הייסע קוילן ווערד מער ווי גאלד!

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1331

הייסע קוילן ווערד מער ווי גאלד!

פאוסט דורך יוחנן כהן »

משה רבינו ביי פרעה אלץ קליין קינד
גאלד מיט קוילן מען ברענגט געשווינד

נייגט די הענט, וויל די גאלד נעמען
קומט א מלאך און מאכט פראבלעמען

געריקט זיין הענט כאפן די קויל
משה די הייסע הענט לייגט אין מויל

פון דעם נאר גוטס ארויס געקומען
משה רבינו בלייבן לעבן באשטימען

---

צומאל שפירסט אפגעבריט צוקראכט
פארוואס האט הקב''ה אזוי געמאכט

די וואלסט אסאך ענדערש געוואלט
האבן פון די ווערדפולע ריינע גאלד.

נעם אין באטראכט די חסד השם
אז פון די קוילן האסט געגעבן א נעם

דו זעהסט טאקע נישט יעצט די טובה
ער זעהט אבער דער היה יהיה והוה

פארווייטאגט כ'וואלט נישט געראטן
צומאל האבן די גאלד טוט שאטן

ס'קען זיין אז יעצט ווייסטו נישט פארוואס
אבער געדענק! מאתו לא תצא הרעות!!

#וארא
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2271
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7258

Re: הייסע קוילן ווערד מער ווי גאלד!

פאוסט דורך בודקע »

גאר שטארק!! @יוחנן כהן , ווי אייביג מיט דיין הערליכן פעדער, מיט א שטארקע מעסעדזש!!
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
שרייב פאוסט