ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע

פאוסט דורך חוט של חסד »

א סוכה'לע א קליינע,
פון ברעטעלעך געמיינע,
האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
- - -
דער ווינט א קאלטן,
וואס בלאזט דורך די שפאלטן,
עס לעשן זיך די ליכטעלעך פיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.


ביים ערשטן געריכט, (Course)
מיט א בלאסן געזיכט,
טראגט מיר מיין טאכטער'ל אריין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.
- - -
זיי נישט קיין נער,
האב נישט קיין צער,
זאל דיר די סוכה נישט טוהן באנק.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
דער אנאנימער
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:16 pm
x 54

Re: ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע

פאוסט דורך דער אנאנימער »

א גרויסן ש'כח.

ווער האט פארפאסט דעם ניגון אין וואו?
אוועיטער
בלוט בלבול
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:06 pm
x 49

Re: ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע

פאוסט דורך בלוט בלבול »

דער אנאנימער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 2:12 am א גרויסן ש'כח.

ווער האט פארפאסט דעם ניגון אין וואו?
אברהם רייזען, ברודער פון זלמן רייזען. ביידע, גרויסע יידישע שרייבער און דיכטער אין פאריגן יארהונדערט.

אינטערעסאנט ווי אסאך היינטיגע פאלקסלידער וואס אונזערע מאמעס און באבעס זינגען מיט גרויס דביקות, קומען פון די אמאליגע יידישיסטן און משכילים.


איינער קען דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען, א אידישע מאמע, אויפן פריפעטשיק, אדער דאס שטעטעלע בעלז?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2235
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2397

Re: ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע

פאוסט דורך אנדערער »

בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 5:54 am
דער אנאנימער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 2:12 am א גרויסן ש'כח.

ווער האט פארפאסט דעם ניגון אין וואו?
אברהם רייזען, ברודער פון זלמן ריזען. ביידע, גרויסע יידישע שרייבער און דיכטער אין פאריגן יארהונדערט.

אינטערעסאנט ווי אסאך היינטיגע פאלקסלידער וואס אונזערע מאמעס און באבעס זינגען מיט גרויס דביקות, קומען פון די אמאליגע יידישיסטן און משכילים.


איינער קען דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען, א אידישע מאמע, אויפן פריפעטשיק, אדער דאס שטעטעלע בעלז?
זיכער אז פריפעטשיק און אידישע מאמע איז פון משכילים? אז דודו פישער זינגט עס מוז נאכנישט זיין
אוועיטער
בלוט בלבול
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:06 pm
x 49

Re: ניגון "א סוכה'לע א קליינע" - פולע ווערסיע

פאוסט דורך בלוט בלבול »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:44 am
בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 5:54 am
דער אנאנימער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 2:12 am א גרויסן ש'כח.

ווער האט פארפאסט דעם ניגון אין וואו?
אברהם רייזען, ברודער פון זלמן ריזען. ביידע, גרויסע יידישע שרייבער און דיכטער אין פאריגן יארהונדערט.

אינטערעסאנט ווי אסאך היינטיגע פאלקסלידער וואס אונזערע מאמעס און באבעס זינגען מיט גרויס דביקות, קומען פון די אמאליגע יידישיסטן און משכילים.


איינער קען דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען, א אידישע מאמע, אויפן פריפעטשיק, אדער דאס שטעטעלע בעלז?
זיכער אז פריפעטשיק און אידישע מאמע איז פון משכילים? אז דודו פישער זינגט עס מוז נאכנישט זיין
דאס און נאך אסאך. מאך נאר א קליינער סורטש אויפ׳ן ברייטן געוועב צו זען די מחברים. זיי נישט איבערראשט אז דיין פילטער וועט עס בלאקירן.

ס׳קומטעך שוין כמעט חנוכה, איא? טא קוק זשע ביטע נאך ווער ס׳האט געמאכט דעם ניגון ״חנוכה אוי חנוכה א יאמטעף א שיינע״ וואס מ׳זינג מיר מיט געגועים יעדעס יאר. און דאס באקאנטע לידל ״היינט איז פורים, מארגן איז אויס״ קומט אויך נישט פון קיין חסידישן רבי׳ן.
שרייב פאוסט