דאס איז דאס..

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 213

דאס איז דאס..

פאוסט דורך ראובי »

דאס איז עס
מיין לעבן איז פארביי
איי געס
איך דארף אנהייבן פון דאסניי

געגעסן שטרוי
ביז יעצט
סאיז אזוי
די געמיט אנגעזעצט

א בית נאמן צובראכן
די מזבח וויינט
אינגאנצן צוקראכן
פילע טרערן היינט

ארויס מיט גארנישט
נקי מכל
דער גרושה מיטן גרוש
געבליבן איז נול

שמערצליכע געוויסן
א לאך און מיין הארץ
אינגאנצן צוביסן
אלעס איז שווארץ

אלע טויערן זענען פארשפארט
א שאלה עס פרעגט זיך
אויף אן ענטפער איך ווארט
פארוואס נאר בכלל לעב איך?
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
ער זאגט עפעס
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:15 am
Location: מאנסי
x 24

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך ער זאגט עפעס »

דאס איז דאס.

די לינקע זייט אויפגעשטאנען
קיינער האט מיך נישט פארשטאנען
ווען וועל איך נאך שיינען

כ'האב אמאל געמיינט די וועלט איך פארשטיי עס
אלע מיינע גלידער הייס
פון מיין נאז טראפט שנירלעך שווייס

מיין הארץ דארף דא ווערן אויסגעשמועסט
מיין חבר האט מיך נישט היינט באגריסט
פארוואס אין זיינע אויגן בין איך פארמיסט

מיין ווייטאג אויסגיסן אויפן פאפיר
איך בעטיך קלאפ אויף מיין טיר
מיין איינזאמקייט האט אויכט א שיעור

א גאנצע אשכול אנסקריבלען
עס קומט ארויף אזויפיל פאראיבלען
מיינע נעווערן עס טוט טימלען
פאר מער אינפארמאציע שיקט א אימעיל arzugtapes@gmail.com
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 213

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך ראובי »

העי די גנב די נעמסט צו מיין אטענטשן..
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3338
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10466

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך פופציגער »

ווי קען מען לייקן אזעכע ווערטער?... יויש...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
ער זאגט עפעס
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:15 am
Location: מאנסי
x 24

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך ער זאגט עפעס »

כ'האב רחמנות געהאט, כ'האב נישט געוואלט ס'זאל גיין צו, אומגעענטפערטע פאוסטס,
אדרבה עפען א עקסטערע אשכול כ'האב נאך פעסער בויך דרייענישן צו אויסגיסן
מ'קען עס רופן די נעגעטיוועטי...
פאר מער אינפארמאציע שיקט א אימעיל arzugtapes@gmail.com
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2785
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8609

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

צובראכן צושאסן
אינגאנצן צודרייט
טרערן פארפלאסן
דער ווייטאג שרייט

א נייער סטעפ
א פרישן טיטל
ארויפגעשלעפט
א גרוש מיט ביטול

אראפגעקוקט
ביי יעדעם כ'שפיר
ביסט פארריקט
מען טראכט אויף מיר

א גרויסע צאל
פערזאנען און לייט
א דורכפאל און פול
ביי יענע זייט

אונטערן רוקן
מיינע חסרונות
בדיוק מען טוט קוקן
בושות בזיונות!!!

(שוין געלייקט לאמיר מאכן א באזונדערע תגובה)
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 213

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך ראובי »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 11:49 pm צובראכן צושאסן
אינגאנצן צודרייט
טרערן פארפלאסן
דער ווייטאג שרייט

א נייער סטעפ
א פרישן טיטל
ארויפגעשלעפט
א גרוש מיט ביטול

אראפגעקוקט
ביי יעדעם כ'שפיר
ביסט פארריקט
מען טראכט אויף מיר

א גרויסע צאל
פערזאנען און לייט
א דורכפאל און פול
ביי יענע זייט

אונטערן רוקן
מיינע חסרונות
בדיוק מען טוט קוקן
בושות בזיונות!!!

פארזעצונג בל"נ באלד
וואף
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2785
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8609

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אבער אצינד
איז געקומען די צייט
זיך נעמען געשווינד
אויפ'ן לעבן מאכן א ריסטארט

מיין זון וועט אויפשיינען
צו אומגלויבליכע סוקסעס
ווי א זית רענן
בליען שטארק און פעסט

זיך ריאריענטירן
מסדר זיין מיינע מחשבות
דאס מערסטע פרובירן
זיך גרייטן צו די הרחבות

עס וועט נישט נעמען שנעל
זיך צוזאמען קלויבן
פעסט זיך געבן א שטעל
טבע טוט עס נישט ערלויבן

די ווייטאג וועט נאך שניידן
אבער כ'בין גרייט דערצו
כ'קען עס נישט פארמיידן
נארמאל אין די וועלט מצוי

אבער אין פאקטישן לעבן
נוצן מיין לאגיק
וואס טו איך שטרעבן
וואס איז פאר מיר פאסיג

באטראכטן מיינע נאטורן
מדות פארשידנארטיג
זיך אויסקלארן
מאכן א סיכום פארטיג

מאכן א סדר היום
שטימט מיט די אומשטענדן
מיטגיין מיטן שטראם
וואו דאס לעבן וועט זיך ווענדן

קובע זיין שיעורים
וואס מיין הארץ ציעט
אן קיינע וויתירים
קיין חילוק הונגעריג אדער מיד

זאגן דעם יום תהלים
פארן באשעפער זיך אויסגיסן
מיט דיין אייגענע שפראך אין מילים
זיך מיט אים אפן אויסשמועסן

אבער אן קיין טענות ותביעות
נאר מיט א ריינע תמימות
לויטער אן קיין צביעות
מיט א הארציגע נעימות

אקעי, כ'בין שוין מיעד די אויגן קלעבן לאמיר מסיים זיין אין קורצן

עס איז ביטער שווער, אבער נישט קיין חסרון אז עס איז שווער, עס איז נארמאל און עס איז נארמאל אז עס ציפט, און עס שניידט, מען איז נישט קיין דורכפאל מיט אזוינע מחשבות

פרובירן זיך מסדר זיין מיט די מחשבות, און זיך דערמאנען און ארויסהייבן יעדע מינוט פון סוקסעס און תענוג, כבוד, און הצלחה וואס מען האט געהאט נאר אין לעבן, און זיך מחזק זיין דערמיט אז איך האב אויך געוויסע פוינטס וואו כ'האב מצליח געווען און עס איז דא וואו די ברכה זאל שורה זיין.

זיך אויסקלארן וואס זענען מיינע האביס, וואס זענען מיינע כשרונות, וואס זענען מיינע אויסוואלן פאר א פרישע לעבן - נישט אז עס גייט זיך אויסשפילן ווי דיין דמיון, דער באשעפער איז סייווי באלעבאס און וועט טון וואס אים שמעקט, אבער לכה"פ פאר דיין רואיגקייט אז זאלסט האבן א בערכ'דיגע בילד אויף דיר, און ווען עס איז דא קלארקייט איז די מצב אסאך אסאך רואיגער בס"ד

אנהייבן א ניי געבוירן לעבן, און אפמאכן "מיימון איז ניטא" איך בין נישט קיין גרוש, איך בין א עוורידזש אינגערמאן גראדע אן א ווייב.

א פעסטע סדר היום, און זעהן זיך צו האלטן ביזי און פארנומען, מאך דיר פעסטע שיעורים מיט מסירות נפש, שיעורים וואס דו שפירסט אז דו קאנעקסט דערמיט - נישט וואס קוקט אויס גוט און באמבאסטיש, - נאר שיעורים וואו דו האסט בעבר און עס מאכט סענס אז דו קענסט שטיין דערמיט.

האלטן אפן די אויגן פאר יעדע געלעגנהייט, נישט מאכן קיין החלטות אומאיבערגעטראכט נאר עס איבערקלערן מיט די מערסטע מאס ישוב הדעת וואס שייך, און איבעררעדן מיט א נאנטער טראסטבארער חבר און / אדער מורה דרך.

האלטן די מח פארנומען מיטן הערן מוזיק, שיעורים, פראיעקטן וכו' אז מען זאל נישט בלייבן סטאק מיט די שווערע געפילן.

אויב מעגליך זיך נישט דרייען אין א פלאץ וואו די מענטשן וועם מען קען נישט פעיסן זענען דארט מצוי.

מאכן אן אנשטעל כאילו ביסט גליקליך און צופרידן, יעצט כרגע איז מען פריי, מארגן האב איך נאכאמאל חתונה און איך בין צוריק נאמאר א בחור... אויסנוצן די געלעגנהייט עד הסוף... שמח בחור... אבער נאר אויף אן אויסגעהאלטענעם ערליכן וועג, די יעצטיגע דורכגאנג זאל דיר נישט אראפשלעפן צו מצבים וואו דו ווילסט נישט.

דער עיקר - כ'זעה עס ביי מיר, דער באשעפער האט דיר צוגעגרייט גוטע צייטן פון וואס דיין מח איז צו פיצי צו משיג זיין... זיי רואיג, ווארט נישט עס זאל פאסירן מארגן, אבער עס גייט פאסירן און אומערווארטעט, אזוי טוט דער באשעפער זייער אפט...

אקעי: געספענדט שוין איבער א דרייפערטל שעה, סארי אויב כ'קום אריין שטומפיג, גוטע נאכט.
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 213

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך ראובי »

Wow wow wow!
Thanks!
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1329

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך יוחנן כהן »

כ'וועל טאקע דא ציטירן וואס איך האב דיר געשריבן אויף 'אידישע וועלט'
יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 10:46 pm 💔💔💔

מיט דיר
איך שפיר
מיט

געליגן
געשפיגן
בלוט


די צייטן
זיך בייטן
עס וועט

פון קלעמען
ארויס נעמען
ער וועט


געדעכטן
אויפרעכטן
שנעל

זיס
אויפן פיס
שטעל

ערענסט גערעדט, איך ליין איבער דיינע ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל.

דו מאכסט מיר וויינען ביז טרערן נאך וואס איך האב עס אויך לעצטענס מיטגעהאלטן מיט א נאנטן חבר.

זאל הקב''ה אויפרעכטן דיר מיט אלע אידן.

יוחנן
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 213

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך ראובי »

יוחנן כהן האט געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2025 5:01 am כ'וועל טאקע דא ציטירן וואס איך האב דיר געשריבן אויף 'אידישע וועלט'
יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 10:46 pm 💔💔💔

מיט דיר
איך שפיר
מיט

געליגן
געשפיגן
בלוט


די צייטן
זיך בייטן
עס וועט

פון קלעמען
ארויס נעמען
ער וועט


געדעכטן
אויפרעכטן
שנעל

זיס
אויפן פיס
שטעל

ערענסט גערעדט, איך ליין איבער דיינע ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל.

דו מאכסט מיר וויינען ביז טרערן נאך וואס איך האב עס אויך לעצטענס מיטגעהאלטן מיט א נאנטן חבר.

זאל הקב''ה אויפרעכטן דיר מיט אלע אידן.

יוחנן
Thanks for your support it means a lot to me
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4647
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6157

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך שמח »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2025 12:27 am ...

אקעי: געספענדט שוין איבער א דרייפערטל שעה, סארי אויב כ'קום אריין שטומפיג, גוטע נאכט.
WOW

דער קומט מיט זכותים צום יום הדין, א דרייפערטל שעה אוועקגעגעבן צו העלפן און מחזק זיין א איד!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: דאס איז דאס..

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@להגדיל, wow, פשוט wow.

שטומפיג?! האר-שארף לייק נעווער בעפאר!
שרייב פאוסט