לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2247
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7264

לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך נקודות טובות »

לעצטענס האט @Think and Thank זיך ארויסגעלאזט אויפן יאגד אויסלערנענדיג דעם עולם שרייבן. איין מאל איז ער מעורר איבער עפעס א גראמאטישע טעות, א צווייטע מאל איבער א טעות אין אויסלאגע. ווידער א דריטע מאל איבער א יסוד אין כתיבה, און א פערטן מאל איבער שפראך זעלבסט.

מאן יימר דער וועמען ער ציטירט איז בכלל נייגעריג אין וואס ער זאגט? אדער אפשר גאר ווערט יענער באליידיגט? ווער ווייסט?

@Think and Thank איך זעה דו האסט אסאך ידיעות אין כתיבה וויל איך דיר לאזן וויסן אז סיי ווען דו שפירסט אז דו מוזט קאמענטירן אין די נושא, קענסט עס רואיג טוהן דא, און אויף מיר. איך וואלט עס דוקא יא עפרישיעטעט. איך וואלט באמת הנאה געהאט ווען דו קענסט טרעפן פראבלעמען אין מיין ספעלינג, גראמאטיק, אדער סיי וועלכע נושא אין כתיבה. און מיר פארבעסערן.

איך גיי דיר נישט באצאלן צו זיין מיין פערסאנעל מגיה, איך רעד פארשטייט זיך נאר ווען דו ביסט אין די מאד....
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 6:42 pm וויצע פרעזידענט ווענס פארציילט א בייהיינד די סינס געשיכטע ביי א ערב קראצמעך פארטי.

ער איז געזיצן מיט מארקא רוביאו אינעם אוועל אפיס ביי א וויכטיגע זיצונג, אינאיינעם מיט נאך א פאליטישן וואס ער וויל נישט דערמאנען זיין נאמען. ווען דער פרעזידענט רופט זיך אן; מיר דיסקוסירן יעצט א וויכטיגע נושא, אבער ס'איז דא עפעס וויכטיגער. שוך!
ענקערע שוך זענען אפגעריבן און ענק ברויכן נייע.
דער פרעזידענט איז געלאפן און געברענגט א קאטאלאג און אנגעהויבן פרעגן די אנוועזנדע זייערע שוך סייז, זאגענדיג אז ער וויל זיי קויפן פיר נייע פאר שוך.
רוביא רופט זיך אן, סייז 11.5. איך (ווענס) זאג סייז 13. און יענער דריטער זאגט סייז 7...

די ווייסט אז די שוך סייז זאגט אסאך איבער די פערזענליכקייט פונעם מענטש?! זאגט טראמפ.

און איך וועל נישט בעטן מיין ווייב צו קאמענטירן... פירט ווענס אויס.

לשון יחיד איז שוך, לשון רבים איז שיך.
(און די זעלבע איז מיט פוס/פיס, הונט/הינט, ברודער/ברידער.)
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2355
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4915

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך הדסים »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 1:29 am רביעית שבאם היה איזה דבר מקובל אצל כל ישראל וביניהם צדיקים וקדושים א"א לפסלו במחי יד מפני שאין אנו מבינים איך זה תואם לפסקי הרמב"ם.
'אין זה תואם לפסקי הרמב"ם' קלינגט היינטיג (העברעאיש בלע"ז) כ'קען אבער נישט אויפקומען וואס יא, @Think and Thank דו וואלטסט אנדערש אויסגעשטעלט דעם זאץ אדער איז פארהאן א געהעריגע ווארט דערפאר?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

היות עס הערשט לעצטנס א שרעקליכע עם הארצות אין די ספעציפישע ווארט (כ'מיין נישט דוקא דעם וועם איך ציטיר נאר אין דזשענעראל מישן רוב מענטשן ביי דעם), וועל איך עס אהערשטעלן:
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 10:10 pm הער די רעקארדינג ווי א באקאנטע שטומע קאלט אן א באקאנטע גדול

'שטום' מיט א ו' איז וואס הייסט אין לה"ק אלם, דהיינו איינער וואס קען נישט רעדן. דאס איז די איינציגסטע אופן וואס עס קומט מיט א ו'. אלעס אנדערש (שטימע/שטים עז אין קול, שטימע עז אין וואוט, שטים בענדער, שטימען עז אין וואוטן וכו' וכו') קומט מיט א י'.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 8:19 am
הדסים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 1:29 am רביעית שבאם היה איזה דבר מקובל אצל כל ישראל וביניהם צדיקים וקדושים א"א לפסלו במחי יד מפני שאין אנו מבינים איך זה תואם לפסקי הרמב"ם.
'אין זה תואם לפסקי הרמב"ם' קלינגט היינטיג (העברעאיש בלע"ז) כ'קען אבער נישט אויפקומען וואס יא, @Think and Thank דו וואלטסט אנדערש אויסגעשטעלט דעם זאץ אדער איז פארהאן א געהעריגע ווארט דערפאר?

די וועג וויאזוי דו שרייבסט קלינגט טאקע היינטיג אבער איז לאו דוקא העברעאיש. איך וואלט ווארשיינליך אויסגעשטעלט די זאץ אנדערש אבער ס'שווער אנצואווייזן וויאזוי אן די קאנטעקסט פון ארום און ארום.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

פארשטענדליך אידל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:07 pm שוין געניצט היינט דעם מקוה אין בית המדרש ישראל שלום.

מה אומר ומה אדבר!!

אין איין ווארט, דער נאמען פר די מקוה וואלט ווען געפאסט "גינת קליין" ממש א פראכט! די הערליכע דיזיין מיט די שיינע לעקטערלעך. די געשמאקע לופט, די פראקטישע אויסשטעל!

ר' עקיבא הערש אנטוישט אונז שטענדיג ווען ער קאמפיט זיך אליינס איינמאל און נאכאמאל.

איך קום ארויס פון מקוה, וועמען טרעף איך?! ר' עקיבא הערש!! יא ער דרייט זיך דארט צווישן עולם, ער לערנט דארט און דאוונט דארט!!

נישט צום גלייבן! אשריך!!

אנטוישט מיינט disappoint, נישט סורפרייז.

(כ'וואלט עס נישט געשריבן, אבער כ'האב שוין אמאל געזען א גאנצע שנאר בראשור פון א מוסד וואס איז מסביר פארוואס די מוסד אנטוישט דעם ציבור...)
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:09 pm מיסט קאנע
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:51 pm שניי בליזערד
די ביידע ווערטער זענען מבית היוצר פון זלמן ווידער, וועלכער רעדט אידיש ווי א בעל תשובה. א garbage can איז מיסטקאסטן אין אידיש, נישט מיסט קאנע, און א blizzard מיינט א שניי שטורעם מיט וויזיביליטי אונטער א פערטל מייל און ווינטן פון 35 מפ"ש און העכער, וואס מיינט אז שניי בליזערד איז ווי מים אחרונים וואסער.
שרייב פאוסט