איך שטעל דיך אויף א טעסט!
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 321
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1418
איך שטעל דיך אויף א טעסט!
לאמיר ענק דערציילן א מעשה וואס איז פארגעקומען אין א ישיבה אין מאנסי.
די מעשה האט באמת פאסירט, (מיט פרטים פארשטייט זיך געטוישט, אינטערן וויטנעס פראטעקשאן פראגראם)
עס איז דא א ישיבה, וואס מיט עטליכע יאר צוריק, האט דארט געלערנט א בחור, א פגע רע אין פילן זין פון ווארט.
א בריה, מיט וואס די ישיבה האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן, אפגערעדט אז ער פלעגט נישט לערנען קיין איין ווארט, פלעגט ער זיך קריגן מיט די בחורים אגאנצן טאג, און זיך חוצפהנען צו די איינגעשטעלטע.
ממש נישט צו גאט, און נישט צו לייט.
א ריכטיגע חי רעה ודר בישיבה..
קומענדיג פון א שווערע שטוב, האט קיינער פון די הנהלה נישט געהאט די הארץ אים ארויסצוווארפן, און די מצב איז געווארן ערגער און ערגער.
צו קיין איין שיעור איז ער נישט אריין, ווייל קיין איין מגיד שיעור האט נישט געהאט די חשק צו חרוב מאכן זיין כתה צוליב אים, און ער פלעגט בשעת דער עולם איז געווען ביים שיעור, איבערדרייען אין קאך, און צומאל אויפרעגן די גוי, ביז דער גוי פלעגט זיך גוט אויפרעגן און אים נאכגעלאפן, אים אנגעשריגן, און אזוי האט ער דורך געשטופט די טעג.
אזוי איז אלעס אנגעגאנגען, ביז איין טאג האט ער זיך אריין באקומען אין די חדר המגיד שיעורים, ער האט ארויס געלאזט די גאנצע וואסער פון די קעסל, און אריין געלייגט עפל דשוס.. עפל דשוס, און יעדע זאך וואס האט צוקער, ווערט גאר הייס, און ביז עטליכע מינוט איז די גאנצע פלאץ געווארן פארויכערט.
דער בחור, נישט וויסנדיג אז דאס גייט געשעהן, האט זיך דערשראקן און געשלעפט די פייער אלארם הענטל.
עס איז געווארן א גאנצע רידעריי, דער עולם איז ארויס געלאפן, די פייער דיפארטמענט איז געקומען, און די גאנצע ישיבה איז געפארן אויף רעדער.
נאך די גאנצע זאך, האט דער מנהל פארופן אן אסיפה מיט אלע איינגעשטעלטע, און מען האט אפגעשמועסט אז גענוג איז גענוג, און מען גייט דעם בחור ארויסווארפן איינמאל פאר אלעמאל.
דארט אינעם ישיבה, איז געווען א מגיד שיעור וואס האט געהייסן ר' שלום.
צום סוף פון די מיטינג, האט ער זיך פארטראכט, און נאך א מינוט זיך אנגערופן, 'מען ווארפט דעם בחור נישט ארויס' די מנהל, וויסנדיג אז ר' שלום איז שוין א איד איבער די שישים, און איז שוין א מגיד שיעור פאר דרייסיג יאר, האט זיכער א סיבה..
דער ר' שלום זאגט, איך נעם דעם בחור אונטער מיין אויפזיכט!! און געזאגט, דער בחור האט נישט קיין טאטע וואס זאל זיך זארגן פאר אים, אין קיין נייע ישיבה גייט ער נישט אריין גיין, און אויב לאזן אונז אים אויפ'ן גאס, גייט די מצב נישט גוט זיין.
איך גיי אים ארייננעמען ביי מיר אין כתה, און איך וועל צאלן פון מיין אייגענע טאש, געלט פאר אינגעלייט צו לערנען מיט אים פריוואט, און אפשר וועט נאך עפעס פון אים אויסוואקסן...
איבריג צו זאגן, אז קיינער אינעם צימער האט אים נישט מקנה געווען, און טייל האבן אפילו רחמנות געהאט אויף אים.
דער איינציגסטער וואס האט געהאלטן פון זיין החלטה, איז געווען דער מנהל, וואס האט זיך פארלאזט אויף אים, וויסנדיג אז ר' שלום ווייסט וואס ער טוהט.
עס איז דורך עטליכע טעג, און דער בחור האט אנגעהויבן באווייזן וואס ער קען אין ר' שלום'ס כתה, עס איז געווען טעג וואס דער בחור האט זיך געפערליך צולאזט, און די כתה האט אויסגעקוקט ווי א שלאכטפעלד.
ער פלעגט איבערדרייען די כתה, ביז די מער גוטע בחורים האבן געוואלט ארויסגיין פון ר' שלום'ס כתה, און די מנהל האט זיי נישט געקענט זאגן ניין, ווייל באמת האבן זיי טאקע געהאט א גוטע תירוץ.
אזוי איז די כתה געווארן ליידיגער, און נאך אפאר וואכן נאך ליידיגער, ביז ר' שלום האט זיך געטראפן מיט א כתה נאר פון שוואכע בחורים.
קיין גמרא האט קיינער נישט געהאלטן ביים לערנען, האט ר' שלום אפגעמאכט אז ער גייט מאכן א פראגראם, וואס מען גייט לערנען מידות טובות, נאר פאר זיין כתה.
ער האט געמאכט א פראגראם, אז מען גייט לערנען יעדע וואך נאך א מדה, ער גייט טיילן צעטלעך מיט טבלאות, (טשארטס) און יעדע בחור וואס ברענגט, אז ער האט כאטש צוויי מאל געארבעט אויף די מדה וואס מען לערנט, וועט באקומען פונקטן, און סוף יאר, וועט די גאנצע כתה גיין אויף א נסיעה צו מקומות הקדושים אין באפעלא, און אין נאך פילצאליגע קברים לענגאויס אמעריקע, און לויט וויפיל פוינטס מען האט, וועט מען באקומען גאר טייערע מתנות, דער העכסטער וועט באקומען א גאנצע חתן ש"ס.
ר' שלום האט אויסגעשטעלט אז אלע בחורים גייען אריין לייגן זייערע פונקטן, אין א קעסטל פארשפארט, ביים עק פון די כתה, און קיינער, אפילו נישט ער, וועט וויסן וויפיל פוינטס יעדער האט.
געטוהן האט ער עס, כדי קיינער זאל נישט פארלירן חשק, ווען מען זעהט אז א צווייטער האט מער.
עס איז געקומען מער צו סוף זמן, די לעצטע מדה וואס מען האט געלערנט פארן גרויסארטיגן נסיעה, איז געווען אהבת ישראל.
ר' שלום, זייענדיג א דורכגעווייקטע חסידישע איד, האט אין די מדה אריין געארבעט מער ווי אלע מידות, און יעדן טאג געפייערט וואס פארא הייליגע מדה דאס איז.
דער בחור פארוועם מען האט געדארפט מאכן די אלע טוישונגען, איז געווארן אן אנדערע מענטש, כאטש ער האט אסאך מאל נאך אפגעטוהן גוטע שטיקלעך, האט ער אבער זיך מער ווייניגער שטארק געטוישט, און יעדער האט דאס געזעהן.
עס איז געקומען די טאג וואס יעדער גייט אריין געבן זיינע פיינעל צעטלעך, אויף די מדה פון אהבת ישראל, און ר' שלום איז ממש געווען אין די הימלען פון פרייד, וויסנדיג אז ער האט ממש געטוישט די בחורים.
בחורים וואס פלעגן זיך ארום דרייען ליידיג, און טשעפענען די גאנצע ישיבה, האבן יעצט מיט א עכטע ערליכע תמימות, אריין געלייגט די קארטלעך, ווארטנדיג מיט שפאנונג, ווער עס גייט באקומען די גרויסע ש"ס, וואס איז שוין יעצט געליגן מיט פראכט ביים עק פון די כתה.
נאכ'ן דאווענען, זענען אלע בחורים אריין געקומען אין כתה, ווארטנדיג אויף זייער מגיד שיעור ר' שלום, אז ער זאל אריין קומען און ציילן אלע פונקטן ווער עס געווינט..
פלוצלינג, קומט אריין אונזער העלד פון די מעשה, מיט צופלויגענע פיאות, כאפט די גאנצע קעסטל מיט קארטלעך, און לויפט ארויס דערמיט.
נאך פאר וואס, ווען, ווי, איז ער געלאפן צום סינק, און גוט אנגעגאסן אלע קארטלעך, ביז מען האט מער גארנישט געקענט ליינען.
נאך עטליכע מינוט, איז ער אריין געקומען אין כתה, און אויסגעווארפן אלע נאסע קארטלעך...
די שטימונג וואס האט געהערשט אין כתה, איז אוממעגליך צו באשרייבן, טייל בחורים האבן געוויינט, טייל זענען געווען שאקירט, און נישט געקענט רעדן, אויף טייל איז זייער פנים געווארן רויט ווי פייער פאר כעס, גרייט צו צורייסן דעם בחור.
זיי האט נישט אזוי שטארק געבאדערט די ש"ס, זיי האבן געוואלט דער עיקר, אז זייער באליבטע מגיד שיעור זאל זעהן ווי שטארק זיי האבן זיך אנגעשטרענגט.. אבער קיינער האט נישט געקענט טוהן גארנישט, עטליכע וועגן דעם שאק, און די איבריגע, וויבאלד זיי האבן גוט מורא געהאט פונעם בחור, וויסנדיג אז ער איז גאר א ווילדער.
נאך עטליכע מינוט, האט זיך געהערט דעם מגיד שיעור'ס טריט אין די האלוועי, און דער בחור לויפט אקעגן דעם מגיד שיעור שרייענדיג, "מגיד שיעור איך וויל טעסטן, אויב דער מגיד שיעור האט אן אמתע אהבת ישראל"...
דער מגיד שיעור קוקט זיך ארום, און ער זעהט די אלע נאסע פאפירן.
פארטראכטערהייט, גייט ער צו צום סטעידש, ווי זיין פלאץ איז, און מיט א קול געשטיקט פון טרערן, הייבט ער אן צו רעדן.
טייערע בחורים, עס איז באקאנט, אז יעדע מענטש איז ווערט אראפצוקומען אויף די וועלט, כדי ער זאל ביישטיין איין נסיון.
אסאך מאל מיינט מען, יעצט האב איך אלע רעכטן צו שרייען, זיך רעגן, און נקמה נעמען... אבער דער אמת איז, אז טאקע פאר די נסיון, ביזטו אויף דער וועלט אראפגעקומען, און פארדעם האט זיך געלוינט, אויב די שטארקסט דיר, אז די זאלסט אראפקומען אויף די וועלט.
דערנאך האט ער אנגעהויבן רעדן פון אהבת ישראל, און פון דן זיין לכף זכות, און מיט דעם אנוועזנהייט פונעם בחור, גערעדט ווי גוט ער איז געווארן אין די לעצטערע חדשים.
נאך א האלבע שעה, האט מען געזעהן, אז דער עולם איז שוין נישט אין כעס, און די גאנצע עולם איז געווארן פרייליך, אז לכבוד די גרויסע נסיעה גייט מען ביישטיין די גרויסע נסיון פון אהבת ישראל, וואס דער אייבישטער האט געשיקט.
דער בחור איז די גאנצע צייט געזעצן שטיל, און פארטראכט.
עס האט אויסגעקוקט, ווי ער הערט זיך בכלל נישט צו צום דרשה.
ווען מען האט געענדיגט די דרשה, איז יעדער צוגעלאפן צום מגיד שיעור, פרעגן וואס מען גייט טוהן מיט'ן ש"ס, און דער בחור, זעענדיג אז קיינער שרייט נישט אויף אים, און קיינער רעדט נישט קיין שלעכט ווארט אויף אים, איז ער ארויסגעלאפן פון כתה, און אריין אין בית מדרש.
נאך עטליכע מינוט, האט דער מגיד שיעור אויפגעכאפט, אז דער בחור איז נישט דא.
איז ער אריין אין בית מדרש אים זוכן, דער בחור איז דארט געשטאנען, מיט א שטראלענדיג פנים, מיט א זעקל אין די האנט, און ער זאגט פארן מגיד שיעור.
"די מגיד שיעור האט געפעסט די טעסט"
דער מגיד שיעור עפנט דעם זעקל, און וואס זעהט ער???
אלע צעטלעך זענען געליגן דארט שיין, און געווארט אז מען זאל זיי אפציילן
!!
אין קורצן, דער בחור איז שפעטער אריין אין א נארמאלע ישיבה גדולה, ער האט שפעטער חתונה געהאט, און ממש לעצטנס געהאט זיין ערשטע קינד!!
דער מגיד שיעור האט געארבעט אויף זיין אהבת ישראל, און דורך דעם צוריק געברענגט א אידישע נשמה.
"די מעשה איז אן אמתע מעשה"

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1924
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3432
Re: איך שטעל דיר אויף א טעסט!!
Speechless
השי"ת האט נישט באנקארירט
Wowowowowowwoow
השי"ת האט נישט באנקארירט
Wowowowowowwoow
Re: איך שטעל דיר אויף א טעסט!!
טרערן. אומגלויבליך!
Re: איך שטעל דיר אויף א טעסט!!
געהערט פון א באקאנטער אויסגערופענער מגיד שיעור (נאמען געהיטן ביים שר של שכחה) פאר ער אנגעהויבן זיין קאריערע האט אים זיין טאטע א באקאנטער דערהויבענער איד געזאגט
א גוטער מגיד שיעור איז איינער וואס די שוואכע בחורים האלטן מיט, א מיטלגאטיגער איז מצליח מיט די בינונים און א שוואכער מגיד שיעור איז איינער וואס נאר די גוטע קעפ קענען פארשטיין זיין שיעור
עולם הפוך ראיתי
א גוטער מגיד שיעור איז איינער וואס די שוואכע בחורים האלטן מיט, א מיטלגאטיגער איז מצליח מיט די בינונים און א שוואכער מגיד שיעור איז איינער וואס נאר די גוטע קעפ קענען פארשטיין זיין שיעור
עולם הפוך ראיתי
Re: איך שטעל דיר אויף א טעסט!!
שטארק!
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
Re: איך שטעל דיר אויף א טעסט!!
באמת א שטאפל נאך נעקסט לעוועל!!!
כבין איבער גענימען....
כבין איבער גענימען....
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
Re: איך שטעל דיר אויף א טעסט!!
WOW!!!
גאר שטארק!
טאקע אן @אויסגעשארפטע בליי שרייבט שפיציג... צום הארץ אריין.

---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
Re: איך שטעל דיר אויף א טעסט!!
א גדול האט אמאל געזאגט פאר א ראש ישיבה איבער א בחור וואס ער געוואלט ארויסווארפן ווייל ער מאכט חרוב די ישיבה
ענדערש זאלסטו האלטן די ישיבה נאר פאר יענעם בחור ווייל אויב ווארפסטו אים ארויס וועט איםַקחימער נישט ארייננעמען און ער וועט חלילה צוגרינד גיין. די וואוילע בחורים וועלן נישט בלייבן אוצר ישיבה
ווער עס געדענק ווער דער גדול איז געווען זאל אויפהייבן די האנט. אפשר דער חזון איש

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4833
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14416
Re: איך שטעל דיר אויף א טעסט!!
כ'האב שוין געהערט אפאר נעמען אויף די מעשה. איינער האט עס זאגאר דערציילט אויפן סאטמאר רבין ז"ל. ווייסעכניש ווער ס'איז גערעכט.אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 26, 2024 10:54 am א גדול האט אמאל געזאגט פאר א ראש ישיבה איבער א בחור וואס ער געוואלט ארויסווארפן ווייל ער מאכט חרוב די ישיבה
ענדערש זאלסטו האלטן די ישיבה נאר פאר יענעם בחור ווייל אויב ווארפסטו אים ארויס וועט איםַקחימער נישט ארייננעמען און ער וועט חלילה צוגרינד גיין. די וואוילע בחורים וועלן נישט בלייבן אוצר ישיבה
ווער עס געדענק ווער דער גדול איז געווען זאל אויפהייבן די האנט. אפשר דער חזון איש
Re: איך שטעל דיר אויף א טעסט!!
די מעשה ווערט פארציילט טאקע מיטן רבין ז"ל, דער ראש ישיבה איז געווען ר' משה ניישלאס ז"ל וואס האט אין די ערשטע יארן אין אמעריקע געהאט א ישיבה פון 40 בחוריםשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 26, 2024 11:24 amכ'האב שוין געהערט אפאר נעמען אויף די מעשה. איינער האט עס זאגאר דערציילט אויפן סאטמאר רבין ז"ל. ווייסעכניש ווער ס'איז גערעכט.אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 26, 2024 10:54 am א גדול האט אמאל געזאגט פאר א ראש ישיבה איבער א בחור וואס ער געוואלט ארויסווארפן ווייל ער מאכט חרוב די ישיבה
ענדערש זאלסטו האלטן די ישיבה נאר פאר יענעם בחור ווייל אויב ווארפסטו אים ארויס וועט איםַקחימער נישט ארייננעמען און ער וועט חלילה צוגרינד גיין. די וואוילע בחורים וועלן נישט בלייבן אוצר ישיבה
ווער עס געדענק ווער דער גדול איז געווען זאל אויפהייבן די האנט. אפשר דער חזון איש
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4328
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13466
- ברסלב פלוס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 90
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:58 am
- Location: jerusalem
- x 210
- פארבינד זיך:
Re: איך שטעל דיר אויף א טעסט!!
היינט וואלט מען עם געשיקט צו טערעפי
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:32 pm
- Location: בית מדרש
- x 26
Re: איך שטעל דיך אויף א טעסט!
Wow wow!
אן אויסטערלישע גוטע פענע און א געפילישע הארץ.
אן אויסטערלישע גוטע פענע און א געפילישע הארץ.
Re: איך שטעל דיך אויף א טעסט!
וואאאאוףףףף!!!!!! איז דאס א מעשה!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 321
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1418
Re: איך שטעל דיך אויף א טעסט!
ישר כוח
@הוט באקס
@פופציגער
@הוט באקס
@פופציגער
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 321
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1418
Re: איך שטעל דיך אויף א טעסט!
ישר כוח...
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2315
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7246
Re: איך שטעל דיך אויף א טעסט!
דעטס איט!
אן @אויסגעשארפטע בליי מיט א שארפן שפיץ!
אוי ווי מען דארף זיך לערנען דערפון... אוי ווי אונז דארפן ארבעטן אויף זיך...
ובפרט נישט צו פארלירן גלייכגעוויכט בשעת כעס...
אנערקענען דעם נקודה פנימיות פון יעדן אידישע נשמה...

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.

#what a story