אידיש360 - ווידעא סטרימינג פלאטפארמע

שמועסן, אינפארמאציע, און עצות איבער טעכנאלאגיע און אירע כלים
אידיש360
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 19, 2026 12:57 am
x 5

אידיש360 - ווידעא סטרימינג פלאטפארמע

פאוסט דורך אידיש360 »

שלום עליכם צו אידיש360 - די היימישע ווידעאו סטרימינג פלאטפארמע!

עס איז היינט דא א שיין פאר "אידישע" ווידעאו פלאטפארמעס, אבער ממש אלע פון זיי האבן צוויי עיקר פראבלעמען:

כשרות: זייער דעפיניציע פון אידיש איז נישט אונזער דעפיניציע פון אידיש. זייער אפטייטש פון כשר איז נישט אונזער אפטייטש פון כשר.
טעכנעלאגיע: די זייטלעך זענען געבויט פריוויזאריש, און זענען צימאל אפ‘ פשוטע עמבעדעד יוטוב ווידעאוס - נישט עכטע פארגעשריטענע ווידעאו סטרימינג פלאטפארמעס.

אידיש360 איז דא צו סאלוון די ביידע פראבלעמען אויפאיינמאל. אהערשטעלנדיג א 100%טיגע אויסגעהאלטנע פלאטפארמע, געבויט מיט די בעסטע טעכנעלאגיע און אינפראסטראקטור.

די פלאטפארמע איז דיזיינט אז באנוצער זאלן אליין קענען ארויפלייגן ווידעאוס.

• יעדע ווידעאו דארף ווערן אפראווד ביי די מנהלים - אויסער אויב די אקאונט איז שוין באגלייבט מיטן נאר לייגן כשר‘ע ווידעאוס
• אויב עס האט זיך ח”ו געמאכט א פראבלעמאטישע ווידעאו וואס האט זיך דורכגעגליטשט, קענען באנוצער עס באריכטן
• נאך אפאר ריפארטס, פליט עס אויטאמאטיש אראפ, אפי‘ בעפאר די מנהלים מעקן
• א טשענעל וואס האט אפאר געפלויגענע ווידעאוס ווערט אויטאמאטיש נחתם

די תקנות זענען שארף און קלאר:
1) קיין נשים - ניטאמאל אין א בעקגראונד בטעות
2) קיין לשון הרע, רכילות, פאליטיק, וכו‘
3) קיין אנדערע אומאויסגעהאלטענע קאנטענט וואס באלאנגט נישט אויף א היימישע פלאטפארמע

מיט די מיטארבעט פון די ציבור וועלן מיר בעזהשי״ת אהערשטעלן א געשמאקע פלאטפארמע אויף א אויסגעהאלטענע פארנעם.

https://yiddish360.com
אידיש360
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 19, 2026 12:57 am
x 5

Re: אידיש360 - ווידעא סטרימינג פלאטפארמע

פאוסט דורך אידיש360 »

גדר האט אפיציעל געעפנט אידיש360.

לאזט אונז וויסן אויב איר האט נאך פראבלעמען.
פיילס
Screenshot 2026-08-27 at 5.12.16 PM.png
Screenshot 2026-08-27 at 5.12.16 PM.png (24.24 KiB) געזען געווארן 45 מאל
שרייב פאוסט