לאמיר גיין לערנען...
לאמיר גיין לערנען...
דער פארום איז דאך ניי, און מען דארף דאך מאכן א שטארקער יסוד דורך לימוד התורה.
אין דעם אשכול וואלט איך פארגעשלאגן א פלאן מען זאל נעמען סיי וואס, פון א משנה ביז א מסכתא גמרא ביז א מקצוע בהלכה און עס דורכטון אינאיינעם בדיבוק חברים. איך וואלט פארגעצויגן אז עס זאל לאו דווקא זיין א קביעות'דיגער מגי"ש, נאר יעדן טאג קען אן אנדערער פארלערנען אויפן סדר ווי מען האלט.
און דער געדאנק איז דער ציבור זאל זיך אינאיינעם פארקוקן, ד.ה. מען דארף נישט דער מגי"ש זאל קומען פארגעקוקט און אראפ לייגן א געשמאקער שיעור כשולחן הערוך, פאר דעם איז דאך שוין דא קול הלשון און תורה עניטיים, אנשטאט זאל עס זיין מער ווי א לימוד בחברותא צווישן די משתתפי השיעור, דער פארלערנער זאל מיטטיילן מיטן ציבור זיינע ספקות און התלבטויות און דער עולם זאל אריינזאגן זייערע הערות המחכימות, ומיני' ומיני' תסתיים שמעתתא.
(אפשר זאל מען מאכן א כלל אז מען טאר נאך נישט קענען די נושא וואס מען לערנט? אזוי זאל עס זיין מער ארגעניק ווי מען רופט עס).
צו געבן א לעבעדיגער משל וואס איך מיין, האב איך ארויסגענומען א משניות פון שאנק, געבלעטערט אהין און אהער ביז איך בין אנגעקומען צו א משנה וואס איך קען נישט, זיכער נאך קיינמאל נישט גרונטליך דורכגעטאן, און די משנה וועלן מיר היינט נאכט פארלערנען בעז"ה.
די משנה איז אין מס' שבת פרק כל כתבי (פט"ז), משנה ה'.
ר'"ש בן ננס אומר, פורסין עור של גדי ע"ג שדה תיבה ומגדל שאחז בהן את האור, מפני שהוא מחרך.
דער פרק רעדט פון הלכות וואס מען דארף טון אין פאל פון א שריפה ח"ו, סאו לאמיר קודם אוועק שטעלן די parameters פון וואס מען רעדט. דאס איז ברור אז אויב איז דא א ווייטער ספק פון מעגליכער פיקוח נפש, רעדט מען נישט דא בכלל, וויבאלד דעמאלס דארף מען טון אלעס צו באלד פארלעשן דעם פייער. דא רעדט מען נאר באופן וואס עס איז קלאר אז עס איז נישט קיין פיקוח נפש, און די שאלה איז נאר וועגן מונע זיין געלט שאדן.
דא האנדלט זיך לכאורה פון פרובירן אפצושטעלן א פייער פון זיך פארשפרייטן, אין ברטנורא איז משמע אז מען ראטעוועט דאדורך אפ דעם כלי אליינס אויך, כאטש איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וויאזוי און צו וואס טויג מיר א האלב פארברענטע כלי. דער אמת איז, אז מען שפילט זיך דא מיט אפאר שאלות לכאורה. א חשש פון כיבוי דורך אוועקשטעלן דעם עור, יתכן אז עס איז גאר א דירעקטער כיבוי וויבאלד מען נעמט אוועק די אקסיגען פונעם פייער, (בכלל דארף מען וויסן וואס איז דא אנדערש ווי די הלכה אז המסתפק משמן שבנר חייב משום מכבה, פארוואס דא ווען ער האקט לכאורה אפ צווישן דעם פייער און איר נאטורליכער דעסטינאציע איז דאס נישט בכלל זה), און עכ"פ א גרם כיבוי איז דאס זיכער. לויטן רמב"ם וואס פסק'נט ווי ר' יהודה אז מלאכה שאינה צריכה לגופה איז חייב, איז דא לכאורה ממש א שאלה פון א דאורייתא וואס איז אוודאי נישט מותר סתם וועגן ראטעווען געלט. אבער אפילו לדידן, איז דא בפשטות דא עכ"פ א ערנסטער איסור דרבנן וואס מען האט ווייזט אויס מתיר געווען לחומר הנושא.
נאך א פראבלעם, איז דאס לייגן דעם שטיק עור אויף א פייער, איז דאס נישט קיין שאלה פון מבעיר? מסכים אז עור איז ווייניגער פלעימעבל ווי האלץ - דאס איז דאך די גאנצע ציל מיטן לייגן דעם שטיק עור - אבער פארט, עפעס ווערט דאך עס בפשטות אפגעברענט, די משנה זאגט דאך אליינס אז עס איז מחרך, איז דאס נישט קיין איסור פון מבעיר בידים? אין אנדערע ווערטער, וואס איז דער גדר פון מבעיר בשבת, עס דארף זיין שתהא שלהבת עולה מאליה, אפשר גאר א טופח ע"מ להטפיח צו קענען אנצינדן אנדערע זאכן, צו עובר זיין אויפן איסור? לכאורה וואלט אזוי אויסגעוויזן פון די משנה (ויל"ע פון די באקאנטע מחלוקת רמב"ם און ראב"ד איבער גחלת של מתכת - וואס מען נוצט שטארק איבער אנצינדן א באלב שבת - וואס איינער פון זיי האלט אז דאס הייסט יא מבעיר כאטש עס קען לכאורה נישט אנצינדן אנדערע זאכן (דירעקט, אלס די היץ דערפון קען אפשר לעדער אויך).
אויסער דעם, א מציאות שאלה, ווערט נישט לעדער צולאזט אביסל עכ"פ פון א שטארקער פייער? אויב יא איז דאס אפשר אויך א בחינה פון מרפה את בקשה, אפילו אויב עס ברענט נישט ממש.
שוין, וועל מיר זיך דא אפשטעלן פאר היינט, לאמיר זעהן צי עמיצער איז אינטערעסירט בכלל און עס איז דא מיט וועמען צו גיין צום טיש, און וואס מען קען ווייטער שפינען אויף די נקודות וואס זענען אויפגעברענגט געווארן.

Re: לאמיר גיין לערנען...
די נאטור פון leather האט ג-ט ב״ה געמאכט אז ס׳ציעט זיך צוזאם פון די היעט, סאו אויב אזוי איז נישט דא גענוג צייט די הויט זאל פארברענט ווערן און די פייער איז שוין דערשטיקט אונטער די הויט
הושע נא חנה דוד הושענא
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5532
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19491
Re: לאמיר גיין לערנען...
גוטע געדאנק! אזוי יונג געווען...
אפשר מארגן.
אפשר מארגן.
Re: לאמיר גיין לערנען...
ויהי ממחרת. אין ויהי אלא לשון צערשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 26, 2024 11:38 pm גוטע געדאנק! אזוי יונג געווען...
אפשר מארגן.
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: לאמיר גיין לערנען...
יש מחר לאחר זמן.
לאמיר לערנען א שטיקעלע גמרא אין הוריות דף ט עמוד א
די גמרא וועט מען צוטיילן אין פיר חלקים: א – דין ב – טעם ג – שאלה ד – תשובה.
א – דין: א נשיא (מלך) ברענגט נישט קיין קרבן עולה ויורד. (פירוש קרבן עולה ויורד: איינער איז אריין אין ביהמ"ק אדער געגעסן קדשים בטומאה, א עושר ברענגט א בהמה, אן ארעמאן א עוף, און א גאר גרויסע ארעמאן א מנחה).
ב – טעם: אין די פרשה פון קרבן עולה ויורד שטייט 'ואם לא תגיע ידו' און 'לא תשיג ידו' – פון דעם לערנט מען ארויס אז א קרבן עולה ויורד איז נאר ביי אזא איינער וואס קען ווערן ארעם ביי א נשיא איז דאס אבער נישט שייך ווייל א נשיא איז דאך דער קעניג וואס פארמאגט אייביג א גרויס פארמעגן ממילא איז די גאנצע פרשה פון דער קרבן עולה ויורד נישט געזאגט געווארן אויף אים.
ג – שאלה: רבינא האט געפרעגט פון רב נחמן ב"ר יצחק, 'נשיא שנצטרע' – א נשיא האט באקומען קרעץ - וואס דאס מאכט אים אויס נשיא (ווי ס'ווערט שפעטער געברענגט) צו דאן קען ער שוין יא ברענגען א קרבן עולה ויורד ווייל ער איז שוין אויס נשיא, אדער זאגט מען ניין, כיון דאידחה, אידחה! ער פארבלייבט שוין מיטן זעלבן דין אז ער קען נישט ברענגען אויך יעצט ווען ער איז שוין אויס נשיא.
ד – תשובה: רב נחמן ב"ר יצחק האט געענטפערט מיט דריי ווערטער; 'דילך או דגזא'?! – פון דיינס אדער פון די אוצרות?! – דאס הייסט דער נשיא שנצטרע פון ווי וואלט ער גענומען פארן קרבן?! פון 'דיין' געלט, אדער פון 'זיינע' אוצרות?! אוודאי פון זיינע אוצרות! און ווי רש"י איז מסביר, אז אויך נאכן ווערן אויס נשיא פארלירט ער נאכנישט זיינע פולע אוצרות וואס ער האט זיך אנגעזאמלט אלץ קעניג, און היות דער גאנצע סיבה פארוואס דער נשיא ברענגט נישט קיין קרבן עולה ויורד איז ווייל ער קען נישט זיין קיין ארעמאן, ממילא איז דאס נאך אלץ גילטיג אויך נאך פארלירן דעם טראן ווילאנג ער האט נאך נישט פארלוירן דאס פארמעגן.
לסיכום:
א נשיא ברענגט נישט קיין קרבן עולה ויורד ווייל ביי אים איז נישטא דער מושג פון ארעמקייט וואס ווערט דערמאנט אין די פרשה. די שאלה איז אויב ווערט ער קרעציג און דערביי ווערט ער אויס נשיא וואס איז דעמאלט. און דער תשובה דערויף (ווי רש"י לערנט) אז די דין בלייבט די זעלבע און אז ער איז ווייטער פטור פונעם קרבן וויבאלד ער איז נאך אלץ פארבליבן מיט זיין גרויס פארמעגן.
נאר צוצולייגן צוויי נקודות:
א - ס'דא ראשונים וואס לענען אנדערש פשט פון רש"י אין די ענטפער פון רב נחמן 'דילך או דגזא' וואס לויט דעם וועט זיך אויך טוישן די דין. דער רמב"ם איז ווייזט אויס איינער פון די וואס לערנען אנדערש ווייל ער פסק'נט אז א נשיא שנצטרע ווערט אויס נשיא און ער איז א פולשטענדיגע הדיוט וואס קען יא ברענגען א קרבן עולה ויורד, נישט ווי רש"י.
ב – דער רש"ש האט דא אן אינטערסאנטע פשט אין די ווערטער פון רב נחמן ב"ר יצחק 'דילך או דגזא'. 'גזא' איז א נאמען פון א מענטש וואס רבינא האט שוין פון אים נאכגעזאגט א געוויסע מימרא (אין יבמות מה.) און דאס האט רב נחמן ב"ר יצחק געמיינט צוריקצופרעגן פון רבינא 'דילך או דגזא' - 'די שאלה וואס דו פרעגסט איז דיינס אדער האסטו דאס אויך גענומען פון 'גזא''?! וואס דאס מיינט אז רב נחמן האט נישט געענטפערט קיין שום תשובה אויף די שאלה פון 'נשיא שנצטרע' ער האט נאר געוואלט וויסן אויב דאס וואס רבינא האט געפרעגט צו ס'איז אייגנס.
זייטס מיר געזונט און ש'כח פאר מיטהאלטן...

קודם א גרויסע ש'כח פאר די אלע וואס האבן זיך צוגעזעצט צום שיעור צום 'ערשטן מאל'.. (לכה"פ 4 משתתפים, גאנץ א גרויסע שיעור אין אונזערע טעג...)
און יעצט א הוספה א קליינע..
אן אינטערסאנטע חידוש קען מען אפשר ארויסלערנען פון די גמרא לויט ווי רש"י לערנט די אפטייטש פון די ווערטער 'דילך או דגזא' אז אויך נאכן מעביר זיין דעם קעניג פון זיין קעניגרייך בלייבט ער נאך אלץ מיט די קעניגליכע אוצרות טראצדעם וואס די אוצרות זענען לכא' צוזאמגעשטעלט געווארן פארן בית מלוכה און נישט פאר אים פערזענליך אפי' אזוי הייסט דאס נאך אלץ זיין פארמעגן.
דאס קען אפשר אויך זיין נוגע ביי פארשידענע פעלער ווען מ'איז איינעם מעביר פון א הויכשטעלענדיגע פאזיציע צוליב כל מיני סיבות שונות מיינט דאס נאכנישט אז ער פארלירט די פארמעגן וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט אדאנק דעם.
למעשה איז דאס אבער נישט ממש קיין ראיה ווייל ווי ס'איז מבואר אין די גמרא שפעטער אז ווען מ'איז מעביר דעם מלך צוליב צרעת איז דאס נאר צייטווייליג און ווען די צרעת גייט אוועק קריגט ער צוריק די מלוכה ממילא קען זיין אז נאר אויף אזא פאל בלייבט ער מיט די אוצרות משא"כ ווען מ'איז מעביר א מענטש אויף אייביג איז דאס שוין אן אנדערע מעשה.
און נאכאמאל.. זייטס געזונט!

א גוטן, מ'קען פארלערנען נאך א שטיקעלע גמרא?
אז איר האט געקליקט אהער האף איך אז כאטש איינער האט דא געזאגט יא...
היינט וועט זיין א גמרא אין הוריות דף י עמוד ב
א - א הייליגע מימרא פון רבי יוחנן בן זכאי אויף די פרשה פון א נשיא שחטא בשוגג. שטייט אין פסוק די ווערטער: 'אשר נשיא יחטא' – אשר איז א לשון פון 'אשרי' – זאגט די גמרא: 'וואויל איז פארן פאלק וואס איר נשיא אנערקענט ווען ער האט געטון אן עבירה בשוגג און איז גרייט צו ברענגען א קרבן דערויף'!
וואס האט איינס מיטן צווייטן?! א נשיא ברענגט א קרבן מיינט דאס שוין אז ס'איז וואויל פארן גאנצע פאלק?!
ב- נאר די גמרא איז ממשיך אז דאס שטעלט זיך נישט אפ ביים נשיא "אם נשיא שלו מביא קרבן צריך אתה לומר מה הדיוט"?!
דאס אז דער נשיא ברענגט א קרבן איז:
א "סימן" – אז דער מצב הדור איז אזוי גוט אז אפי' דער נשיא קען זיך מכניע זיין ווען ער האט געטון אן עבירה, ווער רעדט נאך פונעם הדיוט.
און גלייכצייטיג אויך א "סיבה" – דער נשיא האט אן השפעה אויפן גאנצן פאלק וואס וועלן זיך זיכער אפלערנען דערפון אז אויב דער נשיא קען, דאן קענען זיי אוודאי.
ג - און די גמרא איז ממשיך:
"אם על שגגתו מביא קרבן צריך אתה לומר מהו זדונו"? – אויב אויפן שוגג ברענגט ער א קרבן איז כל שכן אז ער וועט תשובה טון אויף זיינע עבירות במזיד.
ד - וואס איז דער ק"ו?! לכא' איז די סברא פארקערט, עס איז גרינגער מודה צו זיין אויף אן עבירה וואס איז געטון געווארן בשווג ווי אויף אן עבירה במזיד, נישט אזוי?!
1) דער בן איש חי ברענגט א תירוץ, במזיד אן עדים והתראה (וואס נאר דעמאלט העלפט זיין תשובה) קען ער תשובה טון אזוי בינו לבין עצמו קיינער דארף נישט מיטהאלטן, איז דאס נישט אזוי געפערליך, אבער בשוגג דארף מען דאך ברענגען דעם קרבן און בית המקדש אריין לעיני כל, און דאס איז שוין אסאך שווערע, יעדער האלט מיט די גרויסע נייעס אז דער נשיא ברענגט א קרבן חטאת, דאס איז שוין גאר גרויסע בושות...
2) נאך א תירוץ קען זיין (ואולי אביסל פסיכעלאגיש) אז אפי' אויב האט דער נשיא חרטה אויף אן עבירה במזיד קען ער פארט ארויסקומען זאגן פארן ציבור אז דאס איז געטון געווארן מיט א סיבה... ער האט זיך געהאט זיינע חשבונות פארוואס ער האט דאן אזוי געהאלטן... און יעצט האלט ער אנדערש און האט חרטה דערויף.
און דאס קען צומאל זיין אסאך לייכטער ווי צו מודה זיין על האמת אז ער איז שוין דעמאלט געווען א שוגג און האט גאנץ פשוט געמאכט א פאלנער טעות...
ש'כח פארן מיטהאלטן
האטס מיר א גוטן טאג און בלייבטס געזונט!

היינט וועט זיין הוריות דף יא עמוד ב'
א באקאנטע שטיקל גמרא וואס איז שוין געווארן היפש הייס און היציג דורכאויס די יארן, דא וועט דאס נאך ווארשיינליך פארבלייבן קיל און רואיג..
א - די גמרא זאגט אז א מלך דארף מען זאלבן מיט שמן המשחה. אבער נאר ער, זיינע קינדער שוין נישט. 'אין מושחין מלך בן מלך' – א קינד פון א קעניג נעמט איבער דער מלוכה און דארף נישט קיין שמן המשחה. פון וואו לערנט מען דאס ארויס? זאגט רב אחא בר יעקב פונעם פסוק 'למען יאריך ימים על ממלכתו הוא בניו' דאס קעניגרייך איז אזוי ווי א ירושה וואס גייט ווייטער צו די קינדער.
ב - לייגט צי די גמרא אז אויב איז דא דערין א מחלקות און נישט יעדער האלט דעם זון פאסיג פארן מלוכה דאן ברויך מען שוין יא צו ניצן די שמן המשחה פארן בן מלך. און ווי די גמרא דרשנ'ט עס פון די פסוק ווייטער 'הוא ובניו בקרב ישראל' – אין א צייט פון שלום - 'בקרב ישראל' - נאר דעמאלט גייט אן דעם כלל פון 'הוא ובניו'.
ג – די גמרא שפעטער לייגט צו נאך א קנייטש אז זאס זעלבע איז אויך ווען דער קעניג האט געהאט עטליכע זון קומט זיך עס ערשט פארן בכור און מען דארף נישט קיין שמן המשחה, אויב אבער איז דער בכור נישט פאסיג און מען גיבט דאס איבער פאר אן אנדערע זון דאן דארף מען שוין ניצן די שמן המשחה.
ד - לגבי דער ענין פון ירושה ברבנות איז שוין ברייט באקאנט די רמב"ם אז דער דין גייט אן ביי יעדע סארט שררה אין כלל ישראל און נישט נאר ביים כסא המלוכה און עס טוט זיך דערין א גרויסע מחלוקות אין די ספרים.. דער חת"ס האט צוויי תשובות דערויף (או"ח י"ג און י"ד) וואס קוקן אויס ווי איינס איז זיך סותר מיטן צווייטן אין דערין איז דא א ויכוח צווישן די קינדער און תלמידים וואס ער האט געהאלטן. ס'דא וואס זאגן אז דער חת"ס האט חוזר געווען, אנדערע זאגן אז ס'ווענט זיך וואספארא סארט רבנות.
ה- רבי משה שטערנבוך קומט מיט א חידוש: ער זאגט אז אפי' אויב רבנות האט א דין ירושה איז דאס אבער נישט ממש ווי א ירושה בדיני ממונות וואס גייט אויטאמאטיש, די קינד ירש'נט דעם טאטע'ן און מ'דארף גארנישט טון דערויף. דער ירושה פון שררה איז אבער אנדערש, דאס קינד וועט פון זיך אליינס זיך נישט געפונען אויפן פלאץ פונעם טאטע'ן, ער דארף נאך אלץ ווערן ממונה דורכ'ן ציבור אדער ראשי הקהילה. נאר וואס? די חיוב ליגט אויף די ראשי הקהילה טאקע צו ממנה זיין דעם עלטסטן זון. אויב אבער האבן זיי עובר געווען דערויף און ממנה געווען א צווייטן האט דאס יענער באקומען און דער עלטסטע זון קען נישט האבן קיין שום ממונות'דיגע תביעה.
א ראיה לדבריו קען מען אפשר ברענגען פון די היינטיגע גמרא וואס זאגט אז דאס וואס 'אין מושחין מלך בן מלך' איז נאר ווען ס'איז נישט דא קיין מחלוקות דעמאלט דארף מען נישט קיין משיחה ווייל אז דער גאנצע ציבור איז מסכים דערצו איז כאילו דער ציבור האט אים ממנה געווען. אויב אבער איז יא דא מחלוקות און נישט יעדער איז איינשטומונג דערמיט דאן פאדערט זיך יא א משיחה ווייל אן קיין מינוי קען דער זון נישט איבערנעמען דעם טאטע'ן פלאץ.
שטומט..? בכל אופן, זייטס געזונט!

נישט איז נישט...
כאטש איז דא איינער וואס האט געהאט א תועלת דערפון... (וואס מ'טוט, טוט מען פאר זיך!)
כאטש איז דא איינער וואס האט געהאט א תועלת דערפון... (וואס מ'טוט, טוט מען פאר זיך!)
Re: לאמיר גיין לערנען...
הוריות י"ב עמוד א'
אין קורצן נישט קיין אריכות, מ'דארף גיין זאגן סליחות...
די היינטיגע בלאט לוינט זיך צו לערנען... אן איינמאליגע געשעפט... מ'לערנט בלויז איין בלאט און באותו זמן קענען צוויי בלעטער אין ש"ס!
דאכט זיך עס איז נישטא נאך אזא זאך אין ש"ס.. כמעט דער גאנצע בלאט פון הוריות דף י"ב ווערט איבערגע'חזר'ט אין כריתות דף ה' ממש ווארט ביי ווארט!
ווארט ביי ווארט?! נישט ממש. עס איז דא אן אונטערשייד פון איין ווארט.
פון אט די ווארט רעדן די פוסקים ארום אין הלכות ר"ה.
די גמרא איז די מימרא פון אביי 'השתא דאמרת סימנא מילתא הוא יהא איניש רגיל למיכל בריש שתא, קרא רוביא כרתי סלקא ותמרי' אין כריתות שטייט 'יהא איניש רגיל למיכל' – מען זאל דאס עסן. דא אין הוריות איז אבער די גירסא ' יהא רגיל למיחזי' – דאס הייסט נאר קוקן מען דארף בכלל נישט עסן.
אין טור איז די גירסא 'למיכל' די בית יוסף ברענגט אבער די גירסא פון 'למיחזי'.
למעשה פירט מען זיך צו עסן (אדער נישט?).
פאר דער וואס קען אבער נישט עסן - צוליב ווערעם אדער אנדערע סיבות - שטייט אין כף החיים אז מ'קען אויך יוצא זיין מיט קוקן דערויף.
היינט, ווען די סימנים וואס ווערן געברענגט אין גמרא קאסטן היפש א טייערע פרייז, איז פאר די וואס ווילן סיי האבן די סימנים און סיי זיך שפארן, קען מען אפשר ניצן דעם היתר און קויפן בשותפות עטליכע צוזאמען, אדער ברענגען אין ביהמ"ד ווי יעדער וועט קוקן דערויף און זאגן דעם יהי' רצון.
האטס א גוטע סליחה, און בני חיי ומזונו רויחי!