"זייט נישט קיין צועק לשעבר" - גראמאטיש גערעדט
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1595
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3728

וואס מיינט דאס? זייט נישט, קיין, צועק לשעבר. איז דאס נישט קיין סתירה? בעסער געזאגט, איז דאס נישט "א" סתירה? נישט קיין קומט נישט צוזאמען, דאס ברענגט ארויס די היפך. לכאורה וואלט געווען די ריכטיגע וועג צו זאגן, זייט נישט א צועק לשעבר. צוויי מאל נישט איז יא.
צענליגע דגמאות אין די אידישע שפראך, איך האב נישט קיין גלעזער. איך האב נישט גלעזער. נישט קיין מיינט אז דו האסט יא, ניין? און אזוי אויך ביי היימישע אידן וואס רעדן ענגליש. אנשטאט זאגן he is not doing nothing. דארף ווען זיין he is not doing anything.

ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
- מיינע פאעזיעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 437
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
- Location: אויפן פאפיר
- x 1230
Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר גראמאטיש גערעדט
לפי זה ברויך מען טאקע זאגן:
זייט קייין צועק לשעבר, און
איך האב קיין גלעזער
זייט קייין צועק לשעבר, און
איך האב קיין גלעזער
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3585
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9371
Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר גראמאטיש גערעדט
רעדנדיג פון גראמאטיק דערמאנסטו מיר פון די "אמעראצישע" וועג פון אריינברענגען ווערטער פון לשה"ק אין אידיש, ווי "מחותנת'טע"... אויב איז דער מאן א מחותן, איז זי א מחותנת לכאורה...
נאך א דוגמא וואס האט לעצטנס געכאפט מיין אויג, די RCCS קאמפיין האט ארויסגעשטעלט א צעטל וואס עס שטייט דערויף "זיי פראווען ב"ה "סעודת הודאות".וואס טייטשט לכאורה "א סעודה פון לויבונגען" זינט די לשון רבים איז אויף די חלק ההודאה. בפשטות קומט עס סעודות הודאה, אדער עפעס אזוי.
אדער אנדערע וואס שרייבן מהאט אפגעראכטן עצרת תפילות...
בקיצור, ווען לשה"ק ווערט פארוואנדלט אין אידיש, קוקט עס אויס אזוי...
נאך א דוגמא וואס האט לעצטנס געכאפט מיין אויג, די RCCS קאמפיין האט ארויסגעשטעלט א צעטל וואס עס שטייט דערויף "זיי פראווען ב"ה "סעודת הודאות".וואס טייטשט לכאורה "א סעודה פון לויבונגען" זינט די לשון רבים איז אויף די חלק ההודאה. בפשטות קומט עס סעודות הודאה, אדער עפעס אזוי.
אדער אנדערע וואס שרייבן מהאט אפגעראכטן עצרת תפילות...
בקיצור, ווען לשה"ק ווערט פארוואנדלט אין אידיש, קוקט עס אויס אזוי...
Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר גראמאטיש גערעדט
מאנכע וועלן זיך אויך אויסדרוקןשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:39 pm רעדנדיג פון גראמאטיק דערמאנסטו מיר פון די "אמעראצישע" וועג פון אריינברענגען ווערטער פון לשה"ק אין אידיש, ווי "מחותנת'טע"... אויב איז דער מאן א מחותן, איז זי א מחותנת לכאורה...
נאך א דוגמא וואס האט לעצטנס געכאפט מיין אויג, די RCCS קאמפיין האט ארויסגעשטעלט א צעטל וואס עס שטייט דערויף "זיי פראווען ב"ה "סעודת הודאות".וואס טייטשט לכאורה "א סעודה פון לויבונגען" זינט די לשון רבים איז אויף די חלק ההודאה. בפשטות קומט עס סעודות הודאה, אדער עפעס אזוי.
אדער אנדערע וואס שרייבן מהאט אפגעראכטן עצרת תפילות...
בקיצור, ווען לשה"ק ווערט פארוואנדלט אין אידיש, קוקט עס אויס אזוי...
'' מיינע מגיד שיעורים'' במקום ''מיינע מגידי שיעור/שיעורים''...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 535
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 910
Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר גראמאטיש גערעדט
עה, עס איז נישט קיין פארגלייך.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:10 pm וואס מיינט דאס? זייט נישט, קיין, צועק לשעבר. איז דאס נישט קיין סתירה? בעסער געזאגט, איז דאס נישט "א" סתירה? נישט קיין קומט נישט צוזאמען, דאס ברענגט ארויס די היפך. לכאורה וואלט געווען די ריכטיגע וועג צו זאגן, זייט נישט א צועק לשעבר. צוויי מאל נישט איז יא.
צענליגע דגמאות אין די אידישע שפראך, איך האב נישט קיין גלעזער. איך האב נישט גלעזער. נישט קיין מיינט אז דו האסט יא, ניין? און אזוי אויך ביי היימישע אידן וואס רעדן ענגליש. אנשטאט זאגן he is not doing nothing. דארף ווען זיין he is not doing anything.
א געזונטע ווינטער.
Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר גראמאטיש גערעדט
אקעי, נעווער מיינד די קעפל, ווי @מיינע פאעזיעס זאגט, דארף מען אויך זאגן "איך האב קיין גלעזער"...
אבער דער שמועס פון איבערזעצן אמעראציש דארף ערנסט פארנעמען אן ארט דא אין "מלאכת הכתיבה"... שוין אסאך מאל געקלערט דאס, און טאקע עטליכע פון די ביישפילן וואס @נקודות טובות ברענגט.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
- מיינע פאעזיעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 437
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
- Location: אויפן פאפיר
- x 1230
Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר גראמאטיש גערעדט
אמעראציש איז אויך אמעראציש געשריבן...פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:43 pm אקעי, נעווער מיינד די קעפל, ווי @מיינע פאעזיעס זאגט, דארף מען אויך זאגן "איך האב קיין גלעזער"...
אבער דער שמועס פון איבערזעצן אמעראציש דארף ערנסט פארנעמען אן ארט דא אין "מלאכת הכתיבה"... שוין אסאך מאל געקלערט דאס, און טאקע עטליכע פון די ביישפילן וואס @נקודות טובות ברענגט.
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1595
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3728
Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר גראמאטיש גערעדט
בנוגע מחותנ'טע וויל איך סתם פארשטיין ווי אזוי די ווארט איז באשאפען געווארן. אויב מחותן איז לשון זכר, און מחותנת איז די לשון נקבה. וואס איז דאס צולייגען נאך א "טע"? (אפשר דאס מיינסטו און איך האב נישט קלאר פארשטאנען) בעל הבית/בעלת הבית, וואס איז דאס בעלאבאסטע? און דאס איז שוין געווארן אזוי נישט מיר נישט דיר נכסי עממי balabusta.... עפעס אזוי ווי tu bishvat... גיי פארשטיי פארוואס פון איידעם איז נישט געווארען איידעמעת'טע....שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:39 pm רעדנדיג פון גראמאטיק דערמאנסטו מיר פון די "אמעראצישע" וועג פון אריינברענגען ווערטער פון לשה"ק אין אידיש, ווי "מחותנת'טע"... אויב איז דער מאן א מחותן, איז זי א מחותנת לכאורה...
נאך א דוגמא וואס האט לעצטנס געכאפט מיין אויג, די RCCS קאמפיין האט ארויסגעשטעלט א צעטל וואס עס שטייט דערויף "זיי פראווען ב"ה "סעודת הודאות".וואס טייטשט לכאורה "א סעודה פון לויבונגען" זינט די לשון רבים איז אויף די חלק ההודאה. בפשטות קומט עס סעודות הודאה, אדער עפעס אזוי.
אדער אנדערע וואס שרייבן מהאט אפגעראכטן עצרת תפילות...
בקיצור, ווען לשה"ק ווערט פארוואנדלט אין אידיש, קוקט עס אויס אזוי...
בנוגע לשון הקודש ווערן פארוואנדעלט אין אידיש, איז עס אויך ענגליש. א שוואגער איז א brother in law, צוויי שוואגערס דארף זיין brother's in law. וואס איז דאס brother in law's? מען קען ברענגען אסאך דגמאות.
----------------
@מיינע פאעזיעס איך בין גאנץ ווייט פון א גראמאטישער מבין, אבער עפעס שמעקט מיר נישט דאס זייט קיין צועק לשעבר, אדער איך האב קיין גלעזער. עס איז נישט פאסיג צו זאגן א פאזעטיוו מיט א נעגעטיוו צוזאמען, ווען עס קען געזאגט ווערן אנדערש. איך האב (פאזעטיוו) קיין (נעגעטיוו) גלעזער. אנשטאט זאג איך האב נישט גלעזער, אדער זייט נישט א צועק לשעבר. וואס איז שלעכט מיט דעם? אזוי אויך האט מיר איינער געשריבען אין אישי אז במושכל ראשון וואלט ער געזאגט אז מען דארף זאגן he is doing nothing. איך מיין אז דאס גייט אריין אינעם זעלבען כלל. עס איז נישט פאסיג צו זאגן he is doing (פאזעטיוו) nothing (נעגעטיוו) כאילו עס איז דא א מלאכה וואס באשטייט פון טוהן גארנישט. ווייסט וואס ער טוט? ער טוט גארנישט. עפעס שמעקט מיר נישט. איך וואלט געזאגט he is not doing anything. אדרבה, זאלן די מבינים מסביר זיין. אפשר זענען די כללים פון אידיש און ענגליש אנדערש?
אגב, אפשר איז די גאנצע זייט נישט קיין/א נישט ריכטיג. אין לשון הקודש וואלט מען לכאורה געזאגט אל תיהיו מהצועקים לשעבר, אדער אל תיהיה צועק לשעבר. וואלט מען אין אידיש געדארפט זאגן זיי/זייט נישט צועק לשעבר, ניין? וואס מיינט דאס זיין א צועק לשעבר? שוין באלד אזוי ווי מים אחרונים וואסער. אקעי, דאס איז נישט געפערליך...
אגב דאגב, שרייבענדיג דערמאן איך מיר אז אין די תורה שטייט אז די אידן האבן געפרעגט המבלי אין קברים במצרים, דאס איז אויך א דאפעלטע נעגעטיוו וואס וואלט ע"פ חשבון געדארפט ווערן א פאזעטיוו. די מפרשי המקרא זענען טאקע פארנומען מיט דעם דארט.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3585
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9371
Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר גראמאטיש גערעדט
בנוגע מחותנת'טע, דאס האב איך טאקע געמיינט.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:18 amבנוגע מחותנ'טע וויל איך סתם פארשטיין ווי אזוי די ווארט איז באשאפען געווארן. אויב מחותן איז לשון זכר, און מחותנת איז די לשון נקבה. וואס איז דאס צולייגען נאך א "טע"? (אפשר דאס מיינסטו און איך האב נישט קלאר פארשטאנען) בעל הבית/בעלת הבית, וואס איז דאס בעלאבאסטע? און דאס איז שוין געווארן אזוי נישט מיר נישט דיר נכסי עממי balabusta.... עפעס אזוי ווי tu bishvat... גיי פארשטיי פארוואס פון איידעם איז נישט געווארען איידעמעת'טע....שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:39 pm רעדנדיג פון גראמאטיק דערמאנסטו מיר פון די "אמעראצישע" וועג פון אריינברענגען ווערטער פון לשה"ק אין אידיש, ווי "מחותנת'טע"... אויב איז דער מאן א מחותן, איז זי א מחותנת לכאורה...
נאך א דוגמא וואס האט לעצטנס געכאפט מיין אויג, די RCCS קאמפיין האט ארויסגעשטעלט א צעטל וואס עס שטייט דערויף "זיי פראווען ב"ה "סעודת הודאות".וואס טייטשט לכאורה "א סעודה פון לויבונגען" זינט די לשון רבים איז אויף די חלק ההודאה. בפשטות קומט עס סעודות הודאה, אדער עפעס אזוי.
אדער אנדערע וואס שרייבן מהאט אפגעראכטן עצרת תפילות...
בקיצור, ווען לשה"ק ווערט פארוואנדלט אין אידיש, קוקט עס אויס אזוי...
בנוגע לשון הקודש ווערן פארוואנדעלט אין אידיש, איז עס אויך ענגליש. א שוואגער איז א brother in law, צוויי שוואגערס דארף זיין brother's in law. וואס איז דאס brother in law's? מען קען ברענגען אסאך דגמאות.
----------------
@מיינע פאעזיעס איך בין גאנץ ווייט פון א גראמאטישער מבין, אבער עפעס שמעקט מיר נישט דאס זייט קיין צועק לשעבר, אדער איך האב קיין גלעזער. עס איז נישט פאסיג צו זאגן א פאזעטיוו מיט א נעגעטיוו צוזאמען, ווען עס קען געזאגט ווערן אנדערש. איך האב (פאזעטיוו) קיין (נעגעטיוו) גלעזער. אנשטאט זאג איך האב נישט גלעזער, אדער זייט נישט א צועק לשעבר. וואס איז שלעכט מיט דעם? אזוי אויך האט מיר איינער געשריבען אין אישי אז במושכל ראשון וואלט ער געזאגט אז מען דארף זאגן he is doing nothing. איך מיין אז דאס גייט אריין אינעם זעלבען כלל. עס איז נישט פאסיג צו זאגן he is doing (פאזעטיוו) nothing (נעגעטיוו) כאילו עס איז דא א מלאכה וואס באשטייט פון טוהן גארנישט. ווייסט וואס ער טוט? ער טוט גארנישט. עפעס שמעקט מיר נישט. איך וואלט געזאגט he is not doing anything. אדרבה, זאלן די מבינים מסביר זיין. אפשר זענען די כללים פון אידיש און ענגליש אנדערש?
אגב, אפשר איז די גאנצע זייט נישט קיין/א נישט ריכטיג. אין לשון הקודש וואלט מען לכאורה געזאגט אל תיהיו צועקים לשעבר, אדער אל תיהיה צועק לשעבר. וואלט מען אין אידיש געדארפט זאגן זיי/זייט נישט צועק לשעבר, ניין? וואס מיינט דאס זיין א צועק לשעבר? שוין באלד אזוי ווי מים אחרונים וואסער. אקעי, דאס איז נישט געפערליך...
אגב דאגב, שרייבענדיג דערמאן איך מיר אז אין די תורה שטייט אז די אידן האבן געפרעגט המבלי אין קברים במצרים, דאס איז אויך א דאפעלטע נעגעטיוו וואס וואלט ע"פ חשבון געדארפט ווערן א פאזעטיוו. די מפרשי המקרא זענען טאקע פארנומען מיט דעם דארט.
איבער די גלעזער, "איך האב נישט גלעזער" סאונדט ווי א גר אדער וואס... ס'עפעס נישט... ווען איך דארף עס ווען שרייבן וואלט איך לכאורה גענוצט "איך באנוץ זיך נישט מיט גלעזער "(די "מיט" מאכט עס אביסל בעסער).
---
כ'ווייס נישט. ס'איז מיר נאך אלעם געבליבן אביסל פארפלאנטערט... כ'וועל עס פרובירן צו מברר זיין (לכשאפנה...).
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1574
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3325
Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר גראמאטיש גערעדט
וויאזוי זאגסט געווענליך, "איך האב נישט קיין צייט יעצט"? אדער "איך האב נישט קיין צייט יעצט"? סאו עס האט נישט דוקא מיט לשה"ק, נאר מיט אידיש. דאס ווארט קיין איז געווארן אזוי ווי דאס ווארט "א" נאר מען נוצט עס בלויז ביי שלילי.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:10 pm וואס מיינט דאס? זייט נישט, קיין, צועק לשעבר. איז דאס נישט קיין סתירה? בעסער געזאגט, איז דאס נישט "א" סתירה? נישט קיין קומט נישט צוזאמען, דאס ברענגט ארויס די היפך. לכאורה וואלט געווען די ריכטיגע וועג צו זאגן, זייט נישט א צועק לשעבר. צוויי מאל נישט איז יא.
צענליגע דגמאות אין די אידישע שפראך, איך האב נישט קיין גלעזער. איך האב נישט גלעזער. נישט קיין מיינט אז דו האסט יא, ניין? און אזוי אויך ביי היימישע אידן וואס רעדן ענגליש. אנשטאט זאגן he is not doing nothing. דארף ווען זיין he is not doing anything.
Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר גראמאטיש גערעדט
מחותנת'טע איז זיכער א גוט אידיש ווארט, און ווערט שוין געניצט דורות לאנג. די לינגוויסטן וועלן מעגליך האבן אן ענטפער וויאזוי דאס ווארט האט זיך פארמירט.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:39 pm רעדנדיג פון גראמאטיק דערמאנסטו מיר פון די "אמעראצישע" וועג פון אריינברענגען ווערטער פון לשה"ק אין אידיש, ווי "מחותנת'טע"... אויב איז דער מאן א מחותן, איז זי א מחותנת לכאורה...
נאך א דוגמא וואס האט לעצטנס געכאפט מיין אויג, די RCCS קאמפיין האט ארויסגעשטעלט א צעטל וואס עס שטייט דערויף "זיי פראווען ב"ה "סעודת הודאות".וואס טייטשט לכאורה "א סעודה פון לויבונגען" זינט די לשון רבים איז אויף די חלק ההודאה. בפשטות קומט עס סעודות הודאה, אדער עפעס אזוי.
אדער אנדערע וואס שרייבן מהאט אפגעראכטן עצרת תפילות...
בקיצור, ווען לשה"ק ווערט פארוואנדלט אין אידיש, קוקט עס אויס אזוי...
איבער סעודת הודאה, און נאך אזעלכע ענליכע ווערטער פון לשון הקודש, איז נישט ממש דא קיין קלארע הלכות. ס'קען זיין סעודות הודאה, סעודות הודאות, אדער גאר סעודת הודאה'ס. סעודת הודאות איז אבער זיכער אומריכטיג.
Re: "זייט נישט קיין צועק לשעבר" - גראמאטיש גערעדט
מ'קען אויך שרייבן "זייט נישט א צועק לשעבר", אבער "זייט נישט קיין צועק לשעבר" איז פיל מער אנגענומען.
דער נעגאטיווער ארטיקל קיין קומט ווען אין דעם פאזיטיוון זאץ איז נישטא קיין ארטיקל אדער דער אומבאשטימטער ארטיקל (אַ):
איך האב דעם ספר — איך האב נישט דעם ספר, איך האב א ספר — איך האב נישט קיין ספר, איך האב ספרים — איך האב נישט קיין ספרים.
דער נעגאטיווער ארטיקל קיין קומט ווען אין דעם פאזיטיוון זאץ איז נישטא קיין ארטיקל אדער דער אומבאשטימטער ארטיקל (אַ):
איך האב דעם ספר — איך האב נישט דעם ספר, איך האב א ספר — איך האב נישט קיין ספר, איך האב ספרים — איך האב נישט קיין ספרים.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1595
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3728
Re: "זייט נישט קיין צועק לשעבר" - גראמאטיש גערעדט
וואס טוט זיך? גארנישט טוט זיך נישט. וואס האלטסטו? איך האלט נישט גארנישט. וואס זעהסטו? איך זעה נישט גארנישט. הא? איך כאפ נישט וואס דו זאגסט.
וועמענס איז דאס? דאס איז קיינעמס נישט. ווער האט דאס געטוהן? קיינער נישט. ווען גייט דאס זיין? קיינמאל נישט. הא? איך כאפ נישט וואס דו זאגסט.
פארוואס האסטו אים געזאגט? איך האב אים קיינמאל נישט געזאגט גארנישט. הא? איך בין שוין אינגאנצען צומישט!
דארפסט נאך דגמאות?