א שרעקליכע מעשה איז פארגעקומען אין אשדוד וואו א ספר תורה איז שווער געשעדיגט געווארן אין די גרוזישע קהילה שול
די מתפּללים האָבן אַנטדעקט די שוידערליכע סצענע ווען זיי זענען אָנגעקומען צום שוהל, זעענדיג וויאַזוי די וואַנדאַלן האָבן אָנגעברענגט שאָדנס, און האָבן אויפגעבראָכן דעם ארון הקודש, און אַראָפּגעווארפן איינס פון די ספרי תורה אויף דער ערד. פּאָליציי זאָגן אַז די גנבים האבן אויך גע'גנב'עט געלט פון די שוהל.
די פאליציי זאגן אז זיי האבן אונטערגענומען א ברייטע אויספארשונג אויף ווער עס איז געשטאנען אונטער דעם שוידערליכן אקט.
(שוידערליך ווי עס קומט אין די זעלבע צייט וואס אין שוועדן האט מען 2 מאל געוואלט פארברענען א ספר תורה, וואס דאן איז ב''ה נישט צושטאנד געקומען - כאטש עס האט נישט קיין שייכות איז עס א ווייטאג)
שוידערליך: ספר תורה פארשוועכט ביי ווילדע איבערפאל אויף גרוזישע קהילה שוהל אין אשדוד
Re: שוידערליך: ספר תורה פארשוועכט ביי ווילדע איבערפאל אויף גרוזישע קהילה שוהל אין אשדוד
אין שוועדן האט מען נישט געוואלט פארברענען קיין ספר תורה, זיי האבן געוואלט פארברענען א תנ''ך