"טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
- לעבער מיט שוואמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 189
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
- Location: אין רעצעפט ביך
- x 154

שפאגל נייע רעוועלוציע ביי תלמידי וחסידי סאטמאר איבערן ערשיינונג פון די אינהאלטסרייכע אויסגאבע 'טועמיה' וואס קומט אין צוזאמענהאנג מיט די וועכנטליכע גליון 'המערכת לשולחן', וואס דאס אנשפרעכט בעז"ה צו זיין אהערגעשטעלט אויף גאר רייך און לערנבאר און תוכנ'טפול וואס דאס וועט בעז"ה זיין אויסגעצייכנט מיט העכסטן כשרות סטאנדארט אזוי ווי מיר זענען פערזענדליך אויפגעפאדערט געווארן דורכן מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס באגלייט דאס ערשיינונג פון אונזער אויסגאבע מיט זיין הדרכה און פיקוח אנגעהויבן פון די פריע פלענער שטאפלען כדי מען האבן די יכולת אריינצוברענגען אינדערהיים בלויז ערליכע אויסגאבע'ס כפי רצון רבינו שליט"א. וואס די אויסגאבע וועט זיין אוועקגעשטעלט וועכנטליך מיט העכסט אינטרעסאנטע ארטיקלען קאלומ'ס און באשרייבונגען, און אויך אינטרעסאנטע באשרייבונגען און קרישקעלעך מהנעשה והנשמע בחצרות קדשינו בקהלתינו ובמוסדותינו, און ווי מיר האבן אריינגעלייגט אן א שיעור כח און מח אהערצושטעלן דעם הערליכן אויסגאבע סיי מיטן אריינלייגן הערליכע קאלירפולע גרעפיקס אז עס זאל זיין ציענד און ליינבאר מקטן ועד גדול למען ירוץ בו הקורא, און סיי מיטן לייגן דגוש אויף די ארטיקלען אז עס זאל זיין געשריבן בא'טעמ'ט און פליסיג.
עס וועט בעז"ה זיין צו באקומען די וואך לכבוד שבת קודש פרשת שמיני החודש שבת מברכים חודש ניסן ביי אלע שמשים בבתי מדרשים דקהלתינו הקדושה אין אלע שטעט, פאר די פרייז פון בלויז $5.99 . און ווי אויך ביי אלע בוטשער געשעפטן ווי דארט וועט עס זיין צו באקומען מיט א ספעציעלע הנחה פון בלויז $2.99 .
טעמה כי טוב סחרה!
עס וועט בעז"ה זיין צו באקומען די וואך לכבוד שבת קודש פרשת שמיני החודש שבת מברכים חודש ניסן ביי אלע שמשים בבתי מדרשים דקהלתינו הקדושה אין אלע שטעט, פאר די פרייז פון בלויז $5.99 . און ווי אויך ביי אלע בוטשער געשעפטן ווי דארט וועט עס זיין צו באקומען מיט א ספעציעלע הנחה פון בלויז $2.99 .
טעמה כי טוב סחרה!
- לעבער מיט שוואמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 189
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
- Location: אין רעצעפט ביך
- x 154
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
- פיילס
-
- 28151.jpeg (108.8 KiB) געזען געווארן 916 מאל
- לעבער מיט שוואמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 189
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
- Location: אין רעצעפט ביך
- x 154
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
ק/פ מערכת סאטמאר
גרויס פרייד הערשט ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום מיטן ערשיינונג פון ערווארטעטע שפאגל נייע אינהאלטסרייכע אויסגאבע "טועמיה" וואס אנשפרעכט צו זיין גאר רייך און לערנבאר מיט אירע הערליכע קאלומ'ס און ארטיקלען, וואס דאס וועט בעז"ה זיין אוועקגעשטעלט מיטן העכסטן סטאנדארט כשרות אז דאס זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים אין א סאטמאר'ע שטוב.
דאס וועט בעז"ה ארויסקומען און צוזאמענהאנג מיטן וועכנטליכן גליון 'המערכת לשולחן' וואס טוט שוין ערשיינען מדי שבוע בשבוע פאר העכער צוויי יאר, ועכשיו מעלין בקודש!
א שפאגל נייע רעוועלוציע ביי תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, נאכדעם וואס עס איז שוין פאריבער העכער צוויי יאר זינט עס האט בס"ד אנגעהויבן צו ערשיינען לאור עולם דער פאפולערן קובץ גליוני 'המערכת לשולחן' פון וואס תלמידי וחסידי סאטמאר זענען שוין נהנה דערפון מדי שבוע בשבוע, גרייט מען זיך בס"ד צו גיין מיט א שטאפל העכער מעלין בקודש ואין מורידין ווען די וואך פרשת שמיני – החודש שנת תשפ"ד לפ"ק הייבט זיך בסייעתא דשמיא אן א גלאררייכע תקופה מיט א פרישן חידוש מיטן ערשיינוג פונעם אינהאלטסרייכע אויסגאבע 'טועמיה' אויף וואס א יעדער איינער ווארט שוין בכליון עינים אזא לאנגע צייט און מען קוקט ארויס מתי יבוא ואקיימנה צו קענען האבן א גענצליך ריינע אויסגאבע אז דאס זאל זיין ראוי און פאסיג פאר א סאטמאר'ע חסיד דאס אריינצוברענגען אין שטוב אריין מיטן רואיגן געוויסן אז עס איז זך נקי כסולת פון אלע זאכן שאין רוח חכמים נוחה הימנו.
די חשוב'ע עסקנים עוסקים במלאכת הקודש האבן זיך אריינגעלייגט אין די לעצטע תקופה, ווי מען איז געזעצן צוזאמען און אדורכגעשמועסט וויאזוי מען קען בס"ד אויפקומען מיט די פאסיגע לעזונג אז די חלל זאל נתמלא ווערן און מען זאל קענען סערווירן פארן ערליכן ציבור א אוועקגעשטעלטע ריינע אויסגאבע אויפן העכסטן כשרות סטאנדארט, אבער ווי אויך זאל עס גארנישט זיין צוריקגעשטאנען פון זיין פראפעסינאל מיט אלע פיטשיווקעס מיט רייכע ארטיקלען און שיינע אהערגעשטעלט גרעפיק'ס וכדו'.
פארשטייט זיך אז אזא זאך איז געקומען דורך די דירעקטע חותמו של כהן גדול פון הוד כבוד קדושת רבינו שליט"א, וועלכע האט איבערגעגעבן פאר די עוסקים במלאכת הקודש בברכתו ועידודו די ריכטיגע הדרכות וויאזוי מען זאל קענען בס"ד מצליח זיין מיט אזא אויסגאבע, ווי רבינו שליט"א איז געווען עומד על המשמר נאך פון די פריע שטאפלען זינט די פלענער האבן אנגעהויבן צו וועבן, און ער האט אויפגעפאדערט אז דאס זאל זיין אוועקגעשטעלט מיט איין איינציג ציל אז דאס זאל האבן מיט זיך דעם העכסטן כשרות סטאנדארט, און ער האט באגלייט אלע פרטים אנבאלאנגט דעם אויסגאבע, סיי וואס איז נוגע לגבי די 'אדוויטייזמענ'ס' אז מען זאל נאר מפרסם זיין עד'ס וואס טראגן מיט זיך א ערנסטע ניווא, און סיי וואס איז נוגע לגבי די 'ארטיקלען' אז עס זאל זיין געשריבן אויף א ערליכע אויסגעהאלטענע וועג, און אזוי מיט אלע אנדערע זאכן בכלליות וואס עס איז שייך לגבי דעם אויסגאבע אז עס זאל זיין אויפן העכסטן כשרות שטאפל אז עס זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים אין א סאטמאר'ע שטוב כאוות נפשו הטהור של רביה"ק זי"ע. וואס ווי באקאנט האט די רבי זי"ע אריינגעלייגט א געוואלד מיט כח אין די בראשית יארן אין אמעריקא צו ברענגען א תיקון אין די נושא פון צייטונגען אז דאס זאל זיין אויסגעהאלטן, ופקודת נפשו שמרה רוחו ווען מיר זענען מקיים 'לאורו נסע ונלך' מיטן אהערשטעלן אט דאס וואס איז וועט בעז"ה זעהן פאר די אויגן דעם הערליכן 'טועמיה' אויסגאבע ריין ערליך און אויסגעהאלטן.
אסאך אסאך ארבעט איז אריין ביז מען האט זיך ב"ה דערזעהן ווען מען איז זוכה מיטן ערשיינונג פונעם הערליכן אויסגאבע 'טועמיה' וואס טאקע דאס איז אונזער איינציגער ציל, צו געבן פאר'ן חשוב'ן ציבור היראים לדבר ה', אן אויסגאבע וואס זאל זיין מלא וגדוש מיט תוכן ריין און אויסגעהאלטן מיט אלע הידורים און חומרות אזוי ווי עס פאסט לאלו ההולכים בדרכי השקפה הברורה. וואס בס"ד לייגן מיר אריין גאר אסאך כוחות שלא יתערב זר במלאכתנו, און מיר זאלן קענען צושטעלן גאר לערנבארע און העכסט אינטערעסאנטע ארטיקלען, סיי אינטערעסאנטע באשרייבונגען און קרישקעלעך מהנעשה והנשמע בחצרות קדשינו בקהלתינו ובמוסדותינו, און סיי וועלטליכע ידיעות בנושאים שונים מיט א תורה'דיגע בליק, וואו מיר האבן אריינגעלייגט אן א שיעור כח און מח אהערצושטעלן דעם הערליכן אויסגאבע למען ירוץ בו הקורא, סיי מיט'ן אריינלייגן הערליכע גרעפיקס אז עס זאך זיין ציענד און ליינבאר מקטן ועד גדול, און סיי מיט'ן לייגן א דגוש אויף די ארטיקלען אז עס זאל זיין געשריבן בא'טעמ'ט און פליסיג. און מיר ווילן בעז"ה און די קומענדיגע וואכן נאכמער פארברייטערן און פארגרעסערן דעם אויסגאבע מיט נאך פארשידענע באלערענדע באשרייבונגען און קאלומ'ס, וואס מיר האפן טאקע אז סיי איר און סיי אייער משפחה וועט הנאה האבן דערפון, און האבן דערפון א אמת'דיגע עונג רוחני.
עס וועט בעז"ה זיין צו באקומען די וואך לכבוד שבת קודש פרשת שמיני החודש שבת מברכים חודש ניסן ביי אלע שמשים בבתי מדרשים דקהלתינו הקדושה אין אלע שטעט, פאר די פרייז פון בלויז $5.99. און א עקסטער ביליגע פרייז וועט עס זיין צו באקומען אין די בתי בשר מקולין די בוטשער געשעפטן דקהלתינו הק' פאר די ספעציעלע פרייז פון בלויז $2.99.
און עס איז זיכער אז עס הייבט זיך יעצט אן א שפאגל נייע תקופה ביי תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר יראי ה' וחושבי שמו, ווען א נייע אור וועט באשיינען און באלייכטן אידישע שטובער, און מיר שפירן פשוט פאר א זכי' צו קענען זיין די ריכטיגע שלוחים מזכה און מהנה זיין אזויפיל ערליכע אידישע קינדער וואס זוכן געשמאקע ליין מאטריאל אויף א הויכע ניווא מיט די ערליכע סטאנדארטן, און דאס האפן מיר טאקע צו נאכגיין אז מען זאל זיך האלטן אויף די גראדע רעלסן מיט די ריכטיגע סייעתא דשמיא ממרום אויף א ערליכע אופן. און עס איז אויך צום האפן אז כמים פנים אל פנים וועט די ציבור החשוב הנאה האבן פון אונזער שווערע ארבעט וואס מיר האבן אריינגעלייגט, און וואס מיר האפן בעז"ה ווייטער אריינצולייגן בעתיד ביתר שאת וביתר עוז!
קדם רבון עלמין כפינו נפרוש, אל אבינו שבשמים בתפלה, אילין מיליא יהון לרקיעיא, דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן ווייטער קענען מפיץ זיין און ארויסגעבן מער און מער, להנאת לב אלפי המוני אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, און מיר זאלן ווייטער קענען זיך האלטן אויף אונזערע סטאנדארטן, ריין ערליך און אפגעהיטן, טועמי"ה חיים זכ"ו צו קענען ווייטער מזכ"ה זיין די ערליכע אידנטום כה יתן ה' וכה יוסיף אך לרבות, בביאת משיח צדקינו באנפין נהירין, ובנחת רוח, ומלכינו בראשינו, במהרה בימינו אמן.
טעמ"ה כי טוב סחרה!

- unnamed (14) (1).jpg (331.38 KiB) געזען געווארן 916 מאל
- לעבער מיט שוואמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 189
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
- Location: אין רעצעפט ביך
- x 154
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
- פיילס
-
- unnamed (16) (1).jpg (235.78 KiB) געזען געווארן 920 מאל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 567
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
וואס פשט אז אין בוטשער קאסט עס האלב פרייז פון ביים שמש?
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 257
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 290
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
בד"וו וואס איז דאס אנדערש ווי המערכת לשולחן וואס איז באמת א שיינער גיליון
וואסערע חידושים קומט דא מער ווי דארט?
וואסערע חידושים קומט דא מער ווי דארט?
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
דאס איז נישט קיין גליון, עס איז א מאגאזין.פשוטער איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:38 am בד"וו וואס איז דאס אנדערש ווי המערכת לשולחן וואס איז באמת א שיינער גיליון
וואסערע חידושים קומט דא מער ווי דארט?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5505
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10797
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
קוקט אויס א שטייגער ווי בחצרות סאטמאר.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 257
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 290
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
אבער אן בילדערדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:40 am קוקט אויס א שטייגער ווי בחצרות סאטמאר.
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
פארוואס פארקויפט מען עס נישט אין די גראסריס?
מעגליך איז דאס א אפמאך מיט 'דער איד'
מעגליך איז דאס א אפמאך מיט 'דער איד'
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 257
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 290
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
הער איך אז מנחם גאלד שרייבט דארט אינטער א אנדערע נאמען?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 567
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
די מוסדות אין קרית יואל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 40
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:11 am
- x 102
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
אויב די ציל איז די בוטשער, שלעפען מער קונים אהין, איז דאס א זייער נארישע פלאן.
ולעניננו, איך האב דאס איינגעהאנדעלט, זייער דיסעפאינטעט, זייער שוואך, ליידיג, פארקויפט נישט גארנישט, סארי א שיין בילד פון בנים חביבים, נו.
אויב דארף דאס ריפלעיסען משפחה, בינה, עמי וכדומה אדער אפילו מעלות, בחצרות א.ד.ג, האבן זיי זייער א לאנגע שווערע וועג פאר זיך
ולעניננו, איך האב דאס איינגעהאנדעלט, זייער דיסעפאינטעט, זייער שוואך, ליידיג, פארקויפט נישט גארנישט, סארי א שיין בילד פון בנים חביבים, נו.
אויב דארף דאס ריפלעיסען משפחה, בינה, עמי וכדומה אדער אפילו מעלות, בחצרות א.ד.ג, האבן זיי זייער א לאנגע שווערע וועג פאר זיך
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
איך פראביר נאר צו פארשטיין פארוואס עפענט די מערכת יעדע צוויי וואכן א פרישע אויסגאבע וואס האלט אן פאר 2 וואכן??
עין א סאטמארע שטוב נישט ארויסגעקומען סוכות..
עין די חודשליכער אויסגאבע וואס איז ארויסגעקומען (ווער געדענגט נאך די נאמען?) נאך בחצרות סאטמאר האט זיך געעפענט...
און צום לעצט ווער געדענקט נאך הרב שופר אויסגאבע? נישט זוכה געווען שוין 2 חדשים זיך צו בייווייזן צום ציבור המשתוקקים...
און יעצט מאכט מען פלאץ פאר טועמיה...
עין א סאטמארע שטוב נישט ארויסגעקומען סוכות..
עין די חודשליכער אויסגאבע וואס איז ארויסגעקומען (ווער געדענגט נאך די נאמען?) נאך בחצרות סאטמאר האט זיך געעפענט...
און צום לעצט ווער געדענקט נאך הרב שופר אויסגאבע? נישט זוכה געווען שוין 2 חדשים זיך צו בייווייזן צום ציבור המשתוקקים...
און יעצט מאכט מען פלאץ פאר טועמיה...
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
פאזיע??? רבוש"ע... קודם כל איז דאס ווארט: פאעזיע. פשוט אויסגעלאזט אן עי"ן. שנית, זינט ווען שרייבט מען פאעזיע פאר פרויען??? פאעזיע איז א טיפע אינטעליגענציע, א געמיש פון מח און מחשבה. געווענליך רעדט עס נישט צו פרויען. זיי האבן ליב מער לייכטע גראמען און לידער.
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר מהרי"י
שופר ארויסגעקומען יעדע חודש זייטן ערפענונג און יעצט אויף פסח זיך איבערגעמאכט מיט דאפלט זייטן!צדיק נסתר האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 2:24 pm איך פראביר נאר צו פארשטיין פארוואס עפענט די מערכת יעדע צוויי וואכן א פרישע אויסגאבע וואס האלט אן פאר 2 וואכן??
עין א סאטמארע שטוב נישט ארויסגעקומען סוכות..
עין די חודשליכער אויסגאבע וואס איז ארויסגעקומען (ווער געדענגט נאך די נאמען?) נאך בחצרות סאטמאר האט זיך געעפענט...
און צום לעצט ווער געדענקט נאך הרב שופר אויסגאבע? נישט זוכה געווען שוין 2 חדשים זיך צו בייווייזן צום ציבור המשתוקקים...
און יעצט מאכט מען פלאץ פאר טועמיה...
[flash=][flash=][flash=][flash=][flash=][/flash][/flash][/flash][/flash][/flash]
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 84
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
- x 181
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
א שאד. איך האלט טועמיה איז צו אינג צו אנהייבן גלייך מיט אזעלכע זאכן קעגן די קנאים
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
זיי שרייבן נישט אליין זיי ברענגן נאר נאך פון יענעם אזוי זעהט אויסהאקט א טאג האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 7:52 pm א שאד. איך האלט טועמיה איז צו אינג צו אנהייבן גלייך מיט אזעלכע זאכן קעגן די קנאים
Screenshot 2024-05-29 194439.jpg
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 71
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
- x 94
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
צו וואס באציען זיי זיך? וואספארא עלילות?האקט א טאג האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 7:52 pm א שאד. איך האלט טועמיה איז צו אינג צו אנהייבן גלייך מיט אזעלכע זאכן קעגן די קנאים
Screenshot 2024-05-29 194439.jpg
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5505
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10797
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
די נושא פון מירוןשטייפע קוגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:06 pmצו וואס באציען זיי זיך? וואספארא עלילות?האקט א טאג האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 7:52 pm א שאד. איך האלט טועמיה איז צו אינג צו אנהייבן גלייך מיט אזעלכע זאכן קעגן די קנאים
Screenshot 2024-05-29 194439.jpg
- געמיטליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 155
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 10:56 pm
- Location: n.y
- x 171
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
עלילת דם תשפ"ד קעגן עסקנים יראי ד', מסתמא איז נישט אויסגעהאלטן דא אריינצוגיין דערין,שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:06 pmצו וואס באציען זיי זיך? וואספארא עלילות?האקט א טאג האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 7:52 pm א שאד. איך האלט טועמיה איז צו אינג צו אנהייבן גלייך מיט אזעלכע זאכן קעגן די קנאים
Screenshot 2024-05-29 194439.jpg
אויף שאלו שלום ירושלים אויף מערכת סאטמאר ווערט עס מער אויסגעשמועסט.
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
די אויסצוג איז גענוג פאר א 'טועמי' צו וויסן וואסערע געבעקס מ'קארמעט דארטגעמיטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:33 pmעלילת דם תשפ"ד קעגן עסקנים יראי ד', מסתמא איז נישט אויסגעהאלטן דא אריינצוגיין דערין,שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:06 pmצו וואס באציען זיי זיך? וואספארא עלילות?האקט א טאג האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 7:52 pm א שאד. איך האלט טועמיה איז צו אינג צו אנהייבן גלייך מיט אזעלכע זאכן קעגן די קנאים
Screenshot 2024-05-29 194439.jpg
אויף שאלו שלום ירושלים אויף מערכת סאטמאר ווערט עס מער אויסגעשמועסט.
בושות
- געמיטליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 155
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 10:56 pm
- Location: n.y
- x 171
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
צו זעהן אביסל פון די נאנט אויף וועלכע חבורה מען איז מעליל די בלוט בלבולים און מען באשולדיגט זיי אין צוהעלפן די רציחות,געמיטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:33 pmעלילת דם תשפ"ד קעגן עסקנים יראי ד', מסתמא איז נישט אויסגעהאלטן דא אריינצוגיין דערין,שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:06 pmצו וואס באציען זיי זיך? וואספארא עלילות?האקט א טאג האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 7:52 pm א שאד. איך האלט טועמיה איז צו אינג צו אנהייבן גלייך מיט אזעלכע זאכן קעגן די קנאים
Screenshot 2024-05-29 194439.jpg
אויף שאלו שלום ירושלים אויף מערכת סאטמאר ווערט עס מער אויסגעשמועסט.
די יראי ד' צובאלט און צוקלאפט פון די רוצחישע הענט, אויף די חבורה איז מען מעליל עלילות ברשע