גיי אין קאנטרי

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4654
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6179

גיי אין קאנטרי

פאוסט דורך שמח »

גיי אין קאנטרי

האט זיך דיר אמאל געגליסט
צו וויסן ווער דו ביסט
פונקטליך וואס דו טוסט
וכד’… די גאנצע ליסט
דאַן, דארפסט נישט גיין צו א טעראפיסט
און צאלן אומזיסט
פשוט. גיין אין קאנטרי דו מוזט!
דארט וועסט אויסגעפונען אלס וואס דו ווי(ל)סט
צו דו ביסט א נארסיסיסט
א טעראריסט
א משיחיסט
און אזש דו האסט גאר געלט ממש ווי מיסט…
בקיצור, וועסט געוואוירן ווערן זאכן “וואס דו האסט אליינס נישט געוואוסט”!

גיי אין קאנטרי!!!!


***

וועסט געוואויר ווערן פינקטליך וויאזוי דו הייסט
וועלכע לעוועל דו שטייסט
צו וועלכע רב דו גייסט
וועמענס געלט דו דרייסט
וואו דו בארגסט און וואו דו לייסט
וויפיל מאל דו טרייסט
און וויפיל מאל מ’האט דיך שוין אויסגעלייזט
ווי שנעל דו קייסט
וויפיל עסן דו פארדייסט
און בכלל וויפיל דו פארשטייסט..
דו וועסט געוואויר ווערן מער וויפיל דו אליין ווייסט!!

גיי אין קאנטרי!!!!

***

וועסט געוואויר ווערן, ווער האב דיך ליב און ווער שעלט
וויאזוי דיינע קינדער האבן זיך די יאר פורים פארשטעלט
פונקטליך דיין פאזיציע און דיין פעלד
און וויפיל ארדערס ווערן ביי דיר באשטעלט
צו די האסט געהאט / האסט יעצט / אדער גייסט האבן, געלט
און ווער האט דיין שידוך צאמגעשטעלט
און צו מ’עסט ביי דיר געהעריגע חלה אדער ספעלט
צו דו האסט ליב היץ, אדער ענדערש קעלט
מ’וועט אפילו אראפברענגן דיין שוויגער פון יענע וועלט!!

גיי אין קאנטרי!!!!

***

בקיצור:
גלייכסטו אומפארגינערישע בליקן?
אדער אז מ’רעדט אונטער דיין רוקן?
האסט ליב אז מ’טוט אין דיינע ד אמות אריינקוקן?
האסט ליב יענטישע אויסדרוקן?
אז דיין שלום בית דארף א תיקון
און אז דיינע קינדער זענען מסוכן
און אז עכט וויל מען דיר פארשיקן…
נו, וועט דיך די קאנטרי באמת דערקוויקן.
נאכדערצו אויב האסטע ליב אז דיין באנק אקאונט ווערט דיך טריקן…!

נו… גיי! אין! קאנטרי!!!!


קרעדיט מאטי אילאוויטש
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1696
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2781

Re: גיי אין קאנטרי

פאוסט דורך טיפע טאשן »

אזוי קלאר...
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: גיי אין קאנטרי

פאוסט דורך שוהם »

אן אור אלטע, אויך פון מאטי.


בואו ונחשוב חשבונו
איז זיך מיר א מחשבה'לע בונה

נאך פיר וואכן אין קאנטרי פארבראכן
דארף מען זיך א שטיקל חשבון מאכן

געצאלט אן אפוטיקי א פעטן
פאר א כאטקע מיט דינע בעטן

צושטופטקייט שמוץ חיות וריחות
וואקאציע? רואיגקייט? קיין שום שייכות



נו, אויף וואס געצאלט און אויף וואס פארדינט?
האב איך געמאכט מיין חשבונ'דל אצינד

ס'טאקע טייערער ווי איך האב זיך אויסגעמאלט
אט קוקט אויף וואס איך האב געצאלט


איך האב באצאלט…

א טויזנטער אויסצוגעפונען אז מאשקאוויטש האט קיין שלום בית

א טויזנטער אויסצוגעפונען אז מייעראוויטש האט קרומע דיעות

א טויזנטער אויסצוגעפונען אז מענדלאוויטש'ס שטוב פליט אן קיין אחריות

א טויזנטער אויסצוגעפונען אז בערקאוויטש'נס קינדער זענען חיות

א טויזנטער אויסצוגעפונען אז חיימאוויטש באדט זיך אין מאות

א טויזנטער אויסצוגעפונען אז בערקאוויטש שניידט בארד און פיאות

א טויזנטער אויסצוגעפונען אז דער זיסער מאשקאוויטש איז ביטער ווי א זית

א טויזנטער אויסצוגעפונען אז ביי דאווידאוויטש איז דא נייעס…


א שלעכט געשעפט?
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
שרייב פאוסט