מיין ליבשאפט צו דיר, שניי ~ געפילן

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1204

מיין ליבשאפט צו דיר, שניי ~ געפילן

פאוסט דורך יוחנן כהן »

image.png
image.png (390.09 KiB) געזען געווארן 255 מאל
איך ליב דיר שניי ווען דו פאלסט, דו פליסט אראפ מיט א שנעלן קראפט שטיקל ביי שטיקל. דו געפינסט דיין רוה ארט אויף דער ערד אדער אויף די גרעזעלעך, אפפס איינס איז יעצט ארויף אויף מיין נאז.

איך האב ליב די הימל קאליר, און די שיינע פאנאראמע וואס איך זעה. איך וויקל זיך אין מיין שאל איין, און איך שפאן ארויס אונטער די שניי געפאל. ס'איז הערליך. ס'איז איידל. ס'איז ריין און שיין. מיין ליבשאפט צו דיר שניי ברעקלע איז שטארק און איך וויל דינען גאט אונטער דיינע פליגלען. איך וויל גיין מאכן התבודדות און זיך אויסשמועסן מיט מיין באשאפער אונטער דיר. פאל ווייטער שטיל און איידל ווייל דאס איז שיין און ליבליך.

ווי שיין איז דו אחדות וואס דו שניי ברעקלע האסט מיט דיינע חבר'טעס. ווען דו פאלסט ביסטו אנדערש ווי יעדן, נישטא קיינע ברעקל וואס ענדעלט צום צווייטן. די ביסט אין אן אנדערע פארעם ווי זיי, און דאך ווען עטס קומטס זיך צוזאם אויף דער ערד זענען ענק פארבינדן ווי די בעסטע שכינים.

אוי ווי שיין ביסטו שניי ווען דו פאלסט!

אבער שניי מיין ליבלינג. נאכן פאלן דארפסטו וויסן אז דער וועלט איז נישט געענדיגט. דו וועסט נאך שטיין דא אפאר טאג און דערנאך זיך צולאזן, דו וועסט פליען מיטן וואלקן שטרוים צוריק ארויף צום הימל און דערנאך וועסטו ווידער פאלן. שיין און ציכטיג.

ווי ביטער איז אבער אויב נאכן פאלן וועסטו זיך פארשמיציגן און מיט יואוש טראכטן 'איך בין דאך שוין סייווי אין דער ערד, נו וואזשע וועט שוין ווערן פון מיר' חס ושלום אזוי צו טראכטן מיין זיסקייט. דו האסט נאך אסאך שאנסן אין דיין קאריער. הייב זיך אויף און לאז זיך נישט שמוציג מאכן. דו האסט נאך אסאך צוגעגעבן צום שיינעם וועלט פון גאט ברוך הוא.


הנמשל מובן מאליו...

עי איי בילד דורך @never say never
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 407

Re: מיין ליבשאפט צו דיר, שניי ~ געפילן

פאוסט דורך בודקע »

👍👍👍
א טיף געפיליש פעדער!
מיט א שטארקע נקודה למחשבה!!
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
שרייב פאוסט