ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357

ברעיקינג!
מר. האניג האט ענדליך געזאגט זיין צווייטע חלק פון שיעורים אנטקעגן היליאסענטרעסיזם, ס'טייטש די זון איז אינדערמיט אדער נישט.
ס'לוינט זיך צי אויסהערן די ערשטע חלק, עקס 25152# וואס חוץ חוזק מאכן יעדע צווייטע מינוט פון די גוישע סיינטיפיק קאמיונטי וואס ווייסט נישט וואס זיין רעדן... ברענגט ער יא די 10/12 ראיות אז די וועלט פארט ארום די זון, און ער ענדיגט צו מיט פאטאס אז ער'ט נאך איין טאג מסביר זיין פארוואס ס'נישט אמת און אז די וועלט איז יא אינדערמיט. נישט אזויווי די גוים ווילן זאגן וגו' והוא רחום יכפר עוון...
איז, כ'האלט נאך אינמיטן שרייבן א לענגערע באריכט פון די יעצטיגע, אבער קודם פאר יעצט קען איך מיך נישט איינהאלטן כ'מוז זאגן די צוויי נקודות;
1. טיכה ברעיה'ס מאדעל קען ארבעטן (אויב צענדליגע עפי און סאב-עפיסייקלס הייסט געארבעט...) פון יעדע פלאנעט וואס דו שטייסט אויף, און ס'ראטעיט. קענסט שטיין דארט און זאגן: איך דריי מיך נישט, די גאנצע יוניווערס דרייטצעך ארום מיר.
2. אקארדינג צו די איינשטיין וואס כבוד הרב פריידט זיך אזוי, האלט יעדע גרינע עפל אויך אז די ערד פאלט צו אים, און ער איז גערעכט ווייל פון זיין פרעים אוו רעפרענס שטייט ער אויף איין פלאץ.
און ביי די וועי, דער "הייליגע נחמד ונעים" שרייבט די מורא'דיגע זאכן וואס ער'ט געזעהן אויף יענעם אינזל, מיינט נאך נישט אז דאס איז דער לעצטער פסק. איר ווילט קומען זעהן די היינטיגע מעזשערמענט כלים אשר עין לא ראתה?
כ'הא טאקע זיך אזוי געפריידט ווען איר'ט געמאכט דעם טעות און געזאגט "וואו קען מען אזוי זאגן? מ'האט דאך שוין 400 יאר צוריק געהאלטן אנדערש..."
נאכא btw די סיבה פארוואס מר. טיכה האט נישט געוואלט זעהן אז די וועלט פארט ארום איז אויך געווען א רעליגיעזע/פאליטישע.
און טאקע ביי אים האט זיך געהאדעוועט מר. קעפלער...
שוין לאז עפעס פאר שפעטער

כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
וואו רעדט ער? און פארוואס רעדט ער?
נישט געוואוסט אז עס נאך פאראן היינטיגע טעג מענטשן וואס גלייבן אין געאצענטעריזם... (כ'רעד נישט פון די וואס גלויבן אינעם פלאכן וועלט קאנספיראציע טעאריע, מיט אזוינע חברה קענסטו זיך קיינמאל אויסרעכענען...)

- אוטובאס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 208
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
- Location: גיב מיר א מינוט
- x 899
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
פליז... קום אריין קלאר רעד נישט כינעזיש
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
ער רעדט אויף יושבי אוהל טעל ליין עקס 251
ער גיבט יעדן ראש חודש שיעורים אויף נפלאות הבורא,
ער איז זייער שטארק קעגן די 'גוישע סייענטיפיק קאממיוניטי', און עט זיי אראפ רייסן ווען נאר מעגליך...
"אונז אידן, די עם חכם ונבון ווייסט בעסער וכו'" ווי ער דרוקט זיך אויס אין זיין יעצטיגע גיאוסענטרעסיזם שיעור...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
אין קורצן; אמאל האט מען געמיינט אז די וועלט שטייט אינדערמיט און די זון גייט אונז ארום יעדע 24 שעה,
איז געקומען איינער קופערנוקעס און פארגעלייגט אז אפשר די וועלט פארט ארום די זון איינמאל א יאר, טאג און נאכט געשעט אז די וועלן ראטעיט-דרייט זיך וואו א דריידל.
סאו נישט די זון שיינט אויף און גייט אונטער, נאר אונז דרייען זיך אוועק פון די זון ווערט ביינאכט.
דערנאך איז געווען איינער טיכה בראהי אן 'אבזערוועבל אסטראנאמער' ד.מ. איינער מיט גוטע געצייג צו קענען גוט אבזערווירן די גאנג פון די פלאנעטן און שטערנס,(ס'לוינטצעך צו ארבעטן פארן קעניג) ער'ט גלייך געזען אז די ביז יעצטיגע מהלך שטימט נישט, ס'טייטש דו זאגסט פאר אז דינסטאג 6:00 דארף צדק זיין אינמיטן די הימל. כ'קוק 6'ע ס'נישט דארט, מיינט אז עפעס שטימט נישט א.א.וו.
איז ער אויפגעקומען מיט א נייע מהלך וואס שטימט (...) יא, ס'איז אביסל קאמפליצירט צו מסבירן די גאנצע דא, נאר זאגן אזויפיל אז רוב פלאנעטן גייען ארום די זון...
זיין ארבעטער 'קעפלער' האט נאך זיין טויט (מ'טאר נישט טרינקען אזוי באנטש ביר) איבער גענומען אלע זיינע געשרייבאכטצער און עס גענוצן צו שטיצן 'קופענוקעס'ס' מהלך אז די זון איז אינדערמיטן, דאס הייסט "היליאסענטרעסיזם"...
אויך האט ער ארויס געגעבן 3 געזעצן וואס אלע 'זאכן' אין ספעיס פאלגן זייער שיין...
משה שפיטצער אויף קול מבשר האט 5-6 שיעורים וועגן די היסטאריע פון אסטראנאמיע, ס'לוינט זיך אויסצוהערן, און צו נעמען נאוטס...
הלואי זאל זיין מער אינטערעס ביי אונזער ציבור אין די נושא, וועט די 'גוישע פאליטיק & נייעס אשכול' זיין אביסל שטילער...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
ווי פינקטליכער קען מען דאס הערן
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
יושבי אוהל
6054774444 עקס 25121
און עקס 25122 פאר שיעור צוויי
משה שפיטצער - קול מבשר 356
שמועס 120,119,118,117,116,115
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
ר' יודל דאנציגער'ס פון קול מבשר ווייסעך שוין נישט וואו מ'קען טרעפן...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
אינטערעסאנט צו הערן אויב ער רעדט עפעס דברים של טעם, אדער קומט ער מיט נארישע טענות, און רייסט סתם אראפ.בחינה 25 האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:51 amער רעדט אויף יושבי אוהל טעל ליין עקס 251
ער גיבט יעדן ראש חודש שיעורים אויף נפלאות הבורא,
ער איז זייער שטארק קעגן די 'גוישע סייענטיפיק קאממיוניטי', און עט זיי אראפ רייסן ווען נאר מעגליך...
"אונז אידן, די עם חכם ונבון ווייסט בעסער וכו'" ווי ער דרוקט זיך אויס אין זיין יעצטיגע גיאוסענטרעסיזם שיעור...
די גוי'אישע סייענטיפיק וועלט האט אסאך שטותים, אלעס וואס איז טעאריע מיינט אז דאס מוז נישט זיין, און דארט זענען זיי זייער אסאך מאל סתם ראנג און וואן טרעק מיינדעד.
ווען עס קומט אבער צו זאכן וואס זענען אויפגעוויזן געווארן, מיט תורה און אידישקייט האט עס קיין שום סתירה נישט, דאן פארוואס זיך דינגען? סתם, אזא אידישע ווערסיע פון קאנספיראציע טעארעטיקער?
די קירכע האט געהאלטן אז היליאצענטעריזם איז קעגן די תורה, לויט זייערע נארישע טרענסלעישנס. זיי האבן זיך אריינגעלאזט אין א מלחמת חרמה דערקעגן וואס זיי האבן עווענטועל פארלוירן, אזוי אז ווען עס איז געקומען צו עוואלוציע האבן זיי לכתחילה אויפגעגעבן.
עוואלוציע איז כפירה. היליאצענטעריזם נישט.
אידישקייט איז נישט פילאזאפיע, און פילאזאפיע איז נישט אידישקייט. אויב עפעס שטימט נישט לויט פילאזאפיע, מיינט נישט אז עס שטימט נישט לויט אידישקייט.
-
אביסל טיפער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 46
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm
- x 94
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
איינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?

דאס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט... אויף דעם גראפאלאג האב איך נאר זייער רחמנות געהאט. שפיטצער האט פון אים געביסן און געריסן אן קיין רחמנות און דער האט נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך צו פארטיידיגן...אביסל טיפער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 8:25 pmאיינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
ער זאגט אז ס'קומט נאך א שיעור וואו ער'ט אויפווייזן 'פון פריערדיגע' פרא גיאסענטרעסיזם.חנן האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 7:44 pm
ווען עס קומט אבער צו זאכן וואס זענען אויפגעוויזן געווארן, מיט תורה און אידישקייט האט עס קיין שום סתירה נישט, דאן פארוואס זיך דינגען? סתם, אזא אידישע ווערסיע פון קאנספיראציע טעארעטיקער?
די קירכע האט געהאלטן אז היליאצענטעריזם איז קעגן די תורה, לויט זייערע נארישע טרענסלעישנס. זיי האבן זיך אריינגעלאזט אין א מלחמת חרמה דערקעגן וואס זיי האבן עווענטועל פארלוירן, אזוי אז ווען עס איז געקומען צו עוואלוציע האבן זיי לכתחילה אויפגעגעבן.
איינע פון זיינע עיקר פאוינטס איז אז די גויש'ע וועלט שטופט די היליא אגענדע צו קענען נאכדעם זאגן "אונז זענען נאר א קליינער ספע"ק אין די גאנצע יוניווערס" וואס ח'ו ח'ו דאס קען אפשר ברענגען צו טראכטן, כ'וויל עס נישט ארויף ברענגען ח'ו הל'ת קלאפ אויף דיין מויל...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
אים דא גייסטו נישט שוינען?חנן האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:50 pmדאס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט... אויף דעם גראפאלאג האב איך נאר זייער רחמנות געהאט. שפיטצער האט פון אים געביסן און געריסן אן קיין רחמנות און דער האט נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך צו פארטיידיגן...אביסל טיפער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 8:25 pmאיינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
אים שוינט מען זייער שטארק, נאר זיין שיטה עט מען צומאלן בעזהשי''ת...מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 1:08 pmאים דא גייסטו נישט שוינען?חנן האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:50 pmדאס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט... אויף דעם גראפאלאג האב איך נאר זייער רחמנות געהאט. שפיטצער האט פון אים געביסן און געריסן אן קיין רחמנות און דער האט נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך צו פארטיידיגן...אביסל טיפער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 8:25 pm
איינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
-
אביסל טיפער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 46
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm
- x 94
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
ער האט נישט געריסן פון אים, ער האט געריסן פון זיין שיטה, דאס איז איינע פון די גרעסטע שוועריקייטן ווען סקומט זיך צו טאנען מיט מענטשן, רוב מענטשען זענען זייער צוגעבינדן צו וואס זיי האלטען, קענען זיי נישט איינזעהן א צווייטע מיינאנג.חנן האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:50 pmדאס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט... אויף דעם גראפאלאג האב איך נאר זייער רחמנות געהאט. שפיטצער האט פון אים געביסן און געריסן אן קיין רחמנות און דער האט נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך צו פארטיידיגן...אביסל טיפער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 8:25 pmאיינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
דא האט ער אראפגעריסן גראפאלאגן, און דער איז דאך זעלבסט א גראפאלאג. ער האט טאקע נישט אים פערזענליך אראפגעריסן, אבער יא זיין פאך.אביסל טיפער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 28, 2026 4:55 pmער האט נישט געריסן פון אים, ער האט געריסן פון זיין שיטה, דאס איז איינע פון די גרעסטע שוועריקייטן ווען סקומט זיך צו טאנען מיט מענטשן, רוב מענטשען זענען זייער צוגעבינדן צו וואס זיי האלטען, קענען זיי נישט איינזעהן א צוויטע מיינאנג.חנן האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:50 pmדאס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט... אויף דעם גראפאלאג האב איך נאר זייער רחמנות געהאט. שפיטצער האט פון אים געביסן און געריסן אן קיין רחמנות און דער האט נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך צו פארטיידיגן...אביסל טיפער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 8:25 pm
איינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
ס'אזא שאד אז איינער מיט אזוי סאך ידיעות אין אסטראפיזיקס, זאל גיין אזוי קאפ אין וואנט פאר עפעס וואס מאכט אפי' נישט אויס...
ס'דא א נייע ברכי נפשי שיעור פון ר' ל.י. געפאקט מיט ווערטפולע וואוסענשאפט און איבער די היסטאריע פון די היינטיגע קאזמאלאגיע.
מיט א נייע אויספיר אז "סייענס הייבט שוין אן איינצוזעהן אז די אידן זענען גערעכט אז די וועלט איז אינדערמיט..."
איינער האט שוין אויסגעהערט?
כ'זוך א שיתף צו מיין ווייטאג...
@חנן ?
ס'דא א נייע ברכי נפשי שיעור פון ר' ל.י. געפאקט מיט ווערטפולע וואוסענשאפט און איבער די היסטאריע פון די היינטיגע קאזמאלאגיע.
מיט א נייע אויספיר אז "סייענס הייבט שוין אן איינצוזעהן אז די אידן זענען גערעכט אז די וועלט איז אינדערמיט..."
איינער האט שוין אויסגעהערט?
כ'זוך א שיתף צו מיין ווייטאג...
@חנן ?
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 914
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1556
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
מ'וואלט געדארפט צאמשטעלן אים מיט משה שפיצער אויף איין סטעיזש...
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
אויב איך מעג...חנן האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 7:44 pmאינטערעסאנט צו הערן אויב ער רעדט עפעס דברים של טעם, אדער קומט ער מיט נארישע טענות, און רייסט סתם אראפ.בחינה 25 האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:51 amער רעדט אויף יושבי אוהל טעל ליין עקס 251
ער גיבט יעדן ראש חודש שיעורים אויף נפלאות הבורא,
ער איז זייער שטארק קעגן די 'גוישע סייענטיפיק קאממיוניטי', און עט זיי אראפ רייסן ווען נאר מעגליך...
"אונז אידן, די עם חכם ונבון ווייסט בעסער וכו'" ווי ער דרוקט זיך אויס אין זיין יעצטיגע גיאוסענטרעסיזם שיעור...
די גוי'אישע סייענטיפיק וועלט האט אסאך שטותים, אלעס וואס איז טעאריע מיינט אז דאס מוז נישט זיין, און דארט זענען זיי זייער אסאך מאל סתם ראנג און וואן טרעק מיינדעד.
ווען עס קומט אבער צו זאכן וואס זענען אויפגעוויזן געווארן, מיט תורה און אידישקייט האט עס קיין שום סתירה נישט, דאן פארוואס זיך דינגען? סתם, אזא אידישע ווערסיע פון קאנספיראציע טעארעטיקער?
די קירכע האט געהאלטן אז היליאצענטעריזם איז קעגן די תורה, לויט זייערע נארישע טרענסלעישנס. זיי האבן זיך אריינגעלאזט אין א מלחמת חרמה דערקעגן וואס זיי האבן עווענטועל פארלוירן, אזוי אז ווען עס איז געקומען צו עוואלוציע האבן זיי לכתחילה אויפגעגעבן.
עוואלוציע איז כפירה. היליאצענטעריזם נישט.
אידישקייט איז נישט פילאזאפיע, און פילאזאפיע איז נישט אידישקייט. אויב עפעס שטימט נישט לויט פילאזאפיע, מיינט נישט אז עס שטימט נישט לויט אידישקייט.
דו שרייבסט: 'אלעס וואס איז טעאריע מיינט אז דאס מוז נישט זיין' אין סייענס איז א סייענטיפיק טעאריע א באשטעטיגטע מאדעל! Gravity, Atomic Theory, Germ Theory זענען אלע דיפיינט אלס "טעאריעס". צו זאגן 'אז דאס מוז נישט זיין' איז א לאגישער טעות
דו שרייבסט: 'אידישקייט איז נישט פילאזאפיע, און פילאזאפיע איז נישט אידישקייט' צו זאגן אז אידישקייט האט נישט קיין שייכות מיט פילאזאפיע האסטו פארשעמט אסאך ראשונים (רבי סעדיה גאון, רמב"ם, חובות הלבבות). אויסער דעם, די עצם טענה איז גופא א פילאזאפישע טענה...
דו שרייבסט: 'עוואלוציע איז כפירה. היליאצענטעריזם נישט' די סיבה פארוואס דו נעמסט אן אז היליאצענטעריזם איז נישט קיין כפירה איז ווייל עס איז אויפגעוויזן ביסטו גרייט צו טייטשן פסוקים שלא כפשוטן וועגן פיזישע ראיות, אבער עוואלוציע ווערט עס גלייך קלאסיפיצירט אלס כפירה? עס פעלט דא א קריטעריע
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
'אלעס וואס איז טעאריע מיינט אז דאס מוז נישט זיין' מיינט להוציא פון די וואס זאגן "סייענס טוישט זיך יעדן טאג, איין טאג קומט איינשטיין און פרעגט אפ אלעס וואס ס'געווען אנגענומען פארדעם..." וויל איך אייך דזשאסט דערמאנען אז אלעס איז טעאריעס, וואס מיינט, ס'נאכנישט א געזעץ, צולייגן צו עס מיינט נישט אפגעפרעגט"aitch האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 3:35 pm
אויב איך מעג...
דו שרייבסט: 'אלעס וואס איז טעאריע מיינט אז דאס מוז נישט זיין' אין סייענס איז א סייענטיפיק טעאריע א באשטעטיגטע מאדעל! Gravity, Atomic Theory, Germ Theory זענען אלע דיפיינט אלס "טעאריעס". צו זאגן 'אז דאס מוז נישט זיין' איז א לאגישער טעות
דו שרייבסט: 'אידישקייט איז נישט פילאזאפיע, און פילאזאפיע איז נישט אידישקייט' צו זאגן אז אידישקייט האט נישט קיין שייכות מיט פילאזאפיע האסטו פארשעמט אסאך ראשונים (רבי סעדיה גאון, רמב"ם, חובות הלבבות). אויסער דעם, די עצם טענה איז גופא א פילאזאפישע טענה...
דו שרייבסט: 'עוואלוציע איז כפירה. היליאצענטעריזם נישט' די סיבה פארוואס דו נעמסט אן אז היליאצענטעריזם איז נישט קיין כפירה איז ווייל עס איז אויפגעוויזן ביסטו גרייט צו טייטשן פסוקים שלא כפשוטן וועגן פיזישע ראיות, אבער עוואלוציע ווערט עס גלייך קלאסיפיצירט אלס כפירה? עס פעלט דא א קריטעריע
'עוואלוציע איז כפירה. היליאצענטעריזם נישט'. כ'פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט דערקעגן. וויאזוי איז היליאצענטעריזם כפירה למען ה'???
אזוי ווייניג זענען מיר ווערט אלס מענטש? נאר אויב אונז זענען אין די מיטן פון נישט נאר די סאלאר סיסטעם נאר אויך די יוניווערס??
וועלכע פסוקים? האסט פסוקים אז די זון גייט עכט ארום די וועלט?
אדער אזויווי קופערניקעס פלעגט זאגן פאר זיין שטוב "וועק מיר אויף ווען די זון שיינט אויף"...
און אפי' דו טרעפסט יא עפעס מאמרי חז"ל, טראכט אריין; די מאמרים האבן געדארפט מאכן סענס פאר יענע דורות אויך.
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
איך האב דאך בכלל נישט דיך ציטירט...בחינה 25 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 5:58 pm'אלעס וואס איז טעאריע מיינט אז דאס מוז נישט זיין' מיינט להוציא פון די וואס זאגן "סייענס טוישט זיך יעדן טאג, איין טאג קומט איינשטיין און פרעגט אפ אלעס וואס ס'געווען אנגענומען פארדעם..." וויל איך אייך דזשאסט דערמאנען אז אלעס איז טעאריעס, וואס מיינט, ס'נאכנישט א געזעץ, צולייגן צו עס מיינט נישט אפגעפרעגט"aitch האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 3:35 pm
אויב איך מעג...
דו שרייבסט: 'אלעס וואס איז טעאריע מיינט אז דאס מוז נישט זיין' אין סייענס איז א סייענטיפיק טעאריע א באשטעטיגטע מאדעל! Gravity, Atomic Theory, Germ Theory זענען אלע דיפיינט אלס "טעאריעס". צו זאגן 'אז דאס מוז נישט זיין' איז א לאגישער טעות
דו שרייבסט: 'אידישקייט איז נישט פילאזאפיע, און פילאזאפיע איז נישט אידישקייט' צו זאגן אז אידישקייט האט נישט קיין שייכות מיט פילאזאפיע האסטו פארשעמט אסאך ראשונים (רבי סעדיה גאון, רמב"ם, חובות הלבבות). אויסער דעם, די עצם טענה איז גופא א פילאזאפישע טענה...
דו שרייבסט: 'עוואלוציע איז כפירה. היליאצענטעריזם נישט' די סיבה פארוואס דו נעמסט אן אז היליאצענטעריזם איז נישט קיין כפירה איז ווייל עס איז אויפגעוויזן ביסטו גרייט צו טייטשן פסוקים שלא כפשוטן וועגן פיזישע ראיות, אבער עוואלוציע ווערט עס גלייך קלאסיפיצירט אלס כפירה? עס פעלט דא א קריטעריע
'עוואלוציע איז כפירה. היליאצענטעריזם נישט'. כ'פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט דערקעגן. וויאזוי איז היליאצענטעריזם כפירה למען ה'???
אזוי ווייניג זענען מיר ווערט אלס מענטש? נאר אויב אונז זענען אין די מיטן פון נישט נאר די סאלאר סיסטעם נאר אויך די יוניווערס??
וועלכע פסוקים? האסט פסוקים אז די זון גייט עכט ארום די וועלט?
אדער אזויווי קופערניקעס פלעגט זאגן פאר זיין שטוב "וועק מיר אויף ווען די זון שיינט אויף"...
און אפי' דו טרעפסט יא עפעס מאמרי חז"ל, טראכט אריין; די מאמרים האבן געדארפט מאכן סענס פאר יענע דורות אויך.
איך האב געזאגט אז היליאצענטעריזם איז כפירה?
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
האסט געשריבן
האב איך געפרעגט 'וויאזוי וואלט היליאצענטעריזם געדארפט זיין כפירה? אין וואס איז עס כופר?'
און נאך האב איך געפרעגט, 'וועלכע פסוקים זענען געטייטשט שלא כפשוטן וועגן פיזישע ראיות'?
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 12:20 pm מ'וואלט געדארפט צאמשטעלן אים מיט משה שפיצער אויף איין סטעיזש...
אביסל טיפער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 25, 2026 8:25 pm איינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?
דאס איז די זאך, ר' ל.י. איז פיין געלערנט אין די נושא, ער קען גוט די טעאריעס, פאקטן, געזעצן פון אסטראנאמיע.
און אויך וויאזוי מ'איז אנגעקומען צו די קאנקלאזאציעס...
צ.ב.ש. די גוישע ביג בענג קען ער גוט, די צייט פון אינפלעישן, איינשטיינס, דארק מעטטער און דארק ענערגיע, און CMB...
ער קוקט נאר אלעס אן מיט זיינע אינטערסאנטע גלעזער...
(א נאוט פון @משה שפיטצער; מ'וואלט בכלל נישט געדארפט דיסקאסן די אלע ענינים ביי אונז אין פובליק...)
בעיקר, מ'גייט אים גארנישט מחדש זיין ביי א דיבעיט.
די עכטע שאלה וואס מ'קען אים שטעלן איז די "פארוואס".
פארוואס פייטן פאר אזאך וואס מאכט דיך בכלל נישט אויס?
ס'דאך נישט א חלק פון אונזער אמונה צו דארפן גלייבן אזוי, סאו וואס שטופט אים אזוי?
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
- בחינה 25
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 145
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 357
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")
מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")
מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...
יסד ארץ על מכוניה בל תמוט עולם ועד
אף תכון תבל בל תמוט
וזרח השמש ובא השמש ואל מקומו שואף זורח הוא שם