רבי אהר'לע קאזשניצער זצ"ל, איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי ירחמיאל משה מקאזניץ זצ"ל, בשנת תרמ"ט, אנדערע זאגן תרנ"ב. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי אברהם פנחס ספרד קיניוב-אוסטראה.
רבי אהר'לע קאזניצער איז געווען אן אייגענארטיגער סטיל-דרך פון א רבי. ער איז געווען באקאנט מיט'ן נאמען דער ווילדער קאזניצער אדער דער ווילדער רבי. ער האט מיט זיין דרך ה' טויזענטער בעל תשובת געמאכט צומאל דורך זינגען, שפילן און טייל מאל מיט א שארפע בליק. ער פלעגט מאכן גאר אינטרעסאנטע תנועות וואס טייל פלעגן לאכן, אבער די וואס האבן אים געקענט האבן שוין געוואסט אז דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאכן. רבי שמעון זשעליכאווער פון יח"ל איז געווען פון זיינע גרויסע חסידים.
מעשה: זיינס א תלמיד רבי גד'ל אייזנער האט פארציילט, אז איינמאל האט א תלמיד פון זיין ישיבה געפאלן אין חלשות. רבי אהר'לע געקומען צו-לויפן מיט טעפלעך נאך טעפלאך וואסער אנצוגיסן דעם בחור, ביז דער גאצער ערד פון ישיבה איז געווארן פול מיט וואסער. די תלמידים האבן זיך געוואנדערט, פארוואס דארף מען אזוי פיל וואסער? האט ער ערקלערט: איך האב געוואלט אויסלערנען אז ווען עס קומט צו הצלת נפשות טאר נישט מאכן קיין חשבונות.
אינמיטן יאר תש"א האט ער ליידער געטיילט דעם גורל ווי אלע אנדערע אידן אין פוילן, ער איז געווארן אריינגעטריבן אין א געטאו אין זעליחוב. ער האט באקומען די מחלה טיפוס און ליידער דארט נפטר געווארן צום גדליה וי"א ה' תשרי תש"ב.
בתוך גיא ההריגה, האט ער דארט זוכה געווען לקבר ישראל.
הי"ד. זכותו יגן עלינו
רבי אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ (רבי אהר'לע קאזשניצער ז"ל) - ג' תשרי תש"ב
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ - רבי אהר'לע קאזשניצער ז"ל - ג' תשרי תש"ב
זיין יחוס ביז צום קאזניצער מגיד:
רבי אהר'לע קאזשניצער בן רבי ירחמיאל משה הופשטיין בן רבי יחיאל יעקב הופשטיין בן רבי רבי אלעזר מקוזניץ בן רבי משה אליקים בריעה מקוזניץ בן המגיד מקוזניץ.
___
רבי אהרן איז ערשט געווען א איידעם ביי רבי אברהם פנחס ספרד קיניוב-אוסטראה ז"ל (אן אייניקל פין רב ייבי), ס’איז אבער ליידער נישט געווען קיין קשר של קיימא. צוליב די גרויסע חילוק אין אינעם דרך פון די צוויי רביסטעוועס. רבי אהר'לע האט קיינמאל נישט נאכאמאל חתונה געהאט.
נאך אן אטינרעסאנטער אנעקדאוד ער געוואינט אין לאנדאן פאר א שטיק צייט ממש אין דעם זעלבן הויז דארט ווי עס סאיז שפעטער תורת חסד, 118 Caznove Road.

דאכט זיך אז די לעלובער רביים זענען זענען אויך פון זיין חדר, און פון דארט קומט די אינטערעסאנטע התנהגות וואס מ'האט געזען ביי די לעלובע רבי'ס.מירון האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:39 am רבי אהר'לע קאזשניצער זצ"ל, איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי ירחמיאל משה מקאזניץ זצ"ל, בשנת תרמ"ט, אנדערע זאגן תרנ"ב. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי אברהם פנחס ספרד קיניוב-אוסטראה.
רבי אהר'לע קאזניצער איז געווען אן אייגענארטיגער סטיל-דרך פון א רבי. ער איז געווען באקאנט מיט'ן נאמען דער ווילדער קאזניצער אדער דער ווילדער רבי. ער האט מיט זיין דרך ה' טויזענטער בעל תשובת צומאל דורך זינגען, שפילן און טייל מאל מיט א שארפע בליק. ער פלעגט מאכן גאר אינטרעסאנטע תנועות וואס טייל פלעגן לאכן, אבער די וואס האבן אים געקענט האבן שוין געוואסט אז דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאכן. רבי שמעון זשעליכאווער פון יח"ל איז געווען פון זיינע גרויסע חסידים.
מעשה: זיינס א תלמיד רבי גד'ל אייזנער האט פארציילט, אז איינמאל האט א תלמיד פון זיין ישיבה געפאלן אין חלשות. רבי אהר'לע געקומען צו-לויפן מיט טעפלעך נאך טעפלאך וואסער אנצוגיסן דעם בחור, ביז דער גאצער ערד פון ישיבה איז געווארן פול מיט וואסער. די תלמידים האבן זיך געוואנדערט, פארוואס דארף מען אזוי פיל וואסער? האט ער ערקלערט: איך האב געוואלט אויסלערנען אז ווען עס קומט צו הצלת נפשות טאר נישט מאכן קיין חשבונות.
אינמיטן יאר תש"א האט ער ליידער געטיילט דעם גורל ווי אלע אנדערע אידן אין פוילן, ער איז געווארן אריינגעטריבן אין א געטאו אין זעליחוב. ער האט באקומען די מחלה טיפוס און ליידער דארט נפטר געווארן צום גדליה וי"א ה' תשרי תש"ב.
בתוך גיא ההריגה, האט ער דארט זוכה געווען לקבר ישראל.
הי"ד. זכותו יגן עלינו
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
Re: רבי אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ - רבי אהר'לע קאזשניצער ז"ל - ג' תשרי תש"ב
דריי ספרים מיט חומר אויף ר’ אהרעלע
קונטרס באר לחי רואי- א קונטרס געשריבן קורץ און שארף, שיינט צו זיין א דייקן, דער פאטער פונעם מחבר הרב גאטהייל שליט’’א איז געווען ביי ר’ אהרעלע זצ’’ל
אין ס’ נהרי אש, אויף ר’’ש זשעליכאווער, הרב דאמב זעלבסט איז א תלמיד פון ר’’ש זשעליכאווער, דארט ברענגט ער פון הרב וואזנער און פון נאך אויף ר’’א.
ארי במסתרים- כדאי צו ליינען די אויסצוגען פון די צייטונגען וואס זיי ברענגען אראפ.
אויסער די דריי איז דא אביסל אין יומן טאלנא און א היבש ביסעל וואס מען זאגט ע’’פ השמועה און זענען נישט געדרוקט.
א תורה פון ר’’א זצ’’ל אויף פ’ פנחס:
פארוואס שטייט נישט קיין אות ח’ אין די ווארט פנחס
תירוצים:
1) וואס שטערט דיר?
2) ווען עס וואלט געשטאנען וואלסטו געפרעגט פארוואס עס שטייט
3) עס שטייט יא!
4) דער שרייבער האט שוין פארגעסן...

SOS
Re: רבי אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ (רבי אהר'לע קאזשניצער ז"ל) - ג' תשרי תש"ב
ווייסט מען ווי ער ליגט?מירון האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:39 am
אינמיטן יאר תש"א האט ער ליידער געטיילט דעם גורל ווי אלע אנדערע אידן אין פוילן, ער איז געווארן אריינגעטריבן אין א געטאו אין זעליחוב. ער האט באקומען די מחלה טיפוס און ליידער דארט נפטר געווארן צום גדליה וי"א ה' תשרי תש"ב.
בתוך גיא ההריגה, האט ער דארט זוכה געווען לקבר ישראל.
הי"ד. זכותו יגן עלינו
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ (רבי אהר'לע קאזשניצער ז"ל) - ג' תשרי תש"ב
יא, אין זעליחוב. מ'האט שפעטער געטארפן דאס פלאץ. אין לי פנאי עכשיו להאריך בזה.טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 12:10 pmווייסט מען ווי ער ליגט?מירון האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:39 am