אבות ד- ד), האט זיך נישט גערירט. ער איז נישט נתפעל געווארן. ער האט געארבעט אויף זיך, און עס איז אים געלונגען, ב"ה המשנה לא זזה ממקומה.

זי"ע
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: הגאון רבי עקיבא איגר ז"ל - י"ג תשרי תקצ"ח

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

זקינו אבי אמו ר' (אברהם) עקיבא (לוי) איגר הראשון היה בן אחר בן של הגאון הקדוש ר' מרדכי יפה בעל הלבושים.
בעצם היה שם משפחתו גינז אלא היה נקראת על שם זקינו עקיבא קרא אותו "גם" איגר והיה חותם שמו עקיבא גינז - איגר אבל בניו ונכדיו קראו אלא איגר.
מנכדיו היה הרה"ק המפורסם ר' לייבעלע איגר מלובלין זי"ע.
שרייב פאוסט