א סוכה'לע א קליינע,
פון ברעטעלעך געמיינע,
האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
- - -
דער ווינט א קאלטן,
וואס בלאזט דורך די שפאלטן,
עס לעשן זיך די ליכטעלעך פיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.
ביים ערשטן געריכט, (Course)
מיט א בלאסן געזיכט,
טראגט מיר מיין טאכטער'ל אריין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.
- - -
זיי נישט קיין נער,
האב נישט קיין צער,
זאל דיר די סוכה נישט טוהן באנק.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.
ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע
- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 279
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 490
ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
- דער אנאנימער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:16 pm
- x 54
Re: ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע
א גרויסן ש'כח.
ווער האט פארפאסט דעם ניגון אין וואו?
ווער האט פארפאסט דעם ניגון אין וואו?
- בלוט בלבול
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 12
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:06 pm
- x 49
Re: ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע
אברהם רייזען, ברודער פון זלמן רייזען. ביידע, גרויסע יידישע שרייבער און דיכטער אין פאריגן יארהונדערט.דער אנאנימער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 20, 2024 2:12 am א גרויסן ש'כח.
ווער האט פארפאסט דעם ניגון אין וואו?
אינטערעסאנט ווי אסאך היינטיגע פאלקסלידער וואס אונזערע מאמעס און באבעס זינגען מיט גרויס דביקות, קומען פון די אמאליגע יידישיסטן און משכילים.
איינער קען דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען, א אידישע מאמע, אויפן פריפעטשיק, אדער דאס שטעטעלע בעלז?
Re: ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע
זיכער אז פריפעטשיק און אידישע מאמע איז פון משכילים? אז דודו פישער זינגט עס מוז נאכנישט זייןבלוט בלבול האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 5:54 amאברהם רייזען, ברודער פון זלמן ריזען. ביידע, גרויסע יידישע שרייבער און דיכטער אין פאריגן יארהונדערט.דער אנאנימער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 20, 2024 2:12 am א גרויסן ש'כח.
ווער האט פארפאסט דעם ניגון אין וואו?
אינטערעסאנט ווי אסאך היינטיגע פאלקסלידער וואס אונזערע מאמעס און באבעס זינגען מיט גרויס דביקות, קומען פון די אמאליגע יידישיסטן און משכילים.
איינער קען דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען, א אידישע מאמע, אויפן פריפעטשיק, אדער דאס שטעטעלע בעלז?
- בלוט בלבול
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 12
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:06 pm
- x 49
Re: ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע
דאס און נאך אסאך. מאך נאר א קליינער סורטש אויפ׳ן ברייטן געוועב צו זען די מחברים. זיי נישט איבערראשט אז דיין פילטער וועט עס בלאקירן.אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:44 amזיכער אז פריפעטשיק און אידישע מאמע איז פון משכילים? אז דודו פישער זינגט עס מוז נאכנישט זייןבלוט בלבול האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 5:54 amאברהם רייזען, ברודער פון זלמן ריזען. ביידע, גרויסע יידישע שרייבער און דיכטער אין פאריגן יארהונדערט.דער אנאנימער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 20, 2024 2:12 am א גרויסן ש'כח.
ווער האט פארפאסט דעם ניגון אין וואו?
אינטערעסאנט ווי אסאך היינטיגע פאלקסלידער וואס אונזערע מאמעס און באבעס זינגען מיט גרויס דביקות, קומען פון די אמאליגע יידישיסטן און משכילים.
איינער קען דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען, א אידישע מאמע, אויפן פריפעטשיק, אדער דאס שטעטעלע בעלז?
ס׳קומטעך שוין כמעט חנוכה, איא? טא קוק זשע ביטע נאך ווער ס׳האט געמאכט דעם ניגון ״חנוכה אוי חנוכה א יאמטעף א שיינע״ וואס מ׳זינג מיר מיט געגועים יעדעס יאר. און דאס באקאנטע לידל ״היינט איז פורים, מארגן איז אויס״ קומט אויך נישט פון קיין חסידישן רבי׳ן.