דער פארום איז דאך ניי, און מען דארף דאך מאכן א שטארקער יסוד דורך לימוד התורה.
אין דעם אשכול וואלט איך פארגעשלאגן א פלאן מען זאל נעמען סיי וואס, פון א משנה ביז א מסכתא גמרא ביז א מקצוע בהלכה און עס דורכטון אינאיינעם בדיבוק חברים. איך וואלט פארגעצויגן אז עס זאל לאו דווקא זיין א קביעות'דיגער מגי"ש, נאר יעדן טאג קען אן אנדערער פארלערנען אויפן סדר ווי מען האלט.
און דער געדאנק איז דער ציבור זאל זיך אינאיינעם פארקוקן, ד.ה. מען דארף נישט דער מגי"ש זאל קומען פארגעקוקט און אראפ לייגן א געשמאקער שיעור כשולחן הערוך, פאר דעם איז דאך שוין דא קול הלשון און תורה עניטיים, אנשטאט זאל עס זיין מער ווי א לימוד בחברותא צווישן די משתתפי השיעור, דער פארלערנער זאל מיטטיילן מיטן ציבור זיינע ספקות און התלבטויות און דער עולם זאל אריינזאגן זייערע הערות המחכימות, ומיני' ומיני' תסתיים שמעתתא.
(אפשר זאל מען מאכן א כלל אז מען טאר נאך נישט קענען די נושא וואס מען לערנט? אזוי זאל עס זיין מער ארגעניק ווי מען רופט עס).
צו געבן א לעבעדיגער משל וואס איך מיין, האב איך ארויסגענומען א משניות פון שאנק, געבלעטערט אהין און אהער ביז איך בין אנגעקומען צו א משנה וואס איך קען נישט, זיכער נאך קיינמאל נישט גרונטליך דורכגעטאן, און די משנה וועלן מיר היינט נאכט פארלערנען בעז"ה.
די משנה איז אין מס' שבת פרק כל כתבי (פט"ז), משנה ה'.
ר'"ש בן ננס אומר, פורסין עור של גדי ע"ג שדה תיבה ומגדל שאחז בהן את האור, מפני שהוא מחרך.
דער פרק רעדט פון הלכות וואס מען דארף טון אין פאל פון א שריפה ח"ו, סאו לאמיר קודם אוועק שטעלן די parameters פון וואס מען רעדט. דאס איז ברור אז אויב איז דא א ווייטער ספק פון מעגליכער פיקוח נפש, רעדט מען נישט דא בכלל, וויבאלד דעמאלס דארף מען טון אלעס צו באלד פארלעשן דעם פייער. דא רעדט מען נאר באופן וואס עס איז קלאר אז עס איז נישט קיין פיקוח נפש, און די שאלה איז נאר וועגן מונע זיין געלט שאדן.
דא האנדלט זיך לכאורה פון פרובירן אפצושטעלן א פייער פון זיך פארשפרייטן, אין ברטנורא איז משמע אז מען ראטעוועט דאדורך אפ דעם כלי אליינס אויך, כאטש איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וויאזוי און צו וואס טויג מיר א האלב פארברענטע כלי. דער אמת איז, אז מען שפילט זיך דא מיט אפאר שאלות לכאורה. א חשש פון כיבוי דורך אוועקשטעלן דעם עור, יתכן אז עס איז גאר א דירעקטער כיבוי וויבאלד מען נעמט אוועק די אקסיגען פונעם פייער, (בכלל דארף מען וויסן וואס איז דא אנדערש ווי די הלכה אז המסתפק משמן שבנר חייב משום מכבה, פארוואס דא ווען ער האקט לכאורה אפ צווישן דעם פייער און איר נאטורליכער דעסטינאציע איז דאס נישט בכלל זה), און עכ"פ א גרם כיבוי איז דאס זיכער. לויטן רמב"ם וואס פסק'נט ווי ר' יהודה אז מלאכה שאינה צריכה לגופה איז חייב, איז דא לכאורה ממש א שאלה פון א דאורייתא וואס איז אוודאי נישט מותר סתם וועגן ראטעווען געלט. אבער אפילו לדידן, איז דא בפשטות דא עכ"פ א ערנסטער איסור דרבנן וואס מען האט ווייזט אויס מתיר געווען לחומר הנושא.
נאך א פראבלעם, איז דאס לייגן דעם שטיק עור אויף א פייער, איז דאס נישט קיין שאלה פון מבעיר? מסכים אז עור איז ווייניגער פלעימעבל ווי האלץ - דאס איז דאך די גאנצע ציל מיטן לייגן דעם שטיק עור - אבער פארט, עפעס ווערט דאך עס בפשטות אפגעברענט, די משנה זאגט דאך אליינס אז עס איז מחרך, איז דאס נישט קיין איסור פון מבעיר בידים? אין אנדערע ווערטער, וואס איז דער גדר פון מבעיר בשבת, עס דארף זיין שתהא שלהבת עולה מאליה, אפשר גאר א טופח ע"מ להטפיח צו קענען אנצינדן אנדערע זאכן, צו עובר זיין אויפן איסור? לכאורה וואלט אזוי אויסגעוויזן פון די משנה (ויל"ע פון די באקאנטע מחלוקת רמב"ם און ראב"ד איבער גחלת של מתכת - וואס מען נוצט שטארק איבער אנצינדן א באלב שבת - וואס איינער פון זיי האלט אז דאס הייסט יא מבעיר כאטש עס קען לכאורה נישט אנצינדן אנדערע זאכן (דירעקט, אלס די היץ דערפון קען אפשר לעדער אויך).
אויסער דעם, א מציאות שאלה, ווערט נישט לעדער צולאזט אביסל עכ"פ פון א שטארקער פייער? אויב יא איז דאס אפשר אויך א בחינה פון מרפה את בקשה, אפילו אויב עס ברענט נישט ממש.
שוין, וועל מיר זיך דא אפשטעלן פאר היינט, לאמיר זעהן צי עמיצער איז אינטערעסירט בכלל און עס איז דא מיט וועמען צו גיין צום טיש, און וואס מען קען ווייטער שפינען אויף די נקודות וואס זענען אויפגעברענגט געווארן.
לאמיר גיין לערנען...
Re: לאמיר גיין לערנען...
די נאטור פון leather האט ג-ט ב״ה געמאכט אז ס׳ציעט זיך צוזאם פון די היעט, סאו אויב אזוי איז נישט דא גענוג צייט די הויט זאל פארברענט ווערן און די פייער איז שוין דערשטיקט אונטער די הויט
הושע נא חנה דוד הושענא
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3585
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9371
Re: לאמיר גיין לערנען...
גוטע געדאנק! אזוי יונג געווען...
אפשר מארגן.
אפשר מארגן.