די בארימטער בעל מנגן בערי וועבער האט געמאלדן אין אן אינטערוויו פארן 'מאמענט' מאגאזין, אז זיין נייע אלבום האלט שוין ביים ענדיגן און וועט אי"ה ארויסקומען אין די קומענדיגע חדשים.
די נייע אלבום איז א צוזאמענארבעט פון עטליכע בארימטע פראדוצירער און קאמפאזערס, אריינגערעכנט דעם באקאנטן פראדוצירער נפתלי משה שניצלער וועלכער האט פראדוצירט בערי'ס ערשטע אלבום "בעזרת השם יתברך" דער בארימטער קאמפאזיטאר הערשי וויינבערגער די פראדוצירער פון זיין לעצטן אלבום "קרבן" דער פראדוצירער אלי לאקס וועלכער שטייט אונטערן פאפולערן אלבום "אגודה אחת" און דער פריש אויפגייענדער פראדוצירער יענקי שטיינמעץ.
ווי בערי זאגט, וועט דער אלבום הייסן 'מחדש' און אלע ניגונים וועלן האבן עפעס צו טון ארום די נאמען.
בערי וועבער - מחדש - נייע אלבום
- מוזיק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1881
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
- Location: אין סטודיא
- x 2578
- פארבינד זיך:
Re: בערי וועבער - מחדש - נייע אלבום
א פרישער שטורעם אין דער "מוזיק וועלט"! נאך מער ווי פיר יאר פון גרויס שפאנונג זייט דעם לעצטן היט-אלבום "קרבן", שטייט די יידישע "מוזיק וועלט" אויף די פיס מיט די פריידיגע בשורה: דער וועלט באקאנטער זינגער און ראש ישיבה בערי וועבער, לייגט די לעצטע שטריכן אויף זיין נײעם, לאנג ערווארטעטן אלבום "מחדש". דער פראיעקט ווערט געפירט ביד רמה דורך די מייסטער-פראדוצירערס יענקי שטיינמעץ, ליפא בראנער מיט נפתלי משה שניצלער (US 3) וועלכע ארבעטן איצט אויף די לעצטע דעטאלן. דער אלבום געפינט זיך שוין אויפן וועג צו די 'מאסטערינג' פאזע, און איז ערווארטעט צו באלייכטן די מוזיק וועלט אין די קומענדיגע צוויי וואכן. גרייט אן די ספיקערס מיט די עיר פאדס – עס קומט עפעס מעכטיג!
קרעדיט: מוזיק וועלט | The Music Velt
קרעדיט: מוזיק וועלט | The Music Velt
Re: בערי וועבער - מחדש - נייע אלבום
איך הער אז עס איז שוין ארויס, איינער קען עס ארויפלייגן?
Re: בערי וועבער - מחדש - נייע אלבום
ווען קומט עס ארויס?