מ׳ורינו ה׳רב ר׳בי יהודה ל׳וואי, איז געבוירען אין יאר רע״ב ולמספרם 1512. (ויש אומרים אין יאר ר״פ) אין שטאט פוזנא צו זיין פאטער רבי בצלאל ז"ל.
דער מהר״ל איז ערשט געווען רב המדינה פון גאנץ מדינת מעהרין. ער האט איינגעפירט פילע וויכטיגע תקנות פארן כלל, אין יאר של״ג האט ער פארלאזט דאס רבנות און זיך באזעצט אין פראג, דארט האט ער מרביץ תורה געווען אינעם קלויז פון ר׳ מרדכי מייזל ז"ל.
אין יאר שד״מ האט ער פארלאזט פראג צו מקבל זיין דאס רבנות אינעם גרויסן שטאט פוזנא. נאך פיר יאר האט ער זיך צוריקגעגאנגן קיין פראג. אזוי איז ער געגאנגען עטליכע מאל אהין און צוריק.
אין יאר שנ״ב ולמספרם 1592 יום א׳ ג׳ אדר האט זיך דער מהר״ל מפראג באגעגענט מיטן קעניג רודאלף דער צווייטער. זיין תלמיד רבי דוד גאנז דערמאנט די באגעגעניש אין זיין ספר צמח דוד און שרייבט: והקיסר רודולפוס ברוב חסדו ואמתו שלח אליו את הגאון וקבלו בספר פנים יפות, ודיבר איתו פה אל פה כאשר ידבר איש אל רעהו, ומהות ואיכות הדברים סתומים וחתומים ונעלמים הם.
דער גולם פון פראג – יוסילע גולם.
א גרויסע שערוריה און חילוקי דעות איז דא צו דער הייליגער מהר"ל מפראג האט באמת באשאפן א גולם אדער ס’איז פשוט געווען א פיקטיווע מעשה וואס איינער האט געבאקן צו קענען שרייבן זיסע מעשה ביכלעך. איך וועל עס לאזן פאר די גרויסע חוקרים.
ער איז באהאלטן געווארן אין פראג. זיין יארצייט איז קומענדע וואך. זכותו יגן עלינו
הגאון רבי יהודה ליוואי ז"ל, המהר"ל מפראג - י"ח אלול שס"ט
Re: הגאון המהר"ל מפראג – רבי יהודה לוואי ז"ל - ט"ו אלול תקמ"ז לפ"ק
?
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2363

Re: הגאון המהר"ל מפראג – רבי יהודה לוואי ז"ל - י"ח אלול תקמ"ז לפ"ק
אויפן קעפל שטייט ט''ו אלול...
זע איך שוין פאראכטן.
זע איך שוין פאראכטן.
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2363
Re: הגאון המהר"ל מפראג – רבי יהודה לוואי ז"ל - י"ח אלול תקמ"ז לפ"ק
לכבוד דעם יארצייט
מ'דערציילט, אז ווען דער הייליגער מהר"ל האט דערגרייכט דעם עלטער פון שידוכים, האט ער שוין גע'שמ'ט איבער דער וועלט אלס גרויסער עילוי, און מושלם בכל המעלות. אן עושר האט איהם גענומען אלס אן איידים, און ווי ס'איז געווען איינגעפירט אין יענע צייטן, האט ער גענומען אויף זיך צו געבן א גרויסן נדן.
דאס פארפאלק זאל זיצן אויף "קעסט", און ער וועט זיי אויסהאלטן מיט אלע זייערע באדערפענישן, כדי זיין עילוי'אישער איידים זאל קענען זיצן על התורה ועל העבודה, אן שום דאגות פון פרנסה. צווישן דעם "תנאים" לייענען און דעם טאג פון דער חתונה, האט זיך אבער איבערגעדרייט דאס רעדל אויפ'ן אבי הכלה, און ער איז ליידער געבליבן בעירום ובחוסר כל ל"ע. האט דער טאטע פון די כלה געשיקט איינמעלדן פאר די עלטערן פונעם מהר"ל, דעם חתן, אז ער איז ליידער נישט אימשטאנד אויסצוצאלן אפילו א טייל פון זיינע התחייבות'ן, און אויב זיי ווילן אפלאזן דעם שידוך, וועט ער נישט האבן צו זיין קיין שום טענות. ער איז מסכים מיט'ן גאנצן הארץ, אז דער מהר"ל זאל נעמען אן אנדערע כלה, פון א רייכער היים, כדי ער זאל קענען שטייגן אין לערנען אן דאגות פרנסה.
ווען מ'האט געפרעגט דעם מהר"ל ז"ל אויב ער וויל אפלאזן דעם שידוך, ווייל דער מחותן האט מער נישט קיין געלט, האט דער מהר"ל געענטפערט, אז ער איז בשום אופן נישט גרייט צו פארשעמען חלילה אן ערליכע אידישע טאכטער, און ער וועט נישט אפלאזן דעם שידוך. אינצווישן איז דאס ארימקייט ביי דעם מחותן נאך פיל ערגער געווארן, און די כלה האט געדארפט שטיין אויף דער גאס און פארקויפן געבעקסן, כדי אהיים צו ברענגען עפעס פאר אירע ארימע עלטערן זיך צו דערהאלטן דאס חיות.
אין א געוויסן טאג, איז א סאלדאט פלוצלינג געקומען צו רייטן מיט א פערד, און דורכפארנדיג דאס ארט וואו דאס מיידל, די כלה, איז געשטאנען און געווארט צו פארקויפן איר ברויט, האט דער צעווילדעוועטער זעלנער אריינגעשטעקט זיין שווערד אין ברויט, עס אריינגענומען אין מויל, און איינגעשלינגען... האט דאס מיידל אנגעהויבןַ שרייען אויף דעם סאלדאט: "ווי אזוי קענסטו בא'גזל'ען מיך און מיינע צובראכענע עלטערן, פון אונזער ארימען ביסן?" האט דער סאלדאט רחמנות געהאט אויף איר, און איר געענטפערט: "וואס זאל איך טוהן? כ'בין געווען זייער הונגעריג, און כ'האב נישט קיין געלט צו באַצאלן". ער האט אבער אראפגענומען זיין אויבער -מאנטל, און עס אוועקגעשאנקען פאר'ן מיידל , אנשטאט צו באצאלן פאר דעם ברויט, און ער האט איר געזאגט: "אויב כ'וועל נישט צוריקקומען כדי דיר צו באצאלן פאר'ן ברויט, קענסטו האלטן דעם מאנטל".
נעמענדיג דעם צעריסענעם מאנטל אין האנט, האט דאס מיידל געשפירט אז עס איז שווער, האט זי געעפענט דעם מאנטל (וואס איז סיי-ווי געווען צעריסן), און זי האט דארט געפונען א גרויסן עושר פון גאלד און זילבער, וואס איז געווען גענוג צו שטעלן איר טאטן אויף די פיס, און אויסצוצאלן דעם גאנצן נדן מיט די "קעסט ", וואס מ'האט געהאט צוגעזאגט פאר'ן חתן. מ'האט איינגעמאלדן דעם חתן אז ער קען זיך שוין גרייט צו די חתונה, און זינט דאן האט דער מהר"ל זוכה געווען צו "תורה וגדולה במקום אחד".

- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 898
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1583
Re: הגאון רבי יהודה ליוואי ז"ל, המהר"ל מפראג - י"ח אלול תקמ"ז
ס'איז דא א משפחה אין חב"ד גור-ארי' וואס טענה'ן אז זיי זענען בן אחר בן צום מהר"ל.
(וואס דו מהר"ל איז געוועהן א באח"ב צו דוד מלכא משיחאץ
(וואס דו מהר"ל איז געוועהן א באח"ב צו דוד מלכא משיחאץ
Re: הגאון רבי יהודה ליוואי ז"ל, המהר"ל מפראג - י"ח אלול תקמ"ז
אריבער 3 וואכן און קיינער כאפט נישט די טעות מיט'ן יאר?