למה נגרע, פארוואס?

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1342

למה נגרע, פארוואס?

פאוסט דורך יוחנן כהן »

(מצרים ב' אלפים תמ''ט)
(שמות יב' א') 


טעג לאנגע מען גרייט זיך
מצרים איבער דריידט זיך

ויקחו להם איש שה לבית
ברענגען א קרבן איך הייס

טראגן ס'שעפעלע אין גאס
מצריים שוימען פאר כעס

מ'גייט זייער געטשיק נעמען
עס מקריב זיין פאר השם'ן

טעג ביפאר, בעשר לחודש
געוועהן יענעם שבת קודש

שעפעלע בינדען צום בעט
ח''ו א מום באקומען זי וועט

ושחטו אותו! א נקמה בגוים
כל קהל ישראל בין הערבים

מקריב זיין די ערשטע מאל
קרבן פסח וועט כלל ישראל

די שמחה שפירן די לופטן
דאנקען, אויף יציאת עגיפטן.

* * *

(מדבר סיני ב' אלפים ת''נ) 
(במדבר ט' ד') 

בשנה השנית צום צווייטן יאר 
מקריב זיין, שמחה איז ביז גאר

ביים קרבן פסח אין מדבר סיני
התחדשות געוועהן ממש ווי-ניי 

דאנקען פאר גאט מען גיבט
אונזערע הייזער איבערגעהיפט

* * *

(במדבר ט' ו') 

ויהי אנשים אשר היו טמאים
אויפן וועג ארויס פון מצרים

ולא יכלו לעשות, ביום ההוא
צו משה רבינו זיי קומען צו

שרייען פאר משה למה נגרע
מקריב זיין ס'פסח דאס יארע

הקב''ה זעהט, און טוט זאגן
אידן, הערט אויף קלאגן!

קובע זיין דעם טאג ט''ו אייר 
א טאג ספעציעל פאר דיר!

ווייל למה נגרע געטוהן שרייען
אויסגע'פועל'ט א יו''ט א נייען!

* * *

(ארצות הברית ה' אלפים תשפ''ה) 

בני תורה הארעווען, לערנען
די חידושים טוען זיך מערנ'ען

דיין חבר'ס ביזנעס סוקסעספול
ביי דיר אלעס אזוי סטרעספול

די בחור ביים דאווענען אן עבודה
ער שפרינגט ביי מזמור לתודה

יענעמס שלום בית שיין שטומט
ביי מיר אלעס פארקרומט.


הייב אויף דיין הענט, טאטע שריי!
איך וויל אויך געלונגען זיין ווי זיי!

למה נגרע אנדערש פארוואס? 
ווי די בחור. בן תורה. בעלאבאס.

די עצה טוה און אויספרוביר-עס
זעה דיין לעבן איז משנה צורות!

אויב למה נגרע וועסטו שרייען, 
די וועלט פאר דיר איבער דרייען!
אוועיטער
never say never
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 682
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
x 1212

Re: למה נגרע, פארוואס?

פאוסט דורך never say never »

זייער אונטרעסאנט.
האט איר אדער איינער פון אייער משפחה מעדיקעיד?
איר קענט באקומען נאכטמאל, גראסערי ארדערס, אינגאנצן אומזיסט וואו אויך קענט איר באקומען אלע סארט קיטשען אפלייענסעס אינגאנצן אומזיסט.
צו הערן אויב איר זענט עלעזשיבל קענט איר רופן אדער טעקסטן צו 718-819-1059
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3700
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12500

Re: למה נגרע, פארוואס?

פאוסט דורך פופציגער »

זע איך דא אז כהאב פארפאסט אסאך פון @יוחנן כהן

דער זאגט גוט
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
שרייב פאוסט