שלום עליכם צו אידיש360 - די היימישע ווידעאו סטרימינג פלאטפארמע!
עס איז היינט דא א שיין פאר "אידישע" ווידעאו פלאטפארמעס, אבער ממש אלע פון זיי האבן צוויי עיקר פראבלעמען:
כשרות: זייער דעפיניציע פון אידיש איז נישט אונזער דעפיניציע פון אידיש. זייער אפטייטש פון כשר איז נישט אונזער אפטייטש פון כשר.
טעכנעלאגיע: די זייטלעך זענען געבויט פריוויזאריש, און זענען צימאל אפ‘ פשוטע עמבעדעד יוטוב ווידעאוס - נישט עכטע פארגעשריטענע ווידעאו סטרימינג פלאטפארמעס.
אידיש360 איז דא צו סאלוון די ביידע פראבלעמען אויפאיינמאל. אהערשטעלנדיג א 100%טיגע אויסגעהאלטנע פלאטפארמע, געבויט מיט די בעסטע טעכנעלאגיע און אינפראסטראקטור.
די פלאטפארמע איז דיזיינט אז באנוצער זאלן אליין קענען ארויפלייגן ווידעאוס.
• יעדע ווידעאו דארף ווערן אפראווד ביי די מנהלים - אויסער אויב די אקאונט איז שוין באגלייבט מיטן נאר לייגן כשר‘ע ווידעאוס
• אויב עס האט זיך ח”ו געמאכט א פראבלעמאטישע ווידעאו וואס האט זיך דורכגעגליטשט, קענען באנוצער עס באריכטן
• נאך אפאר ריפארטס, פליט עס אויטאמאטיש אראפ, אפי‘ בעפאר די מנהלים מעקן
• א טשענעל וואס האט אפאר געפלויגענע ווידעאוס ווערט אויטאמאטיש נחתם
די תקנות זענען שארף און קלאר:
1) קיין נשים - ניטאמאל אין א בעקגראונד בטעות
2) קיין לשון הרע, רכילות, פאליטיק, וכו‘
3) קיין אנדערע אומאויסגעהאלטענע קאנטענט וואס באלאנגט נישט אויף א היימישע פלאטפארמע
מיט די מיטארבעט פון די ציבור וועלן מיר בעזהשי״ת אהערשטעלן א געשמאקע פלאטפארמע אויף א אויסגעהאלטענע פארנעם.
https://yiddish360.com
אידיש360 - ווידעא סטרימינג פלאטפארמע
Re: אידיש360 - ווידעא סטרימינג פלאטפארמע
גדר האט אפיציעל געעפנט אידיש360.
לאזט אונז וויסן אויב איר האט נאך פראבלעמען.
לאזט אונז וויסן אויב איר האט נאך פראבלעמען.
- פיילס
-
- Screenshot 2026-08-27 at 5.12.16 PM.png (24.24 KiB) געזען געווארן 143 מאל
Re: אידיש360 - ווידעא סטרימינג פלאטפארמע
@אידיש360 קען מען ארום דרייען די סקרין פון רעכטס צו לינקס?
קען מען מאכן אז מען זאל קענען ריקן די אוידיאו ארויף און אראפ?
קען מען מאכן אז מען זאל קענען ריקן די אוידיאו ארויף און אראפ?
Re: אידיש360 - ווידעא סטרימינג פלאטפארמע
נישט זיכער וואס איר מיינט מיט ארומדרייען די סקרין.
דערווייל קען מען נישט רוקן די אודיאו, עס ווערט געטון אויף די דעווייס זעלבסט. איז עס וויכטיג?