בערי וועבער - מחדש - נייע אלבום

אין דער עולם הנגינה און ארום
אוועיטער
מוזיק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1881
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
Location: אין סטודיא
x 2578
פארבינד זיך:

בערי וועבער - מחדש - נייע אלבום

פאוסט דורך מוזיק »

די בארימטער בעל מנגן בערי וועבער האט געמאלדן אין אן אינטערוויו פארן 'מאמענט' מאגאזין, אז זיין נייע אלבום האלט שוין ביים ענדיגן און וועט אי"ה ארויסקומען אין די קומענדיגע חדשים.

די נייע אלבום איז א צוזאמענארבעט פון עטליכע בארימטע פראדוצירער און קאמפאזערס, אריינגערעכנט דעם באקאנטן פראדוצירער נפתלי משה שניצלער וועלכער האט פראדוצירט בערי'ס ערשטע אלבום "בעזרת השם יתברך" דער בארימטער קאמפאזיטאר הערשי וויינבערגער די פראדוצירער פון זיין לעצטן אלבום "קרבן" דער פראדוצירער אלי לאקס וועלכער שטייט אונטערן פאפולערן אלבום "אגודה אחת" און דער פריש אויפגייענדער פראדוצירער יענקי שטיינמעץ.

ווי בערי זאגט, וועט דער אלבום הייסן 'מחדש' און אלע ניגונים וועלן האבן עפעס צו טון ארום די נאמען.
אוועיטער
מוזיק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1881
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
Location: אין סטודיא
x 2578
פארבינד זיך:

Re: בערי וועבער - מחדש - נייע אלבום

פאוסט דורך מוזיק »

א פרישער שטורעם אין דער "מוזיק וועלט"! נאך מער ווי פיר יאר פון גרויס שפאנונג זייט דעם לעצטן היט-אלבום "קרבן", שטייט די יידישע "מוזיק וועלט" אויף די פיס מיט די פריידיגע בשורה: דער וועלט באקאנטער זינגער און ראש ישיבה בערי וועבער, לייגט די לעצטע שטריכן אויף זיין נײעם, לאנג ערווארטעטן אלבום "מחדש". דער פראיעקט ווערט געפירט ביד רמה דורך די מייסטער-פראדוצירערס יענקי שטיינמעץ, ליפא בראנער מיט נפתלי משה שניצלער (US 3) וועלכע ארבעטן איצט אויף די לעצטע דעטאלן. דער אלבום געפינט זיך שוין אויפן וועג צו די 'מאסטערינג' פאזע, און איז ערווארטעט צו באלייכטן די מוזיק וועלט אין די קומענדיגע צוויי וואכן. גרייט אן די ספיקערס מיט די עיר פאדס – עס קומט עפעס מעכטיג!

קרעדיט: מוזיק וועלט | The Music Velt

שמעון נתן
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 7:47 pm
Location: US

Re: בערי וועבער - מחדש - נייע אלבום

פאוסט דורך שמעון נתן »

איך הער אז עס איז שוין ארויס, איינער קען עס ארויפלייגן?
אוועיטער
מוזיק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1881
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
Location: אין סטודיא
x 2578
פארבינד זיך:

Re: בערי וועבער - מחדש - נייע אלבום

פאוסט דורך מוזיק »

שמעון נתן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 4:46 pm איך הער אז עס איז שוין ארויס, איינער קען עס ארויפלייגן?
די אלבום איז נאכנישט ארויס
שמעון נתן
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 7:47 pm
Location: US

Re: בערי וועבער - מחדש - נייע אלבום

פאוסט דורך שמעון נתן »

ווען קומט עס ארויס?
אוועיטער
מוזיק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1881
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
Location: אין סטודיא
x 2578
פארבינד זיך:

Re: בערי וועבער - מחדש - נייע אלבום

פאוסט דורך מוזיק »

שמעון נתן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 5:15 pm ווען קומט עס ארויס?
אויף פשוט פשט האט ער געזאגט אז נאך פאר ראש השנה
שרייב פאוסט