שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 298

שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

בעזהשי''ת

כ'מיין אז ס'פארדינט זיך א באזונדערע טעמע
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 298

Re: מסע התרוממות פון הגה''צ אב''ד ור''מ סאטמאר וומ''ס מהר''א, שבת אמור אין מאנטריאל

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

א חסיד פון רב האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 10:48 am
א חסיד פון רב האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 10:43 am הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אריין צום מסיבת לחיים ומעמד פתיחת הזמן בהיכל בית מדרשינו הגדול אין מאנטריאל.
מ'קען מיטהאלטן א לייוו הוק-אופ פון די מסיבות לחיים ומעמד פתיחת הזמן אויף מערכת קול סאטמאר.
18459511110
311
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 298

Re: מסע התרוממות פון הגה''צ אב''ד ור''מ סאטמאר וומ''ס מהר''א, שבת אמור אין מאנטריאל

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

e76082bd-c88d-430d-b012-d798ad59067c.png
e76082bd-c88d-430d-b012-d798ad59067c.png (200.66 KiB) געזען געווארן 1358 מאל
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 298

Re: מסע התרוממות פון הגה''צ אב''ד ור''מ סאטמאר וומ''ס מהר''א, שבת אמור אין מאנטריאל

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

6b437471-d14f-4ef0-99f1-9467c90467c9.jpeg
6b437471-d14f-4ef0-99f1-9467c90467c9.jpeg (174.89 KiB) געזען געווארן 1361 מאל
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 298

Re: מסע התרוממות פון הגה''צ אב''ד ור''מ סאטמאר וומ''ס מהר''א, שבת אמור אין מאנטריאל

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

7134de81-dd5c-4248-8c53-5aa65f4e427d.jpeg
7134de81-dd5c-4248-8c53-5aa65f4e427d.jpeg (176.47 KiB) געזען געווארן 1366 מאל
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 298

Re: מסע התרוממות פון הגה''צ אב''ד ור''מ סאטמאר וומ''ס מהר''א, שבת אמור אין מאנטריאל

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

4572f87a-4431-4583-ae68-d1fdf253d7ab.jpeg
4572f87a-4431-4583-ae68-d1fdf253d7ab.jpeg (171.73 KiB) געזען געווארן 1367 מאל
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 298

Re: מסע התרוממות פון הגה''צ אב''ד ור''מ סאטמאר וומ''ס מהר''א, שבת אמור אין מאנטריאל

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

854c181d-9968-4aee-80d7-92c57c18e1e9.jpeg
854c181d-9968-4aee-80d7-92c57c18e1e9.jpeg (167.06 KiB) געזען געווארן 1367 מאל
אוועיטער
א חסיד פון רב
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 109

Re: מסע התרוממות פון הגה''צ אב''ד ור''מ סאטמאר וומ''ס מהר''א, שבת אמור אין מאנטריאל

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

סדר הנסיעה פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר וומסב”ג שליט"א אין מאנטריאל ווי דער רב וועט אנקומען אויף א ביקור חיזוק און פראווענען א 'שבת התרוממות' אינאיינעם מיט די חברי הקהילה בשליחות הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א:

דאנערשטאג נאכמיטאג וועט די רב אנקומען קיין מאנטריאל און אויפדערנאכט וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים באולם עטרת פיגא, ווי די דומ”ץ הקהילה וועט אויפטרעטן בדברי קבלת פנים,
די רב וועט משמיע זיין א דרשה ביסודות איתנים בהנהגת הבית וחינוך הבנים.
פרייטאג אינדערפרי וועלן זיך די בחורים צוזאמקומען צו א סדר הלימוד פון 3 שעה כהכנה דרבה צו תפילת שחרית מיטן רב, נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים ופתיחת הזמן, וואו די רב וועט משמיע זיין דברי הדרכה פאר די בחורים,
שב"ק וועט דער רב דאווענען אלע תפילות ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול
די סעודה וועט די רב פראווענען מיט די בחורי חמד, נאכ'ן סעודה וועט פארקומען א שבת אחים, מ'וועט מאריך זיין בשירות ותשבחות, און די רב וועט משמיע זיין דברי תורה וסיפורי צדיקים.
אינדערפרי וועט די רב ערשיינען ביים 'חברת תהלים' פאר די ילדי אנ"ש און משמיע זיין דברי ברכה
די סעודה וועט די רב פראווענען פאר די חשובי הקהילה און פאר די געסט
נאכמיטאג וועט די רב פארלערנען פרקי אבות און ארומרעדן יסודות והדרכות ישרות בכל חלקי החיים,
רעוא דרעוין וועט געפראוועט ווערן אויף א גאר געהויבענע פארנעם,
מען וועט מאריך זיין בניגוני התעוררות ודביקות, און די רב וועט משמיע זיין דברי כיבושין להלהיב הלבבות לעבודת השם,

זונטאג וועט די רב דאווענען תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול,
און נאכמיטאג וועט פארקומען א מסיבת התחזקות פאר די לומדי הכולל, וואו די רב וועט משמיע זיין דברי חיזוק והדרכה לרגל פתיחת הזמן
ארום 8:00 וועט פארקומען א כינוס אנ"ש בראשות דעם רב וואס וועט משמיע זיין די צענטראלע דרשה בדברי התחזקות בג' עמודי עולם, יסודות והדרכות במשנת רבוה"ק, ולרומם קרן הקהילה.
נאכ'ן מעמד וועט זיך די רב ארויסלאזן אויפ'ן וועג אהיים, איבערלאזנדיג פילע הויפענס חיזוק והשפעות טובות פאר כלל חסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל.
אוועיטער
א חסיד פון רב
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 109

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א נעכטן אויפדערנאכט ביים מסיבת ליל ששי ומעמד קבלת פנים באולם עטרת פיגא,
פיילס
4044.jpeg
4044.jpeg (64.75 KiB) געזען געווארן 1291 מאל
4045.jpeg
4045.jpeg (49.83 KiB) געזען געווארן 1291 מאל
אוועיטער
א חסיד פון רב
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 109

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א נעכטן אויפדערנאכט ביי תפילת מעריב און קידוש לבנה נאכן מסיבת ליל ששי ומעמד קבלת פנים באולם עטרת פיגא.
פיילס
4046.jpeg
4046.jpeg (44.19 KiB) געזען געווארן 1288 מאל
4043.jpeg
4043.jpeg (57.64 KiB) געזען געווארן 1288 מאל
אוועיטער
א חסיד פון רב
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 109

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סדר הלימוד פאר די בחורי אנ"ש, היינט אינדערפרי פארן תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אין מאנטריאל.
פיילס
4062.jpeg
4062.jpeg (60.37 KiB) געזען געווארן 1280 מאל
4065.jpeg
4065.jpeg (175.33 KiB) געזען געווארן 1280 מאל
4064.jpeg
4064.jpeg (81.39 KiB) געזען געווארן 1280 מאל
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 148

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך נאך וואס »

מיט וועמען לערנט דא די רב?
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 593
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 783

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

א חסיד פון רב האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:46 pm הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א נעכטן אויפדערנאכט ביים מסיבת ליל ששי ומעמד קבלת פנים באולם עטרת פיגא,
נישט קיין קבל"פ
א דרשה פאר אברכים צעירים ביז 10 יאר נאך די חתונה
אוועיטער
א חסיד פון רב
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 109

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

כינוס כללי זונטאג בהר
פיילס
4070.jpeg
4070.jpeg (254.78 KiB) געזען געווארן 1247 מאל
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 593
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 783

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

איך בעט די מנהלים זאלן פארמאכן די טעמע
מאכט נישט קיין סענס א עקסטערע טעמע פאר א באזוך פון א רב אין א שטאט.
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 298

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

אבער טאמער איז דא אזויפיל באריכטן און בילדער, וועט עס סתם צושטערן די אשכול הכללי, ניין?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2717
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 2730

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך שמח »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:18 pm איך בעט די מנהלים זאלן פארמאכן די טעמע
מאכט נישט קיין סענס א עקסטערע טעמע פאר א באזוך פון א רב אין א שטאט.
נאך די שבת פארענדיגט זיך קען מען עס אריינשמעלצן אהין.
"גוט געטון איז בעסער ווי גוט געזאגט." (היום יום)
אוועיטער
א חסיד פון רב
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 109

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

= זמנים לשבת קודש פרשת אמור - 'שבת התרוממות' בקרב קהילתינו הק' - מאנטריאל קאנאדע =

זמן הדלקת הנרות: 8:05.
סוף זמן קרי"ש: 8:29.
זמן מוצאי שבת: 9:36.

מנחה וקבלת שבת: 8:35.

סעודת ליל שבת קודש פאר די בחורי חמד בהיכל הביהמ"ד: 10:30.

שבת אחים פאר כלל אנשי שלומינו תושבי מאנטריאל: 12:15.

דברי חיזוק לילדי תשב"ר אצל מסגרת 'חברת תהלים': 8:45.

שחרית יום שבת קודש: 9:30.

סעודת יום שבת קודש לחשובי ופני קהילתינו הק' און פאר די געסט בבית האכסניא.

שיעור פרקי אבות - יסודות והדרכות ישרות בכל חלקי החיים: 6:50.

מנחה וס"ג יחד כל הקהל הקודש בניגוני התעוררות ודביקות מתובל בדברי תורה ודברי כיבושין ומוסר להלהיב הלבבות לעבודת השי"ת: 8:15.

א גוט שבת.
פיילס
Screenshot_20240517_140701_Gmail.jpg
Screenshot_20240517_140701_Gmail.jpg (896.88 KiB) געזען געווארן 1190 מאל
Screenshot_20240517_140715_Gmail.jpg
Screenshot_20240517_140715_Gmail.jpg (749.43 KiB) געזען געווארן 1190 מאל
Screenshot_20240517_140623_Gmail.jpg
Screenshot_20240517_140623_Gmail.jpg (263.18 KiB) געזען געווארן 1190 מאל
אוועיטער
א חסיד פון רב
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 109

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

.
פיילס
4130.jpeg
4130.jpeg (406.88 KiB) געזען געווארן 1190 מאל
4131.jpeg
4131.jpeg (297.55 KiB) געזען געווארן 1190 מאל
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 162

Re: "שבת התרוממות" פ' אמור אין סאטמאר מאנטריאל (מהר"א) בראשות וומסב"ג רב שליט"א

פאוסט דורך פ. לאקס »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:18 pm איך בעט די מנהלים זאלן פארמאכן די טעמע
מאכט נישט קיין סענס א עקסטערע טעמע פאר א באזוך פון א רב אין א שטאט.
מאנסי רב'ס זאכן האסטו דאך גע'טענה'ט שטערט ווען עס איז אינעם כלליות'דיגער טעמע
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
א חסיד פון רב
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 109

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

= דאנערשטאג פרשת אמור [חלק ב'] ~ יום א' של הנסיעה הרוממה לעיר מאנטריאל =

ארום 1:15 האט זיך דער רב שליט"א ארויסגעלאזט ממעונו אויפ'ן וועג צום לוגווארדיע לופטפעלד,
אויפ'ן וועג איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי הרה"ח הישיש ר' יעקב גליק הי"ו ע"פ אחיו הרה"ח ר' משה ע"ה.

אום 2:55 האט זיך די פליגער געהויבן אויפ'ן וועג קיין מאנטריאל,
ארום 4:10 האט די פליגער געלאנדעט אינעם YUL לופטפעלד אין מאנטריאל,
אין לופטפעלד איז דער רב שליט"א געווארן אפגעווארט דורך די ראשי ופני הקהילה צוזאמען מיט צענדליגער אנ"ש תושבי מאנטריאל, דער רב שליט"א האט זיך באגריסט מיט די ראשי הקהילה, און דער ציבור איז אריבער שלום נעמען,

דער רב שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי"ו חבר הנהלת כוללינו, וואו דער רב וועט זיך אויפהאלטן דורכאויס די ימי הביקור.

ארום 6:45 האט דער רב שליט"א געדאווענט תפילת מנחה בבית האכסניא,
בעל תפילה: מו"ה משה ב"ר אברהם בער שפיטצער הי"ו.

נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען אן אסיפה בבית האכסניא אינאיינעם מיט די רבני וראשי הקהילה וחשובי פני העדה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמעוס בדברי תורה וסיפורי צדיקים און איבער די הרחבות גבולי הקדושה אינעם קהילה, ועוד,
דער רב שליט"א האט אנגעוואונטשטן ברכות לרוב פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש.

ארום 8:30 איז דער רב שליט"א אריבער אויף א באזוך לבית הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהילתינו הק',
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שוועריגקייטן אפצוהיטן די קינדער אין די מאנטריאל'ע גאסן וואס זענען פול מיט ראיות אסורות,
סיפורי צדיקים, צווישן אנדערע איבער דער ערך ש"י, הרה"ק ר' משה'לע מ'פשעווארסק, און נאך,
דערנאך האט זיך די שמועס פארצויגן א לענגערע צייט איבער פילצאליגע שאלות פון שמות גיטין,
איבער די עצה אז מ'זאל שרייבן אויפ'ן חתונה בריוול אזויווי מ'גייט שרייבן אינעם כתובה,
און איבער דאס וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט אז מען לערנט אויס די מיידלעך אייביג צו שרייבן זייער נאמען וויאזוי עס באלאנגט,
הרה"ג הדומ"ץ שליט"א האט מכבד געווען דער רב שליט"א מיט כיבוד, דער רב שליט"א האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און געגעבן מזונות פאר די קינדער און זיי אויסגעפרעגט וויאזוי זיי הייסן און נאך וועם,
ארום 9:10 האט דער רב שליט"א פארלאזט דעם שטוב פונעם דיין אויפ'ן וועג לבית האכסניא, און דער דיין האט ארויס באגלייט דער רב שליט"א ביזן טיר.

ארום 9:45 איז דער רב שליט"א אנגעקומען באולם עטרת פיגא וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת שבת אחים פאר די אינגעלייט חברי קהילתינו הק' בראשות פונעם רב שליט''א וואו דער רב האט משמיע געווען א לענגערע דרשה בדברי הדרכה והשקפה בכל עניני יהדות,
ביים אנקומען האט דער רב שליט"א זיך באגריסט מיט די רבני ודייני קהילתינו הק',
צום ערשט האט הגה''צ דער דיין שליט''א אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער וואו ער האט מקבל פנים געווען דער רב שליט''א און זיך באדאנקט בשם כל הקהל מיט גרויס התרגשות,
אזוי אויך האט דער דיין ארויסגעברענגט אז דער רב שליט"א איז א הולך בדרכי אבות, און אז ער איז אן עובד השם כאטש ער איז טרוד מיט די קהילה,
און אנגעוואונטשטן פאר'ן רב שליט"א אז די גאנצע שבת זאל זיך פירן ווי ס'דארף, און אז דער רב שליט"א זאל ווייטער קענען אויפהייבן די קהילה, און ווייטער שטיין ליד ימינו פון רבינו שליט"א,

דער רב שליט"א האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן דיין, פאר די אויבנאן, און פאר'ן גאנצן ציבור,

דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען די צענטראלע דרשה נפלאה, דברי הדרכה והשקפה בכל תחומי החיים,

דער רב שליט"א האט אנגעהויבן בכבוד האכסניא, און ארויסגעהויבן די שיינקייט פון די קהילה, און ווי שטארק ס'האט זיך אויפגעבויט די לעצטע פאר יאר,
דערנאך האט זיך דער רב שליט"א געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אמור ואמרת לנפש לא יטמא בעמיו', און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים במשכ'ן דרשה,

דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון האבן א דיין ומורה דרך מיט וועם מ'רעדט זיך אדורך אלע אידישקייט ענינים.

"מסורת אבות"

דער רב האט ממשיך געווען מיט פייערדיגע דיבורים אז מ'דארף זיך האלטן צום מסורה, און אפילו עס זענען פארהאן מערערע קהילות אין שטאט דארף מען דאך זיך האלטן שטארק און נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך אנדערע,
מסורת אבות איז א זאך צו וואס מען איז מחוייב על פי הלכה,
א איד פון א קהילה וואס האלט נישט רבינו תם זמן איז נישט מחוייב מיתה אויב ער טוט א מלאכה פאר'ן זמן, א איד פון אונזער קהילה יא, ווייל ס'גייט לויט די מסורה,
א זאך וואס דער טאטע האט געטוהן, דארף מען זיך פירן על פי הלכה, נישט ע"פ חסידות,
מ'דארף וויסן פון וואו מ'שטאמט, און זיך פירן לויט די דינים פון די קהילה,
די מסורה האלט צוריק פון פאלן, ווייל יעדע זאך קוקט מען וואס די מסורה דערויף איז, משא"כ חלילה אויב מ'גייט אוועק פון מסורה, שטעלט זיך עס נישט אפ, ווייל מ'האט נישט קיין גבול וואס שטעלט אפ.

"דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים"

דורכדעם וואס מ'האלט זיך נאנט און באחדות, וועט מען זיך מיט'ן אויבערשטן'ס הילף זיך קענען האלטן צו דרך המסורה,
אפי' מ'קען טאקע לערנען און דאווענען איבעראל, לאו דוקא אין אונזער ביהמ"ד, אבער אז מ'דאווענט אין אן אנדערע ביהמ"ד, קלעבט זיך עפעס אן פון יענע מנהגים און מ'ווערט קאלט צום מסורה,
און דערפאר ווען מ'האט געעפנט די סאטמאר'ע ביהמ"ד אז אין אנטווערפן האט דער רבי זי"ע מער נישט געלאזט גיין דאווענען צו הרה"ק ר' איציק'ל מפשעווארסק זי"ע, נאר געהייסן דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים.

דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע האט געזאגט אז ס'איז ענדערש צו גײן דינען אין מיליטער ווי גיין לערנען אין פרעשבורג'ע ישיבה, ווייל ביי חסידים האט מען געדאווענט מיט א גארטל, מ'עסט נישט קיין שטאפ גענז, מ'גייט מיט א בארד,
אז ער וועט זען אין פרעשבורג אז גרויסע יראי ה', תלמידי חכמים, טוען אנדערש וועט ער זיך אפלערנען פון זיי, משא"כ אין מיליטער וועט ער בלייבן געטריי צו וואס מען האט אים געלערנט.

"מתנהג בחסידות"

אין סאטמאר האט מען נישט ארויפגעלייגט וועלכע ניגון מ'זאל זינגען שלום עליכם וכדו', ווייל נישט דאס מיינט חסידות,
חסידות מיינט אז מ'ווערט נישט פארבלענדעט פון קיין פראפעגאנדע, נאר מ'האלט די קאפ גראד, און מ'טוט וואס די תורה הק' פארלאנגט,
מ'דארף זיך שטארקן אין די נסיונות פון 'יענע' דור,
ואל יבוש מפני המלעיגים עליו, נישט מיט א אראפגעלאזטע קאפ, נאר מיט א שטארקייט, מיט שטאלץ, דאס מיינט סאטמאר.

"וחי בהם - אריין לעבן אין תורה ומצוות"

אריין ברענגען א געשמאק אין אידישקייט מיינט נישט מאכן א סיום און געבן צו עסן, און מאכן א קומזיץ, דאס מיינט אריין ברענגען א געשמאק אין גשמיות דורך די תורה,
א געשמאק אין אידישקייט מיינט אז מ'לערנט מיט א געשמאק, מ'דארף אריינלייגן דעם געשמאק אין די קינדער, די וועג פון מחנך זיין קינדער איז מיט אמירה רכה, מ'ברענגט ארויס די חשיבות פון די מצוה, מ'איז מסביר בטוב טעם ודעת, אפי' אויב די קינדער דרייען איבער ביים סעודה האלט מען זיך רואיג,
מ'ברענגט אריין א ווארעמקייט אין תורה ומצוות.

"לגדור גדר ולעמוד בפרץ"

טעכנאלאגיע מאכט קאלט, אין די אלגעמיינע וועלט איז מען באזארגט איבער גלאבע"ל ווארמינ"ג, אבער ביי אידישקייט איז פארקערט, עס הערשט ליידער א קרירות,
די עצה אז ס'זאל נישט אזוי שנעל פאלן, איז ווי ווייניגער מ'האט שייכות מיט די גוי'אישע טעכנאלאגישע גאס, ווי ווייטער מ'שטייט פון די טעכנאלאגישע כלים אלץ ווארימער איז מען אין אידישקייט,
אפי' אויב מ'דארף צוקומען צו דעם, אבער מ'דארף האבן א גבול, מ'דארף טראכטן פון דעם אז א קינד גייט א מדריגה נידריגער פונעם טאטן,
די מציאות האט געוויזן אז אפי' מ'נוצט נאר א קיאסק, קען מען ווערן אריינגעכאפט אין דעם בלי גבול, מ'דארף זיך אליינס מאכן גדרים וסייגים,
אויסער די סתם נסיונות וואס ס'איז דא אין די ימי הקיץ, איז דא א זאך אז מ'פארט אוועק אויף אפרוה, און אסאך מאל איז עס נישט אין א מקום וואס פארמאגט א סביבה הראוי,
אדער מ'גייט מיט חברים איש ואשתו וואס איז זיכער נישט אויסגעהאלטן,
ווען מ'הערט א דרשה איבער סיי וועלכער ענין זאל מען נישט טראכטן דאס איז נישט נוגע פאר מיר, נאר צולייגן קאפ וואס קען איך ארויס נעמען דערפון זיך צו פארבעסערן.

דער רב שליט"א האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד שבת.

אום 11:00 האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מעריב אינעם זאל,
בעל תפילה: מו"ה מאיר בן הרב יושע יודא פריעדמאן הי"ו,
נאך תפילת מעריב האט דער רב שליט"א געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאך תפילת מעריב האט דער רב שליט"א געמאכט קידוש לבנה,
און דערנאך איז דער ציבור אריבער שלום נעמען,
ארום 11:35 האט דער רב שליט"א פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים לבית האכסניא.

א גוטע וואך.
אוועיטער
א חסיד פון רב
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 109

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

מ'האט יעצט פארענדיגט תפילת שחרית,
אין עטליכע מינוט ארום וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינקומען צום מסיבת לחיים לרגל יומדה"ל של הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע בהיכל הביהמ"ד
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1615
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1487

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך אנדערער »

וויאזוי איז געווען שבת?
אוועיטער
א חסיד פון רב
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 109

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

= פרייטאג פרשת אמור [חלק א'] ~ יום ב' של הנסיעה הרוממה לעיר מאנטריאל =

אין די פריע פארטאג'ס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געגאנגען אין מקוה, דער רב שליט"א האט זיך באנוצט מיט'ן פריוואטן מקוה בבית הרבני הנגיד ר' יעקב הערצאג שליט"א.

ארום 8:10 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען דעם סדר הלימוד ג' שעות רצופות דורך די קרוב צו הונדערט בחורי חמד פון אנשי שלומינו תושבי מאנטריאל אלץ הכנה צום דערהויבענעם תפילת שחרית מיט'ן רב שליט"א,
דער רב שליט"א איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א לענגערע צייט און פארהערט די בחורים, און דערנאך זיך צוגעזעצט לערנען בחברותא אין ביהמ"ד מיט הבה"ח אברהם שמעון ב"ר משה נתן קטינא ני"ו און הבה"ח שמעי' ב"ר זלמן לייב פריעדמאן ני"ו.

דערנאך איז דער רב שליט"א אריין בחדר הפרטי וואו דער רב שליט"א האט געלייגט טלית ותפילין,
אום 9:10 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די בחורי חמד,
בעל תפילה: הב' שלמה ב"ר אליעזר קליין ני"ו,
מען האט געענדיגט ארום 10:15.

ארום 10:40 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ומעמד פתיחת הזמן פאר די בחורי חמד,
מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רב שליט"א האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,

דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען א דרשה, און זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אמור אל בני אהרן הכהנים', וואס די מדרש זאגט 'זה שאמר הכתוב יום ליום יביע אומר', און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים,
און דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די הרגשים פונעם מחזה הוד היינטיגן אינדערפרי, ווי אזויפיל בחורים זיצן און הארעווען אין לערנען, און װי גוט די בחורים האבן געקענט וואס מען האט זיי נאר געפרעגט.

"עבודת התפילה וקודם התפילה"

דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מ'דארף טוהן א מצוה מיט זריזות, נישט פארפאטשקענען די צייט צופרי פאר'ן דאווענען,
אבער מ'דארף לערנען פאר'ן דאווענען, נישט גלייך דאווענען נאכ'ן אויפשטיין, ווייל מ'דארף אויס'כשר'ן די מויל וואס איז א כלי שרת.

"דרך ארץ קדמה לתורה"

פאר'ן לערנען תורה דארף מען האבן צוויי הקדמות, 1) מען דארף האבן גוטע מדות, און בראש וראשון איז מידת דרך ארץ,
און 2) ס'דארף זיין יראתו קודמת לחכמתו, אזויווי די בני יששכר זאגט אז דורך יראה איז מען זוכה צו תורה,
דורך מידת דרך ארץ איז מען זוכה צו יראת שמים,
און צו דעם דארף מען לערנען ספרי מוסר וספרי חסידות, וואס דאס מאכט אז ס'זאל זיין חכמתו מתקיימת.

"שמירת עינים"

דער רב שליט"א האט ארום גערעדט איבער די שוועריגקייטן מיט שמירת עינים אין די גוי'אישע גאסן, און איבער די וויכטיגקייט און גרויסקייט פון האבן אפגעהיטענע אויגן,
און ארויס געברענגט אז אין די גוי'אישע גאסן פון מאנטריאל, קען מען קונה זיין אסאך מער קדושה, ווייל מ'היט זיך מער אפ די אויגן װי אין א אידישע שטאט וואס האט נישט די נסיונות.

"אויסנוצן די בחור'ישע יארן"

יעדע שעה און יעדן טאג אין די אינגע יארן איז זייער וויכטיג, ווי דער הייליגער ישמח משה שרייבט 'שעה אחת בימי הבחרות, כשנה שלימה בימי העמידה חשוב', מען דארף זען 'לא יקרחו קרחה בראשם', די אנפאנג פונעם לעבן זאל נישט זיין אויסגעפליקט,
ס'איז זייער וויכטיג אז די לימוד התורה זאל זיין ברצופות, נישט נאר אפאר שעה ברציפות, נאר יעדן טאג, איין טאג נאכ'ן אנדערן ברציפות אן קיין הפסק,
נישט איין טאג יא לערנען, איין טאג נישט, איין טאג שפעטער, איין טאג פריער.

דער רב שליט"א האט פארענדיגט מיט די הרגשים פון די דערהויבענעם התנהגות פון די בחורים, "ווען מ'וועט אהיימפארן וועט זיך דער טאטע זאל זיין געזונט זיך שטארק פרייען צו הערן דעם גוטן גרוס וואס כ'וועל אי"ה איבערגעבן, דער טאטע קוקט שטארק ארױס אויפ'ן הצלחה פונעם מקום",
און דער רב שליט"א האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מ'האט ממשיך געווען מיט ניגונים,

"אל יפטור אדם מחבירו אלא מתוך דבר הלכה"

דערנאך האט דער רב שליט"א איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורי חמד אין די סוגיא פון תשביתו - מס' פסחים דף ה',
דער רב שליט"א האט געפרעגט אז לויט ר' עקיבא וואס לערנט אז 'אך ביום הראשון תשביתו' מיינט אז מ'דארף מבער זיין די חמץ ערב יו"ט ווייל הבערה איז אן אב מלאכה,
וויאזוי װעט שטימען די סוף פסוק 'מיום הראשון עד יום השביעי' וואס לויט'ן נודע ביהודה און נאך פילע מיינט דאס אז א גאנץ יו"ט גייט אן די חיוב פון תשביתו, הבערה איז דאך אן אב מלאכה?

דער רב שליט"א האט געזאגט פאר די בחורים אז מ'זאל זיך אריינלייגן אינעם קשיא, און מ'קען ברענגען תירוצים אין די קומענדיגע פאר טעג ווילאנג דער רב וועט נאך וויילן אין מאנטריאל.

מען האט געענדיגט ארום 11:15 און דער רב שליט"א האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לבית האכסניא.

א גוטן טאג.
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 99

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך פישל שווארץ »

שטארקע זאך די באזוך. מיר אין מאנסי קוקען אויך ארויס אויף אזאנס און ווארטן און האפן אז די רב זאל אפרעכטן אזא שבת ביי אונז אין שטאט.
שרייב פאוסט