הגה"ק רבי יחזקאל פאנעט זי"ע, אבד"ק קארלסבורג ובעמח"ס מראה יחזקאל - כ' ניסן תר"ה

אונזער היסטאריע
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 892
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1528

הגה"ק רבי יחזקאל פאנעט זי"ע, אבד"ק קארלסבורג ובעמח"ס מראה יחזקאל - כ' ניסן תר"ה

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

היינט נאכט כ' ניסן געפאלט אויס די 179'סטע יארצייט פון דעם גדול בענקים מגדולי תלמידי הרה"ק הר"ר מענדל'י מרימנוב זי"ע און דער וואס האט טאקע געדריקט ר"ר מענדל'יס ספרים און אויף געטון א געוואלד אין אידישקייט אין מדינת זיבנבערגן ווי ר"ר מענדל'י האט איהם טאקע אהין געשיקט ה"ה הרה"ק ר' יחזקאל ב"ר יוסף פאנעט זי"ע באוויסט מיטן נאמען פון זיין ספר "מראה יחזקאל". וואס זייער אסאך רבנים און אזוי אויך אסאך אידן פון די אונגארישער חדר ציען זייער יחוס צו דעם גדול בישראל.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 892
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1528

Re: הגה"ק רבי יחזקאל פאנעט זי"ע - אבד"ק קארלסבורג ובעמח"ס "מראה יחזקאל" - כ' ניסן תר"ה

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

בניו:
בנו בכורו הרה"ק ר' חיים בצלאל פאנעט זצ"ל אבד"ק טאשנאד וואס זיין יארצייט איז געווען דעם פארלאפענעם שב"ק י"ט ניסן.
בנו הרה"ק ר' יצחק משה מדעעש זצ"ל
בנו הרה"ק רבי יהודה לייביש מטערצאל זצ"ל
בנו הרה"ק בעל מעגלי צדק מדעעש זצ"ל

בתו מרת חאנטשה ע"ה אשת הגה"צ ר' יוסף אריה כהנא מסיגוט זצ"ל נכד בעל הקונטרס הספיקות זי"ע
בתו מרת שרה ע"ה אשת הגה"צ ר' רבי יהודה כהנא מסיגוט זצ"ל נכד בעל הקונטרס הספיקות זי"ע
בתו מרת ביילה ע"ה אשת הגה"צ ר' אברהם ישראל רוטמאן מטאלטשאווא זצ"ל
בתו מרת חוה ע"ה אשת הגה"צ ר' יצחק אייזיק כהנא ממונקאטש זצ"ל נכד בעל הקונטרס הספיקות זי"ע
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 892
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1528

Re: הגה"ק רבי יחזקאל פאנעט זי"ע - אבד"ק קארלסבורג ובעמח"ס "מראה יחזקאל" - כ' ניסן תר"ה

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

די הייליגער מראה יחזקאל איז געבוירן אין שטאט ביליטץ, בשנת תקמ"ג, צו זיין טאטן הנגיד מו"ה יוסף פאנעט ז"ל פרנס בעיר ביליטץ, און צו זיין מאמע הצדקת מרת בריינדל ע"ה.

שוין פון אלס קינד האט מען געזעהן אז דאס קינד איז א קדוש און א מתמיד עצום, און כאפט אויף דאס לערנען מיט א שנעלקייט, זיין טאטע האט מיטן קינד געלערנט, און ביי די 5 יאר איז ער שוין געווען א בקי און גאנץ חמשה חומשי תורה מיט פירוש רש"י, ער איז געווען מפורסם אלס א איש קדוש מאוד און א בעל מסירת נפש מאוד, ער איז געווען א גאון בתורה ובהלכה, און אסאך עוסק געווען מיט צרכי ציבור מיט מסירת נפש.

איינמאל אלס קינד זענען גדולי הדור (איך געדענק נישט ווער איך וועל ברויכן נאכקוקן) געקומען צום שטוב פון זיין טאטן און האבן דורך געשמועסט שאלות אין הלכה, בתוך הדברים האט איינע פון די גדולים פארציילט אז אין שטאט ווארשא איז דא א רייכע פרוי וואס איז א צדקנית און גיבט אויס אסאך געלט כדי צו מקיים זיין אלע מצות התורה מיט א הידור. זי טוט אפילו די מצות וואס א פרוי איז פטור ווי מצות שהזמן גרמא, און אויך אז זי האט זיך געלאזט מאכן א ציצית וואס זי טראגט אויף זיך. ווען דער קינד יחזקאל האט דאס געהערט האט ער געפרעגט דעם גדול ווי אזוי ער לאזט צו אזא זאך אז א פרוי זאל אנטון ציצית וואס דאס גייט אריין אין גדר פונעם לאו פון לא יהיה כלי גבר על אשה, די גדולים וואס זענען דארט געווען זענען נתפעל געווארן פונעם קינד און געזאגט פארן טאטן איך בין מובטח אז דאס קינד וועט זיין א מורה הוראה בישראל.

ער האט געלערנט אנפאנג אין לייפניק ביי הגה"ק רבי ברוך פרענקל תאומים בעל ברוך טעם זי"ע. שפעטער האט ער געלערנט ביי הגה"ק רבי יהודה לייב פישלס מפראג זי"ע, און ביי הגה"ק רבי אלעזר פלקלס בעל תשובה מאהבה זי"ע, און ביי הגה"ק רבי שמואל לאנדא בעל הנודע ביהודה זי"ע, ער האט געלערנט ביי די אלע דריי גדולים אין די זעלבע צייט און אנגעיאגט אלע למודים פון אלע דריי ישיבות און קיין איינער פון די דריי האט נישט געוויסט אז דער בחור יחזקאל פאנעט לערנט ביי א צווייטן. ביז זיי זענען אמאל געזיצן צוזאמען ביי א אסיפה און אלע דריי גדולים האבן גערעדט פון דער בחור דער עילוי יחזקאל פאנעט וואס לערנט ביי זיי אין ישיבה און ערשט דעמאלס האבן זיי טאקע געכאפט וואספארא עילוי ער איז. זייענדיג נאר 19 יאר אלט איז ער נסמך געווארן להוראה דורך די דריי גדולים וואס האבן געזעהן זיין גדלות אין תורה.

א צייט שפעטער האט הרבני הנגיד מו"ה משה העניך ז"ל פונעם שטאט לינסק אין גאליציע אים גענומען פאר א איידעם פארן טאכטער הרבנית הצדקת מרת חיה רחל ע"ה. דארט אין לינסק איז ער אריין אין די חברייא קדישא אונעם קלויז אין שטאט לינסק וואס איז געווארן געפירט דורכן רב הגה"ק רבי מנחם מענדל מלינסק זי"ע, די טאטע פון הרה"ק רבי נפתלי צבי מראפשיץ זי"ע, און דארט איז ער געווארן זייער צוגעבינדען צום רב וואס האט אים געהאלטן אלס א תלמיד חביב, און אים גענומען אלס א חברותא און געלערנט מיט אים תורת הנגלה והנסתר.

זיין רבי הגה"ק רבי מנחם מענדל מלינסק זי"ע, און זיין זוהן הרה"ק רבי נפתלי צבי זי"ע, זענען געווען פון די גרויסע חסידים פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע, און אזוי איז ער נתקרב געווארן צו הרה"ק מרימנוב זי"ע, ביז ער איז געווארן פון זיינע נענסטע תלמידים, און שפעטער האט ער טאקע מיט זיין בקיאות און חריפות אפגעשריבען די דברי תורה פון זיין רבין מרימנוב, און בזכותו איז די הייליגע דברי תורה פון זיין רבי מרימנוב געדריקט געווארן אונעם ספר מנחם ציון.

זיין דרך אין חסידות האט ער מקבל געווען פון זיינע רבי'ס הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, און הרה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע, זיין רבו מובהק איז געווען הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע. עס איז באקאנט אז ער האט געשריבען א מאמר בכתב ווי ער איז מסביר די גדלות פון די דרך החסידות, און ברענגט ארויס ווי פאלש עס איז די טענות פון די מתנגדים אז דאס ברענגט ביטול תורה, און דארט ברענגט ער ארויס די גאונות און בקיאות פון די גדולים ביי חסידים, און ווי עס איז באוויסט האט דער הייליגער צאנז רב זי"ע, זיך געפירט צו לערנען דעם מאמר פונעם מראה יחזקאל זי"ע אויפן יארצייט פונעם ר"ר מענדל'י מיט בכיות נוראות.

ביי די 24 יאר האט מען אים אויף גענומען אלס רב אין שטאט איסטריק, ווי ער האט משמש געווען ברבנות פאר 7 יאר און אסאך אויף געטון דארט אין שטאט. דערנאך האט מען אים אויף גענומען אלס רב אין שטאט טערצאל, און דארט האט ער אן געהויבען שרייבען זיינע הייליגע דברי תורה וואס זענען שפעטער געדריקט געווארן אונעם ספר "מראה יחזקאל". ער איז דארט געווארן מקושר צום הייליגען צדיק הרה"ק רבי אייזיק'ל קאלובער זי"ע, וואס די שטאט קאלוב איז נישט ווייט פונעם שטאט טערצאל.


איין יאר איז ער געקומען אויף ראש השנה צום הייליגען קאלובער זי"ע, און ר"ה ביינאכט האט דער הייליגער קאלובער געזאגט בזה"ל, "הרב מטערצאל יידע כי רבנות טובה ממתינה עבורו בקארלסבורג מדינת זיבנבירגן, הרבה יש לתקן במדינה ההיא". נישט קיין סאך נאכדעם איז מען געקומען בעטן דעם רבין אז ער זאל אריבער קומען קיין קארלסבורג צו זיין דארט רב אויף אלע מדינות זיבנבירגן, און בברכתו פון זיין גרויסן רבי דער ר"ר מענדל'י איז ער טאקע אהין געפארן דארט ווערן רב. און דארט האט ער געדינט ביז צו זיין פטירה.

צוליב דעם מצב רוחני דארט אין די מדינה האט ער אסאך געברויכט ארום פארן צו שטעט בכל רחבי המדינה, אבער מיט דעם אלעם האט ער נישט אויף געהערט לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה. דאן האט ער אסאך געלערנט ששה סדרי משנה על הסדר און ער האט אזויפיל גע'חזר'ט די משניות אז לויט ווי ער האט געהאלטן מיט משניות האט ער געוויסט ווי לאנג ער איז שוין געפארן און אין וועלכע שטאט ער איז יעצט. און יעדע שטאט ווי ער איז אנגעקומען האט ער מיט חכמה מוסר געזאגט פאר אידן, ורבים השיב מעון.


אויך האט ער אסאך עוסק געווען אין היתר עגונות, וואס ליידער האבן אסאך אידישע קינדער אפגעלאזט דאס אידישקייט יענע צייטן און ליידער איבער געלאזט די משפחה און זיך געטוישט די נעמען כדי זיך אויסצומישען צווישן די גוים און ליידער זענען אסאך פרויען דאן געבליבן עגונות. ער איז ארום געפארן און שטעט און צוזאמען גענומען נעמען פון מענטשן וואס זענען דארט אנגעקומען, און זייענדיג דער גדול בהלכה און מיט זיין קדושה האט ער באוויזען מופתים מיטן אנצייגען ווי די מענער זענען כדי צו קענען מתיר זיין די עגונות.


הרה"ק מתולדות אהרן זי"ע האט דערציילט, אז ווען אידן פון שטאט ווי דער הייליגער מראה יחזקאל זי"ע האט געוואוינט, זענען געקומען צו הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, פלעגט ער זאגן בזה"ל, "אז איר האט שמונה עשרה, וואס דארפט איר אנקומען צו תחנון", מיינענדיג צו זאגן, אויב האט איר דעם הייליגען מראה יחזקאל זי"ע ביי ענק אין שטאט, וואס זיין עבודת הקודש איז געווען מיט א געוואלדיגע דביקות ווי ביי שמונה עשרה, וואס ברויכט איר קומען קיין צאנז, וואס מיין עבודה איז במסירת נפש.


הרה"ק רבי יחזקאל בעל כנסת יחזקאל מדעעש זי"ע האט דערציילט, אז אנפאנג ווען מען האט געשיקט מכתבים צום זיידן דער הייליגער מראה יחזקאל זי"ע, פארשטייט זיך אז דארט זענען געשטאנען גרויסע טיטלען וואס די גדולים און צדיקים בדורו האבן אויף אים געשריבן, פלעגט דער זיידע כסדר פארבייגן דעם פאפיר אויף דעם פלאץ ווי עס איז געשטאנען די גרויסע טיטלען אויף זיך, וויבאלד דער צדיק האט באמת נישט געהאלטן פון זיך גארנישט, אבער נאך א שטיק צייט האט דער צדיק דער הייליגער מראה יחזקאל זי"ע געזאגט, אז אויב גרויסע גדולים און צדיקים שרייבן זיך מכתבים מיט אים, מיז זיין אז ער האט א גאר הויכע נשמה, און דערפאר פאדערט מען פון הימל פון אים אז ער זאל זיך אויס ארבעטן מיט זיינע מדרגות, דערפאר האט ער שוין יא געלאזט די טיטלען אים פארשטעלט, און ער פלעגט קוקען אויף דעם און כסדר זאגן ווי ווייט ער איז נאך פונעם אמת, און אז די טיטלען וואס די גדולים שרייבן פארדערן פון אים אז ער זאל זיך ארויף ארבעטן,


ביי די 66 יאר איז ער ליידער קראנק געווארן, און יו"ט פסח תר"ה איז ער ליידער אריינגעפאלן אין בעט און געווארן זייער שוואך. מען פארציילט אז אייניגע מינוטן בעפאר זיין הסתלקות האט מען אים געברענגט א שאלה אויף א בהמה וואס האט געהאט א חשש טריפה, און ער האט גע'פסק'נט אז עס איז כשר, און יצתה נשמתו בכשירה ובטהרה בהלכה פסוקה.

ס'איז דא אן אינטרעסאנטע מעשה איבער אן עגונה וואס איז געקומען צום מראה יחזקאל קיין קארלסבורג חוה"מ פסח תר"ה אבער זי איז אנגעקומען צום לוי', און די מראה יחזקאל האט איר געהאלפן פונעם עולם האמת איך האף עס נאך אפ צו שרייבן בקרוב.

אזוי אויך איז דא די מעשה מיט די דריי באמבעס וואס זענען געבליבן שטעקן אין די וואנט פונעם ביהמ"ד אין קארלסבורג ועוד חזון למועד.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע דברי תורה:

ספר שו"ת מראה יחזקאל
ספר מראה יחזקאל חידושים על מסכת חולין
ספר מראה יחזקאל עה"ת ומועדים
הגדה של פסח מראה יחזקאל
דרשות לשמחות שערי ציון
חידושים על אבן העזר.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2794
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3160

Re: הגה"ק רבי יחזקאל פאנעט זי"ע - אבד"ק קארלסבורג ובעמח"ס "מראה יחזקאל" - כ' ניסן תר"ה

פאוסט דורך אנדערער »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:51 pm ס'איז דא אן אינטרעסאנטע מעשה איבער אן עגונה וואס איז געקומען צום מראה יחזקאל קיין קארלסבורג חוה"מ פסח תר"ה אבער זי איז אנגעקומען צום לוי', און די מראה יחזקאל האט איר געהאלפן פונעם עולם האמת איך האף עס נאך אפ צו שרייבן בקרוב.

אזוי אויך איז דא די מעשה מיט די דריי באמבעס וואס זענען געבליבן שטעקן אין די וואנט פונעם ביהמ"ד אין קארלסבורג ועוד חזון למועד.
יישר כח און מיר ווארטן אויף נאך
שרייב פאוסט