לאקאלע שמשים, הערטס אויף צו וויינען!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1204

לאקאלע שמשים, הערטס אויף צו וויינען!

פאוסט דורך יוחנן כהן »

צו דיר מיין טייערע שמש.

וואס איך גיי דא דיר יעצט שרייבן איז א זאך וואס ליגט מיר אויפן הארץ און באדערט מיר שוין גאר א לאנגע צייט. אבער איך האב זיך אלעמאל צוריק געהאלטן פון זאגן. פשוט צוליב'ן סיבה ווייל איך האב געהאלטן אז עס וועט סייווי נישט העלפן.

אבער דאס מאל האב איך אפגעמאכט אז איך מיז דיר די בריוו שרייבן, צוליב גאר א וויכטיגע טעמע וואס קומט יעצט ארויף ביים היימישן עולם, און דו האסט א חלק דערין. ווי איך וועל שוין שפעטער שרייבן.

איך האב שוין אסאך מאל פרובירט, אבער מ'קען צו דיר נישט רעדן. ווען מ'רעדט צו דיר ביסטו ווי א דומם וואס שטייט און קלאצט, און געבסט נישט קיין שום עקסטערע אויפמערקזאמקייט צו דער וואס רעדט צו דיר.

שוין יארן וואס איך לייד זיך צאם פון אט די פראבלעם וואס דו מאכסט מיר,
איך האב שוין אסאך פרובירט שטרענג דיר צו נעמען אין היינט אריין, אבער יעדע מאל עקסטער האב איך זיך פון דיר ווי פון פריש אפגעבריט.

און שול ווען דו ביסט אין שמש שטיבל, קוקט דיר טאקע יעדער אן מיט ריספעקט און כבוד אז דו ביסט אזוי גרויס און שטארק. דו לאזט זיך קאסטן מיט דיינע גרויסע פרייזן. אזוי אויך ווען דו ביסט צווישן דיינע חבירים, שטייסטו מיט א שטאלצקייט אין דער הייעך, דו האלסט זיך ביי דיינס ווי כאילו עס איז בכלל נישט דא נאך א זייט אויף וואס צו מעין זיין. קיינער באקומט נישט קיין טובות פון דיר, און ס'איז ווי קעגן די הלכה דיר צו בעטן די מינדערסטע טובה.

אבער איין זאך וואס איך האב שוין לאנג באמערקט איז, אז דיין שטאלץ בלייבט נישט אלעמאל. עס איז דא א צייט ווען דו גייסט איין. ס'איז דא א צייט ווען דיין ליכטיגקייט צעפאלט אינגאנצן. און מיט די צייט ווערסטו צוגאנגען פון די שארפע היץ וואס ווערט געפירט אויף דיר, אבער דעמאלטס איז שוין צו שפעט. קיינער קוקט שוין דאן נישט אויף דיין זייט.

און איך וויל דיר זאגן ליבער שמש. נישט נאר איך האב א פראבלעם מיט דיר און מיט דיין גרויס געוויקס, נאר יעדער וואס קען דיר, מוטשעט זיך מיט דיר. און עס איז נישט דא קיין וועג זיך ארויס צו דרייען ווייל מען מיז צו דיר אנקומען.

אבער אין די קומענדיגע פאר טעג וועט זיך דער עולם נעמען איבער דיר, יעדער וועט דיר אהיים שלעפן צו זיך אין הויז, מען וועט דיר שטעלן אין פלאץ, און זיצן און אבאכט געבן אויף דיר, יעדער וועט דיר אנקוקן. ס'קען זיין אז דו וועסט זיך שעמען. דו וועסט וויינען. ס'וועט זיך גיסן טרערן ווי חֵלב פון א לעכטל.

דעריבער וויל איך דיר בעטן איין קליינע טובה, א טובה וואס עס קען זיין אז עס איז דיר שווער. ס'קען זיין אז דו וועסט נישט קענען אויסהאלטן, אבער דאך בעהט איך דיר: לאז נישט דיינע הייסע טרערעלעך פאלן אויף מיר! איך קען עס נישט אויסהאלטן!! מיינע פינגערס ווערן רויט און אפגעבריט פון דיינע טרערן!!!



ווי עס שרייבט אונטער: @יוחנן כהן בשם גאנץ כלל ישראל.


נ.ב. אגב וויל איך דיר נאר זאגן אז 'נר מצוה' האט לעצטענס אנאנסירט אז זיי וועלן בקרוב אנהייבן מאכן שמשים וואס וויינען נישט. ס'קען זיין א עס וועט זיין א גוטע מהלך פאר דיר און פאר דיינע ארומיגע...
בן נביאים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 12:07 pm
x 300

Re: לאקאלע שמשים! הערטס אויף צו וויינען!!!

פאוסט דורך בן נביאים »

:D :D :D :D :D :D :D :D :D :D :D :D
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1647
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6321

Re: לאקאלע שמשים! הערטס אויף צו וויינען!!!

פאוסט דורך שינאווער »

:D :D :lol: :lol: גוט...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8166

Re: לאקאלע שמשים! הערטס אויף צו וויינען!!!

פאוסט דורך פופציגער »

נאר פון זען דעם קעפל האב איך שוין אנגעגרייט א שארפן רעפליי אז מ'דארף יא שטיצן די שמשים...

:lol: :lol:
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 979
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1371

Re: לאקאלע שמשים! הערטס אויף צו וויינען!!!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

פיין פיין
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט