מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים שבת במדבר תשפ"ו

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 211
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 210

מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים שבת במדבר תשפ"ו

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

בונים ביחד, נודרים ונודבים ביחד, נוסעים ביחד


אין א היסטארישער ווענדפונקט בממלכת סאטמאר, איז כ"ק מרן רבינו שליט"א נעכטן געווען אין קרית יואל, וואו דער רבי צוזאמען מיט ראשי קהלתינו פון קרית יואל האבן אונטערגעשריבן שטרות מיט חשובע נגידים ונדיבים בעם, וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט מיט הערליכע נתינות אפצוקויפן זכותים נצחיים און פרישע קהלה פראיעקטן, און אינעם גולת הכותרת בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, וואס איז קוים א יאר צוריק פארטאפלט און פארשענערט געווארן לשם ולתפארת, אין בעפארברייטונג צו די גרויסארטיגע בעפארשטייענדע נסיעה הרוממה אויף די מקומות הקדושים אין אייראפע אינאיינעם מיט הונדערטער נדיבים ונגידים, וואס ווערט געפלאנט קומענדיגן חודש חשון הבעל"ט.

פאלגט נאך ווייטערדיגע פרטים!
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 236
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 419

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך קרישקע »

לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2025 12:11 pm בונים ביחד, נודרים ונודבים ביחד, נוסעים ביחד


אין א היסטארישער ווענדפונקט בממלכת סאטמאר, איז כ"ק מרן רבינו שליט"א נעכטן געווען אין קרית יואל, וואו דער רבי צוזאמען מיט ראשי קהלתינו פון קרית יואל האבן אונטערגעשריבן שטרות מיט חשובע נגידים ונדיבים בעם, וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט מיט הערליכע נתינות אפצוקויפן זכותים נצחיים און פרישע קהלה פראיעקטן, און אינעם גולת הכותרת בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, וואס איז קוים א יאר צוריק פארטאפלט און פארשענערט געווארן לשם ולתפארת, אין בעפארברייטונג צו די גרויסארטיגע בעפארשטייענדע נסיעה הרוממה אויף די מקומות הקדושים אין אייראפע אינאיינעם מיט הונדערטער נדיבים ונגידים, וואס ווערט געפלאנט קומענדיגן חודש חשון הבעל"ט.

פאלגט נאך ווייטערדיגע פרטים!
דאס איז פאר די נייע ביהמ"ד אויף פארעסט?
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1779
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2983

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך נפתלי »

קרישקע האט געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2025 12:31 pm
לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2025 12:11 pm בונים ביחד, נודרים ונודבים ביחד, נוסעים ביחד


אין א היסטארישער ווענדפונקט בממלכת סאטמאר, איז כ"ק מרן רבינו שליט"א נעכטן געווען אין קרית יואל, וואו דער רבי צוזאמען מיט ראשי קהלתינו פון קרית יואל האבן אונטערגעשריבן שטרות מיט חשובע נגידים ונדיבים בעם, וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט מיט הערליכע נתינות אפצוקויפן זכותים נצחיים און פרישע קהלה פראיעקטן, און אינעם גולת הכותרת בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, וואס איז קוים א יאר צוריק פארטאפלט און פארשענערט געווארן לשם ולתפארת, אין בעפארברייטונג צו די גרויסארטיגע בעפארשטייענדע נסיעה הרוממה אויף די מקומות הקדושים אין אייראפע אינאיינעם מיט הונדערטער נדיבים ונגידים, וואס ווערט געפלאנט קומענדיגן חודש חשון הבעל"ט.

פאלגט נאך ווייטערדיגע פרטים!
דאס איז פאר די נייע ביהמ"ד אויף פארעסט?
ניין, פאר אלטע חובות
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 211
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 210

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

JDN

תלמידי וחסידי סאטמאר נעמען אויף מיט איבערראשונג אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט צום ערשטן מאל אונטערנעמען א געהויבענע מסע הקודש צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, אינאיינעם מיט א קבוצה נכבדה נגידים ותומכים וואס שליסן זיך אן מיט פאנטאסטישע סכומים למען החזקת קהילות ומוסדות סאטמאר.

די מסע הקודש איז געווידמעט פאר די נדיבי לב, וואס געבן אצינד א האלבע מיליאן דאללער צו פינאנצירן דעם מאסיוון פראיעקט מיט די נייע בית המדרש הגדול והחדש דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל, די נייע פראכטפולע געביידע בנין אליהו וואס איז לעצטנס באנייעט געווארן, און ווערט כסדר צוגעבויעט מיט פרישע איינריכטונגען לטובת די טויזענטער מתפללי בית המדרש וחברי הקהילה.

די געהויבענע מסע הקודש וועט פארקומען קומענדיגן חודש חשון הבעל"ט, אין די וואכן פון פרשת לך לך אדער וירא, צווישן עטליכע פרייליכע שמחות במעון הקודש פונעם רבי'ן שליט"א. אין שפיץ פון די געהויבענע נסיעה וועט דער רבי שליט"א פראווענען א היסטארישע שבת מיט די חשובע נדיבים על שולחן המלך, און קיין קלארע באשטעטיגונג וואו די שבת וועט פארקומען איז נאכנישט קלאר.

נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען די ערשטע מסיבה אין קרית יואל, וואו די ערשטע קבוצה נכבדי העדה נדיבי לב האבן אונטערגעשריבן שטרות מיטן רבי'ן צו מנדב זיין די פאנטאסטישע סומע פון א האלבע מיליאן דאללער, און דערמיט זיין א שותף לדבר מצוה צו קענען מיטהאלטן די היסטארישע מסע הקודש.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1284

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2025-07-02 092420.png
Screenshot 2025-07-02 092420.png (384.98 KiB) געזען געווארן 3138 מאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2960
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6948

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 9:36 am Screenshot 2025-07-02 092420.png
די ציל איז צו דעקן די חובות פון די 5 גארפילד בנין אדער צו בויען די פארעסט פלאן?
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1284

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך תורה ויראה »

די נעכטיגע חתימת שטרות איז געווען פאר בנין החדש 5 גארפיעלד, און לפי ידיעתי איז דאס די עיקר ציהל פונעם נסיעה צו פארקויפן אלע איבערגעבליבענע זכותים פונעם עקזיסטירנדע ביהמ"ד הגדול צו דעקן אלע חובות, און אויך פאר נאך פראיעקטן פון אנדערע פרישע בתי מדרשים אין קרית יואל, אבער מעגליך אז למעשה וועט זיך רוקן זאכן אויך לטובת בית מדרש החדש שטח האדיר פארעסט ראוד. (כאטש וואס קיינער האט נישט קיין אנונג איבער דעם צו ס'איז אין פלאן צו בויען בקרוב, נאך וואס לע"ע נאכן בויען דאס יעצטיגע בנין הגדול אויף 5 גארפיעלד מיט 6 שטיבלעך און א לופטיגע הויכע היכל ביהמ"ד זעה איך נישט פארוואס ס'פעלט אויס לע"ע די נייע פארעסט שוהל)
עכ"פ קיינער פרעגט מיך נישט, און ווילאנג איך האלט נישט ביים ארבעטן אין קהל בלייב איך שטיל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3118
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12565

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך בודקע »

תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 2:47 pm די נעכטיגע חתימת שטרות איז געווען פאר בנין החדש 5 גארפיעלד, און לפי ידיעתי איז דאס די עיקר ציהל פונעם נסיעה צו פארקויפן אלע איבערגעבליבענע זכותים פונעם עקזיסטירנדע ביהמ"ד הגדול צו דעקן אלע חובות, און אויך פאר נאך פראיעקטן פון אנדערע פרישע בתי מדרשים אין קרית יואל, אבער מעגליך אז למעשה וועט זיך רוקן זאכן אויך לטובת בית מדרש החדש שטח האדיר פארעסט ראוד. (כאטש וואס קיינער האט נישט קיין אנונג איבער דעם צו ס'איז אין פלאן צו בויען בקרוב, נאך וואס לע"ע נאכן בויען דאס יעצטיגע בנין הגדול אויף 5 גארפיעלד מיט 6 שטיבלעך און א לופטיגע הויכע היכל ביהמ"ד זעה איך נישט פארוואס ס'פעלט אויס לע"ע די נייע פארעסט שוהל)
עכ"פ קיינער פרעגט מיך נישט, און ווילאנג איך האלט נישט ביים ארבעטן אין קהל בלייב איך שטיל
גערעכט לענ"ד וועט סתם זיין בל תשחית צו בויען יעצט א נייעם ביהמ"ד אין די צייט וואס די יעצטיגע ביהמ"ד איז גענוג צו סערווירן די געברויכן
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2277
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2950

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך שבת קודש »

ווי איז די פלאן צו זיין שבת?
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1284

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך תורה ויראה »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 3:10 pm
תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 2:47 pm די נעכטיגע חתימת שטרות איז געווען פאר בנין החדש 5 גארפיעלד, און לפי ידיעתי איז דאס די עיקר ציהל פונעם נסיעה צו פארקויפן אלע איבערגעבליבענע זכותים פונעם עקזיסטירנדע ביהמ"ד הגדול צו דעקן אלע חובות, און אויך פאר נאך פראיעקטן פון אנדערע פרישע בתי מדרשים אין קרית יואל, אבער מעגליך אז למעשה וועט זיך רוקן זאכן אויך לטובת בית מדרש החדש שטח האדיר פארעסט ראוד. (כאטש וואס קיינער האט נישט קיין אנונג איבער דעם צו ס'איז אין פלאן צו בויען בקרוב, נאך וואס לע"ע נאכן בויען דאס יעצטיגע בנין הגדול אויף 5 גארפיעלד מיט 6 שטיבלעך און א לופטיגע הויכע היכל ביהמ"ד זעה איך נישט פארוואס ס'פעלט אויס לע"ע די נייע פארעסט שוהל)
עכ"פ קיינער פרעגט מיך נישט, און ווילאנג איך האלט נישט ביים ארבעטן אין קהל בלייב איך שטיל
גערעכט לענ"ד וועט סתם זיין בל תשחית צו בויען יעצט א נייעם ביהמ"ד אין די צייט וואס די יעצטיגע ביהמ"ד איז גענוג צו סערווירן די געברויכן
און אין די צייט וואס ס'איז סאך וויכטיגער צו בויען נאך געגענט שוהלן ווי עיקערס ענקלעיוו און עיקערס פוינט און שכונת ויוא"מ
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1284

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך תורה ויראה »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 3:10 pm ווי איז די פלאן צו זיין שבת?
נאכנישט באשטעטיגט
גמח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:23 am
x 293

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך גמח »

למעשה ווען פארט רבינו שליט''א ארויס ? אויף ווי לאנג? ווי וועט רבינו שליט''א זיין אויף שבת?
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 946
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2574

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך נאו לעיבל »

יוסף יוזפא לאנדא שרייבט אין דער איד אז די נסיעה איז אפגעשטיפט אויף שבט.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1284

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך תורה ויראה »

גמח האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:12 am למעשה ווען פארט רבינו שליט''א ארויס ? אויף ווי לאנג? ווי וועט רבינו שליט''א זיין אויף שבת?
שבת פ' בא, ו' שבט, הונדערסטע יארצייט פונעם עצי חיים
גמח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:23 am
x 293

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך גמח »

תורה ויראה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 12:50 pm
גמח האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:12 am למעשה ווען פארט רבינו שליט''א ארויס ? אויף ווי לאנג? ווי וועט רבינו שליט''א זיין אויף שבת?
שבת פ' בא, ו' שבט, הונדערסטע יארצייט פונעם עצי חיים
ווי וועט פארקומען די דערהויבענע שבת? אין קראקא אזוי ווי די ערשטע פלאן?
אוועיטער
צמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:11 pm
x 117

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך צמח »

גמח האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 3:00 pm
תורה ויראה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 12:50 pm
גמח האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:12 am למעשה ווען פארט רבינו שליט''א ארויס ? אויף ווי לאנג? ווי וועט רבינו שליט''א זיין אויף שבת?
שבת פ' בא, ו' שבט, הונדערסטע יארצייט פונעם עצי חיים
ווי וועט פארקומען די דערהויבענע שבת? אין קראקא אזוי ווי די ערשטע פלאן?
יעצט אפשר וועט עס זיין אין סיגוט שבת פאלט דאך אויס די יארצייט
איך גיי גרין
שור שנגח
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:28 am
x 38

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך שור שנגח »

איך מיין אז ער שרייבט דארט אז מגייט זיין אין סיגוט אין 3 טעג, סא לכאורה וועט מען נישט דארט זיין שבת , די יארצייט איז שבת
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1284

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך תורה ויראה »

שור שנגח האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:41 am איך מיין אז ער שרייבט דארט אז מגייט זיין אין סיגוט אין 3 טעג, סא לכאורה וועט מען נישט דארט זיין שבת , די יארצייט איז שבת
כ'מיין אז זיי אליין ווייסן נאכנישט
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 409

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך שטאטסמאן »

עפעס הער איך אז למעשה גייט די נסיעה נישט זיין ווינטער
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 6335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 51550

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שטאטסמאן האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 5:24 pm עפעס הער איך אז למעשה גייט די נסיעה נישט זיין ווינטער
אויף וואס ווארט מען?
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 409

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים חשון תשפ"ו

פאוסט דורך שטאטסמאן »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 5:53 pm
שטאטסמאן האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 5:24 pm עפעס הער איך אז למעשה גייט די נסיעה נישט זיין ווינטער
אויף וואס ווארט מען?
ווי איך פארשטיי ''געלט'', [כאטש וואס כ'האב נישט געהערט כ'האב נאר געהערט אז ווי ס'קוקט אויס לע''ע וועט עס נישט זיין ווינטער]
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 409

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים אייר סיוןתשפ"ו

פאוסט דורך שטאטסמאן »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (84.04 KiB) געזען געווארן 516 מאל
2411927.jpeg
2411927.jpeg (143.63 KiB) געזען געווארן 516 מאל
1001429653.jpeg
1001429653.jpeg (425.17 KiB) געזען געווארן 516 מאל
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 409

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים אייר סיון תשפ"ו

פאוסט דורך שטאטסמאן »

0407c7ff-3b03-48f4-8160-f1229eb9528f.jpeg
0407c7ff-3b03-48f4-8160-f1229eb9528f.jpeg (141.63 KiB) געזען געווארן 515 מאל
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 409

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים שבת במדבר תשפ"ו

פאוסט דורך שטאטסמאן »

מַלְאֲכֵי רַחֲמִים מְשָׁרְתֵי עֶלְיוֹן, חַלּוּ נָא פְנֵי קֵל בְּמֵיטַב הִגָּיוֹן:
כיסופין ביי נדיבי סאטמאר מיטצוליבן הייליגער מעמד ״בזכות אבותי ורבותי״ אין סיגוט׳ס ״שוהל-הויף״, מקום שהתפּללו הקדושים כמלאכים, בעפאָר׳ן אַרויפגיין צום ציון הק׳

****

קָהּ זְכוּת אָבוֹת יָגֵן עָלֵינוּ, לְנַצֵּחַ עַל מְלֶאכֶת בֵּית ה׳:
נכדם וממשיך דרכם בקודש כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א וועט משמיע זיין דברי התעוררות טרם עלי׳ לציון הקדוש לפעול רחמים וחסדים עלינו ועל דורותינו

בזמן מסוגל ער״ח סיון מוקדם ה׳ פ׳ במדבר תשפ״ו לפ״ק
בִּגְלַל אָבוֹת תּוֹשִׁיעַ בָּנִים וְתָבִיא גְּאֻלָּה לִבְנֵי בְנֵיהֶם

****

עַל כֵּן עֲנֵנוּ ה׳ עֲנֵנוּ בַּעֲבוּר הָאָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים
וּבִגְלָלָם תּוֹשִׁיעַ בָּנִים לִהְיוֹת הָעֲנָפִים דּוֹמִים לְשָׁרְשָׁם:
תפלה הנוראה פון הייליגן של”ה בראשות כ״ק מרן רבינו שליט״א במקום קודש הקדשים ציון המצויינת פון רבינו משה איש האלקים בעל ישמח משה זי״ע

הונדערטער סאַטמאַרער נגידים הנוסעים בדרך המלך עם רבינו וועלן זיך אויסגיסן דאָס האַרץ במקום ובזמן קיבול תפלות!

ביום המסוגל ערב ראש חודש סיון (מוקדם)

*

הֱיֵה עִם פִּיפִיּוֹת שְׁלוּחֵי עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל, הָעוֹמְדִים לְבַקֵּשׁ תְּפִלָּה וְתַחֲנוּנִים מִלְּפָנֶיךָ עַל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל:
צענדליגער טויזנטער איבער דער וועלט וועלן מיטהאַלטן לעבעדיג טעלעפאָניש און מיטזאָגן אינאיינעם בתפלת צדיק די הייליגע תפלה למען דורותינו

עַיִן נוֹשְׂאִים לְךָ לַשָּׁמַיִם לֵב שׁוֹפְכִים נָכְחֲךָ כַּמַּיִם, וְאַתָּה תִּשְׁמַע מִן הַשָּׁמַיִם!
דאָנערשטאָג במדבר ערב ר״ח סיון מוקדם בשעה 7:00 - 1:00 מיטאָג ניו יאָרק זייגער

וועט זיין לייוו-הוקאַפּ נומערן אין אלע שטעט אומעטום
וואו מ׳וועט קענען מיטהאַלטן און מיטזאָגן מיט׳ן גרויסן שליח ציבור די הייליגע תפלה על בנינו ועל דורותינו ולפעול דבר ישועה ורחמים אין דעם הייליגן מסוגל׳דיגן טאָג

****

וְעַתָּה "בּוֹנִים" שִׁירוּ לַמֶּלֶךְ!
חזן ומשורר לבית סאטמאר, הרה״ח ר׳ יששכר גוטמאן הי״ו, ראש המנגנים, וועט בקולו הנעים והאדיר אָנפירן מיט די שירה וזמרה במשך שבת קודש והמאורעות הנשגבות במסע הקודש
אינאיינעם מיט די משוררים וועלכע וועלן מהנה זיין בשירם ובזמרם במשך השבת קודש, די געהויבענע טישן, הכנסת ספר תורה, און במוצאי יום גילה ביים פּרעכטיגן באַנקעט עיר מלוכה!

****

ועד הנסיעה פארעפנטליכט וויכטיגע רייזע נאָטיץ פאַר אַלע בוני המלוכה איבער די וויכטיגקייט פון ״טראַוועל אינשורענס״

היות דורכאויס די געהויבענע ימי הנסיעה וועט מען אי״ה אפּשטייגן אין דריי לענדער, ״רומעניע״, ״אונגאַרן״, ״פּוילן״, דעריבער טוט די ועד הנסיעה קלאָרשטעלן אַז עס איז זייער ראַטזאַם און וויכטיג זיך צו פארזארגן מיט ״טראוועל אינשורענס״!

וואס דעקט סיי מעדיקל הוצאות אויב זאָל חלילה אונטערקומען און נאך פאַרשידענע פאַרגיטונגען אין פאַל מ׳גייט דורך סיי וועלכע אומגעוואונטשענע פּאַסירונג, עס קאָסט אַ שיבוש, ממש פּרוטות, אָבער אין פאַל פון סיי וואס פּאסירט ח״ו, קען עס אפּראטעווען צענדליגער טויזנטער דאלארן אומזיסט אידיש געלט

****

במוצאי יום גילה, חזק ימלא משאלותינו, אמיץ יעשה בקשתינו:
פּרעכטיגער מלכות׳דיגער באַנקעט ״עיר מלוכה״, במוצאי יום גילה, מיט מאַיעסטעטישער סעודה לכבודה של תורה, אין האָטעל אין קראָקאָ וועט ארויסהייבן טיפהארציגער ״הכרת הטוב״ פאר ״בוני מלוכה״

ראשי ק״ק קרית יואל וועלן פאָרשטעלן גאָלדענע וויזיע פאַר ווייטערדיגע בליה און וואוקס פון הייליגער קהלה!

*

ובזאת יבוא אהר״ן:
וועלט-בארימטער פּה מפּיק מרגליות ומקברניטי יהדות אייראָפּע, הגאון הגדול גאב״ד אנטווערפּען שליט״א, וועט משמיע זיין צענטראַלער דרשה פונעם מעמד ההוד

*

אהר״ן להגיד:
הרה״ח ר׳ אהרן הערש פריינד הי״ו, יו״ר ועד הפּועל פון מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, וועט אַדרעסירן נדיבי בית סאטמאר מיט מייסטערהאַפטיגער אויפטריט

****
שתוליכנו לשלום:
אלפי צאן קדשים תלמידי מוסדותינו הק׳ וועלן זאָגן יעדן טאָג במשך די ימי הנסיעה ספּעציעלע קאַפּיטלעך תהלים למען הצלחת המסע כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

רבבות אנ״ש סאטמאר בכל מקומות מושבותיהם וועלן באַגלייטן מסע הקודש בתפלה ובתחנונים:
הי׳ נא מצליח את דרכו של רבינו שליט״א והעם אשר אתו נדיבים ובונים ומקימים, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, וה׳ ישמור צאתו ובואו מעתה ועד עולם!

הנה ימי מלוכה באים! סאטמאר׳ס נגידים גרייטן זיך מיטצולעבן היסטאָריע, אשר מלפניו לא הי׳!
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 409

Re: מסע הקודש בוני המלוכה פון אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) אויף מקומות הקדושים במדבר תשפ"ו

פאוסט דורך שטאטסמאן »

ביטע טוישן דאטום אויף די קעפל
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
שרייב פאוסט