כ"ק אדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 254
פארבינד זיך:

כ"ק אדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך הימל »

    ויהי נועם נשבת במוצאי שבת.
    never say never
    פרישער באניצער
    פאוסטס: 93
    זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
    x 203

    Re: בד"ה סקולען

    פאוסט דורך never say never »

    בד"ה
    מנשה בן יוסף
    פרישער באניצער
    פאוסטס: 44
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 2:38 pm
    x 69

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען זצוללה"ה.

    פאוסט דורך מנשה בן יוסף »

    בד"ה אוי לנו כי חטאנו
    אוועיטער
    הימל
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 181
    זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
    x 254
    פארבינד זיך:

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען זצוללה"ה.

    פאוסט דורך הימל »

    68 יאר אלט.
    אוועיטער
    פופציגער
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 2016
    זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
    x 4898

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען זצוללה"ה.

    פאוסט דורך פופציגער »

    אוי, ברוך דיין האמת.

    א קלאפ פארן דור.

    א לעכטיגער הייליגער אור, פריצייטיג אוועקגעריסן.
    נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

    א פרייליכן תמיד!

    לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
    אוועיטער
    יוחנן כהן
    פרישער באניצער
    פאוסטס: 75
    זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
    Location: אויפן בימה
    x 162

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען זצוללה"ה.

    פאוסט דורך יוחנן כהן »

    וואס וועט זיין מיט אונזער דור?

    שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 1:49 am גאטליעבס רעסטוראנט האט א שיפע דאך?

    עסקינג פאר עי דעמאקראט...
    אוועיטער
    הימל
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 181
    זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
    x 254
    פארבינד זיך:

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך הימל »

    P1010953-800x600.jpg
    P1010953-800x600.jpg (93.08 KiB) געזען געווארן 1140 מאל
    אוועיטער
    הימל
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 181
    זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
    x 254
    פארבינד זיך:

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך הימל »

    די אהבת ישראל פון רבי'ן זצ"ל
    images (3).jpeg
    images (3).jpeg (8.93 KiB) געזען געווארן 1132 מאל
    נישט קיין בהלה
    פרישער באניצער
    פאוסטס: 69
    זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
    Location: new york
    x 86

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

    חוץ וואס בארא פארק האט פארלוירן די יאר עטליכע גדולים, האט בארא פארק מיטגעמאכט נאך טראגעדיעס וואס מען האט שוין אפילו פארגעסן, בחינת צרות אחרונות משכחת את הראשונות, א שטייגער ווי די אומקום פון א קאפל אויף א טראגישע אופן ה"י, און נאך. און דא אזא קראך מיט די פטירה פון דעם גאון וצדיק פון סקולען.
    אן אייער שפיי
    פרישער באניצער
    פאוסטס: 52
    זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:03 pm
    Location: אויפן אידישן טיש
    x 145

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך אן אייער שפיי »

    בד״ה….
    אוועיטער
    רעגענדיגע זונטאג
    אידטיש שרייבער
    פאוסטס: 663
    זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
    x 1201

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

    ווער עס פילט אז ער מוז שרייבן בד"ה וכדו', ווערט געבעטן עס צו שרייבן אויף אנדערע פלאטפארמעס....

    לאז דא פאר שיינע אינטערעסאנטע און זאכליכע פאוסטס פונעם נפטר, און פרטים איבער די לוי'.
    שכוח.
    אוועיטער
    שאינו יודע לשאול
    אידטיש נייעס באריכטער
    פאוסטס: 3289
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
    x 8398

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

    אפדעיט: מסע הלוי' פון הרה"ק מסקולען זצ"ל וועט פארקומען זונטאג 12 אזייגער מיטאג ביי ביהמ"ד סקולען אין בארא פארק אויף די 54'סטע גאס
    א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

    אוועיטער
    שאינו יודע לשאול
    אידטיש נייעס באריכטער
    פאוסטס: 3289
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
    x 8398

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

    חשכו המאורות • כלל ישראל באוויינט פריצייטיגע הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל

    מוצאי שבת פ' שופטים • ד' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

    בקול בכי נהי תמרורים ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורת איוב איבער'ן הסתלקות פונעם צדיק הדור, עמוד צלותהון, לבהון ואבוהון של ישראל, מנורה הטהורה ופטיש החזק, רבן ומאורן פון רבבות אלפי ישראל, חסידא ופרישא ונהורא נפישא, ראש מטות לבני ישראל, נזר האדמורי"ם ופאר הצדיקים כבוד קדושת אדמו"ר מסקולען זצוק"ל, וועלכער איז לדאבן לב כל בית ישראל ארויף לסערה השמימה, איבערלאזנדיג דעם דור יתום אזוי ביטער ערשיטערט און צעשאסן, אין מנחם לה.

    דער שוד ושבר וואס האט באטראפן כלל ישראל איז אומבאגרייפליך, די טרערן-קוואל טרונקט נישט אפ, פון יעדן אידיש הארץ רייסט זיך ארויס ביטערע קרעכצן און זיפצן על האי שופרא דבלי עפרא, דער הייליגער סקולענער רבי, דער לעכטיגער און פייערדיגער עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, וועלכער האט פארשיינט, געהייליגט און געהויבן אידישע הערצער, הוא הלך למנוחות, ואנו יתמי דיתמי עזב לאנוחות.

    דער סקולענער רבי איז געווען אן אמת'ער דמות פון אן אמאליגער קדוש עליון, א פאקלדיגער עובד ה' בכל נימי נפשו, מיט הימלישע השגות געדינט דעם בורא למעלה מן השגת אנוש, א זעלטענער מושלם אין אלע דריי עמודי עולם, גדול וגאון בכל חדרי תורה, זיינע הייליגע הארציגע תפילות בהשתפכות הנפש כעבדא קמי מרא, די אויסטערלישע צדקות און פעולות החסד למען הכלל והפרט, טראגנדיג אויף זיין פיזיש-שוואכן הארץ יעדן מרי נפש וועלכער האט געטראפן ביי אים א הייליג הארץ וואס ברענט תמיד מיט אהבת ישראל.

    מיט'ן הסתלקות לשמי מרום פון זיין הייליגן טאטן הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל, איז די שושליתא קדישא לבית סקולען נמשך געווארן בגאון ועוז דורכ'ן ברא כרעא דאבוה דער רבי זצ"ל, זייענדיג די לעכטיגע האפענונג ביי די טויזנטער חסידים בכל קצוי תבל זיך צו ווייקן תחת חסותו און נהנה זיין מאור קדושתו, זיינע הייליגע ווארעמע תפילות יורדים לחדרי בטן, זיינע פלאם פייערדיגע און זיסע בליציגע דברי תורה וחסידות, מוסר והתחזקות והדרכות, נהנה זיין עצה ותושי', ביי וועם אידישע קינדער האבן כסדר גע'פועל'ט ישועות ורפואות.

    מ'האט אזויפיל געהאפט, אזויפיל מתפלל געווען, אז עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים, דער רבי וועט פירן די עדה הקדושה ביז משיח'ס טאג, אבער ליידער איז פון הימל אנדערש באשערט געווען, אנגעהויבן נאך מיט עטליכע חדשים צוריק ווען דער מצב הבריאות ביים רבי'ן האט זיך פארערגערט, אויפברענגענדיג מיט זארג דעם סכנה'דיגן געזונט צושטאנד ביים רבי'ן ז"ל פאר ארום צען יאר צוריק, ווען דער איז געשטאנען כפסע לבין המות, ליידענדיג דאן פון א שווערע אינפעקציע אויף די לעבער, ובזכות תפילות ישראל איז ער ממש צוריקגעקומען ממות לחיים, א הימל געשאנקענע מתנה טובה פאר כלל ישראל, צו געניסן פונעם רבי'ן ז"ל פאר נאך צען יאר עלי אדמות.

    אבער ליידער האט אצינד פאסירט דאס ארגסטע, ווען דעם רבי'נס קאמפליקאציע אין די לונגען האט זיך שטארק פארערגערט, און טראץ די אלע פרואוון פון די דאקטוירים איז ליידער די שערי רחמים געווען פארשלאסן, ונצחו אראלים את המצוקים ונשבו ארון הקודש, אוי מה היה לנו.

    די פרטים פון די ריזן מסע הלוי' ווערט יעצט אויסגעארבעט דורך מערערע קרעפטן פון עסקנים און לאקאלע שטאטישע אינסטאנצן אין בארא פארק, צו ערמעגליכן דאס השתתפות פון רבבות אלפי ישראל וואס וועלן פארפלייצן די וועגן און שטעגן פון איבער דער גארער וועלט, אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר דעם גאון וקדוש וואס האט פארשיינט כלל ישראל.

    וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
    unnamed - 2024-09-08T010257.676.jpg
    unnamed - 2024-09-08T010257.676.jpg (145.81 KiB) געזען געווארן 948 מאל
    א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

    אוועיטער
    שאינו יודע לשאול
    אידטיש נייעס באריכטער
    פאוסטס: 3289
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
    x 8398

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

    השאיר אחריו דור ישר ומבורך:
    הרב אהרן מאיר חתן רבי שלמה אליעזר ברוינשטיין (דומ"ץ סקולען מאנסי).
    הרב אליעזר זוסיא חתן אדמו"ר מטשערנאבל שליט"א
    אשת רבי מרדכי דוב בעק.
    אשת רבי יואל מסקאוויטש אב"ד מאור הגולה
    אשת רבי יוסף משה דוב אונסדארפער.
    אשת רבי מנחם נחום טווערסקי.
    אשת רבי דוד פריעדמאן.
    אשת רבי מנחם מענדל בריעף.
    א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

    אוועיטער
    שאינו יודע לשאול
    אידטיש נייעס באריכטער
    פאוסטס: 3289
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
    x 8398

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

    IMG-20240907-WA0000.jpg
    IMG-20240907-WA0000.jpg (178.58 KiB) געזען געווארן 920 מאל
    IMG-20240907-WA0005.jpg
    IMG-20240907-WA0005.jpg (203.48 KiB) געזען געווארן 920 מאל
    א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

    אוועיטער
    שאינו יודע לשאול
    אידטיש נייעס באריכטער
    פאוסטס: 3289
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
    x 8398

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

    f50a57_793b5cc50d9747ad88577ccc252efa3b~mv2.jpg
    f50a57_793b5cc50d9747ad88577ccc252efa3b~mv2.jpg (94.16 KiB) געזען געווארן 918 מאל
    videoframe_5089.png
    videoframe_5089.png (732.13 KiB) געזען געווארן 918 מאל
    א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

    אוועיטער
    נויז מאשין
    פרישער באניצער
    פאוסטס: 22
    זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
    x 55
    פארבינד זיך:

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך נויז מאשין »

    מיט זיין הייליגן טאטן.
    און מיט ר' חיים קנייבסקי
    פיילס
    IMG_20240907_235200_442.jpg
    IMG_20240907_235200_442.jpg (82.44 KiB) געזען געווארן 918 מאל
    IMG_20240907_235159_935.jpg
    IMG_20240907_235159_935.jpg (134.37 KiB) געזען געווארן 918 מאל
    IMG_20240907_235209_165.jpg
    IMG_20240907_235209_165.jpg (116.34 KiB) געזען געווארן 918 מאל
    אוועיטער
    שאינו יודע לשאול
    אידטיש נייעס באריכטער
    פאוסטס: 3289
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
    x 8398

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

    אין בארא פארק.
    א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

    אוועיטער
    איטשע
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 385
    זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
    x 840

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך איטשע »

    ברוך דיין האמת

    א שטארקע פארלוסט פאר כלל ישראל

    😭 😭 😭
    אוועיטער
    פליט
    אידטיש נייעס באריכטער
    פאוסטס: 2930
    זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
    x 8107

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך פליט »

    אוי וויי......

    ברוך דיין באמת

    💔💔💔
    אוועיטער
    מסתמא
    אידטיש שרייבער
    פאוסטס: 926
    זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
    x 2499

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען זצוללה"ה.

    פאוסט דורך מסתמא »

    יוחנן כהן האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 07, 2024 11:19 pm וואס וועט זיין מיט אונזער דור?
    דו רעדסט פונעם דור, איך רעד פון מיר אליינס. כמיין אז יעדער פון אונז פילט ווי א שיכט פון סופארט האט אינטערגעבראכן. יעדער פון אונז האט געוואלט וויסן אז דער צדיק איז דא און איז מגין אויף אונז. ספעלט פון יעדער פון אונז די ידיעה אז ”מיר” האבן מער נישט דעם צדיק אין זיין ווינקל מגין זיין אויף אונז. צדיק יסוד עולם מיטן פולן מובן, מיר אלע האבן זיך אויף אים אנגעלאנט, פשוט זיין אנוועזנהייט אויף דעם עולם האט אונז געטרייסט און בארואיגט. ספעלט אונז א פענסטער צום הימל. ספעלט אונז א כח וואס האט אונז מחזק געווען און אויפגעוועקט צו דינען דעם אויבערשטן. ספעלט אונז לויטערקייט, ענוה, שמייכל, צוגעלאזנקייט. גיי זיי מסביר די מהות פאר עמיצער וואס וועט דאס נישט האבן געזעהן. א איד וואס האט געריסן שטיקער פון זיך אבער צו א צווייטן איז ער געווען איין שטיק חסד.

    א קייט פון 3 דורות עבודת ד׳ ומסירות נפש. א קייט וואס האט געשאקלט א וועלט אן קיין קאמפעני מיט מענטש פלייש. א קייט פון אמאליגע חסידות וואס מיר ליינען נאר אין די בוכער, און דאס אלעס בד בבד מיט מענטשליכקייט און צוגעלאזנקייט באופן מבהיל, אזש די משנה פון איזה דרך ישרה איז געווען מובן מאליו, תפארת לעושיה ותפארת מן האדם. סהאט זיך געגלוסט צו זיין א איד, א הייליגע איד, ווען מהאט געקענט אט די צדיקים.

    שוין, בלייב מיר דא אליינס סאם האו צו עס אויספיגערן אליינס. כווייס כי לא יטוש ד׳ את עמו, אבער וואו וועט דער נייער זרח השמש זיין? ביי אונז? מן יימר? אפילו טאמער יא, גארנישט קומט נישט צו א צדיק פון די דור הקודם.

    סטוט וויי. זייער. די ווייטאג שטעלט זיך נישט אפ ביי קיין שיכטן און קרייזן, סאיז כלל ישראל, יעדער וואס ווייסט אדער האט נאר געזעהן די סקולענע צדיקים.
    קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
    אוועיטער
    פליט
    אידטיש נייעס באריכטער
    פאוסטס: 2930
    זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
    x 8107

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך פליט »

    IMG_20240908_165529_925.jpg
    IMG_20240908_165529_925.jpg (209.94 KiB) געזען געווארן 691 מאל
    IMG_20240908_165525_695.jpg
    IMG_20240908_165525_695.jpg (233.77 KiB) געזען געווארן 691 מאל
    אוועיטער
    מסתמא
    אידטיש שרייבער
    פאוסטס: 926
    זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
    x 2499

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך מסתמא »

    כהאב די פאלגענדע באקומען פונעם בעל המעשה אליינס:

    ---------------

    איך וועל דערציילן א פערזענליכע מעשה: די טאג פון מיין בר מצוה האט מיר מיין טאטע ארומגעשלעפט צו אסאך גדולי ישראל פאר א ברכה. די לעצטע אויף די ליסטע (מסתמא צוליב די סקולענע זייגער) איז געווען די פריערדיגע סקולענער רבי, הרה''ק רבי ישראל אברהם זצוק''ל.
    ווען איך בין אנגעקומען צו איהם בין איך שוין געווען אווער-טייערד, דיזי, אויפגערעגט און משוגע... כ'בין נאך געווען גוט מיד פון די בר מצווה, די לייגן תפילין ביי מיין רבי, די טרעוולען צו רבנים... וואטעווער.
    אנקומענדיג דארט האבן אונז געזען אז מהאלט נאך פאר אלעם, און מ'גיימיר יעצט דא ווארטן אזא צוויי שעה כנוסח סקולען... מיין טאטע האט גענומען א ספר, אבער איך האב זיך ארומגעדרייט און געשוימט פאר כעס... איך געדענק מיך זאגן דעמאלטס פאר מיין טאטע אז 'איך בין נישט אינטערעסירט אין קיין ברכות, לאמעכאפ! איך דארף א בעט...' מיין טאטע האט מיר גענטפערט 'גלייב מיר העסט מיר נאך אמאל דאנקבאר זיין דערויף...'

    בקיצור זיץ איך דארטן, א פרישע בחור'ל אנגעבלאזן אויף ס'גאנצע וועלט, אין אינמיטן שפאצירט אריין רעב שייע יענקלע זצוק''ל (😢🥹), ווי מהאט אים דעמאלטס גערופן. כהאב נישט קיין אנאנונג וויאזוי ער האט מיר באמערקט, אבער ער קומט צו צו מיר און ער פרעגט מיר וויאזוי איך הייס און וואס איז די שמחה (דאכצעך כ'האב אנגעהאט מיין בעקטישע). איך בין געווען א קליינער שטינקער מיט ווייניג שכל און אסאך קאנפידענס, האב איך איהם דערציילט דברים כהווייתן... און נאך צוגענדיגט מיטן מסביר זיין ווי ווייניג נערווען איך האב צו בכלל זיין דארט...
    ווען איך האב גענדיגט רעדן פרעגט ער מיר 'ווילסט שמועסן מיט מיר? איך קען זיין גוטע קאמפעני...' איך האב איהם גענטפערט 'אוודאי...'
    ער האט זיך אראפגעזעצט נעבן מיר און געשמוסט מיט מיר על דא ועל הא... שטותים מיט נארישקייטן... ווער ס'איז מיין מלמד, וועלכע ישיבה איך וויל גיין, ווי סאך סקולענע ניגונים איך קען, וואס איך וויל זיין ווען איך גיי זיין א טאטע, ממש בעיבי טאלק...
    ער איז געזיצן אזוי מיט מיר פאר איבער א שעה! ביז אונז האב מיר שוין געקענט אריינגיין צום רבי'ן!
    איך קען זאגן בפה מלא אז די שמועס, און די וועג וויאזוי א איד וואס יעדע רגע איז ביי איהם טייער האט געשמועסט מיט א פרעמדע בחורל פאר איבער שעה דזשאסט ווייל ער האט באמערקט אז ער איז לאונלי, האט איבערגעלאזט אויף מיר איינע פון די גרעסטע איינדרוקן פון מיין לעבן!

    זי''ע!

    -------

    רבותי!!!
    :cry: :cry: :cry:
    קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
    אוועיטער
    שמעון סאמעט
    פרישער באניצער
    פאוסטס: 46
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:03 pm
    x 105

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך שמעון סאמעט »

    די לוי' האט זיך שוין אנגעהויבן?
    אוועיטער
    שאינו יודע לשאול
    אידטיש נייעס באריכטער
    פאוסטס: 3289
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
    x 8398

    Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

    פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

    דרכי בארא פארק אבילות
    f50a57_7bea9804afb942e0ab904ab4116e0c80~mv2.jpeg
    f50a57_7bea9804afb942e0ab904ab4116e0c80~mv2.jpeg (404.79 KiB) געזען געווארן 452 מאל
    f50a57_05ea8ac24ffd419f981d55798e2751e9~mv2.jpeg
    f50a57_05ea8ac24ffd419f981d55798e2751e9~mv2.jpeg (234.85 KiB) געזען געווארן 452 מאל
    f50a57_0ece616377c9468ba3310867a (1).jpg
    f50a57_0ece616377c9468ba3310867a (1).jpg (323.22 KiB) געזען געווארן 452 מאל
    א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

    שרייב פאוסט