ראגאטשאוו סטיל לשון הרע'לעך

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

ראגאטשאוו סטיל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

געווען איז אין פוילן א גאון וועם מ'האט גערופן "דער ראגאטשאווער", געקענט האט ער ש"ס מיט די ראשונים אויפן לשון, און געהאט כל התורה כולה מונח בקופסא, פארציילט מען אז ווען ער האט זיך מפלפל געווען מיט ר' יוסף ענגעל - א גאון בדומה לו - איז עס געווען גאר אינטערסאנט צו מיטהאלטן ווייל זיי פלעגן זיך טענה'ען בלויז מיט מראה מקומות, א טאג טעגליכן וויכוח איז צוגעגאנגען אזוי:

זיי זענען געשטאנען איינער אנטקעגן דעם צווייטן אן קיין גמרות און מיט א פלאמפייער געשריגן איינער אויפן צווייטן
כתובות למד בית!
זבחים נון וואו!!
ברכות גימל!!!
מועד קטן טית זין!!!!
חולין עין אלף!!!!!
אזוי איז עס געגאנגען אהין און צוריק ווען ביידע שרייען נאר מראה מקומות און פארשטייען זיך אויפן ווינק

ווען איך האב געהערט די מעשה אין די יונגע יארן האב איך געטראכט צו זיך אז ס'זיכער געווען זייער אינטערסאנט דאס צו מיטהאלטן, אבער פון די אנדערע זייט האט אבער קיינער פון די תלמידי חכמים דארט נישט געקענט פארשטיין וואס זיי רעדן, אלזא זענען זיי זיכער געבליבן מיט די צונג אינדרויסן...

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו מיטהאלטן אזא סארט שמועס - נישט בדברי תורה פארשטייט זיך

פארגעקומען איז עס צווישן צוויי- איך וואלט זיי נישט אנגערופן זקינים, אבער זיי לייגן זיך שוין אראפ אינמיטן טאג...זיי פילן שוין ווען ס'רעגנט... ווייסט וואס איך מיין, אזעלכע אידן ביים סוף פונעם מידל-עידזש, שוין קצת נערוועז, שרייען שוין אויף בחורים "ווען דו עסט קומען אין מיינע יארן..." פון יענע סארט.

געזעצן זענען זיי אין חדר שני, פונקט אינמיטן פונעם לאנגווייליגן טאג , אויף צוויי גלעזלעך טיי-אן צוקער, ווען איינער פון זיי רופט זיך אן מיט אזא אינטער-די-נאז שטימע
"האסט געהערט וועגן הערשל?
"נעעעבבבעעעך,(קרעכץ)וואס טוט זיך טאקע?
"מ'האט פרובירט רעדן, מאכן, (קרעכץ)נו שוין, וואס זאל דיר זאגן...
"ער איז אלץ געווען אביסל(מאכט א אומאפליינבארע מינע אויפן פנים), ניין?
"כ'ווייס... מקען זאגן...(דרייעט מיט די הענט ווי צו זאגן "איך האב שוין אסאך געזען אין לעבן")

און איך נייגעריגע דורכגייער קען נישט כאפן אויב דער הערשל האט זיך אפגעזעגנט, אדער געכאפט א הארץ אטאקע, אפשר גייט עפעס פאר אין די משפחה, אדער איז ער גאר אריבערגעגאנגען צום רבינ'ס ברודער'ס ביהמ"ד רח"ל...

אזוי פארט די שמועס געשמאק ווען מ'לייגט ארויף איין נאמען נאכן צווייטן אויפן אויפן טיש, צושניטען און באזאלצן לויטן געשמאק, ווען איך פלאג זיך צו אויפכאפן כאטש עפעס פרטים פון די תוכן וואס ווערט דא אזוי געשמאק צוקייעט, מיט שוואכע ערפאלג

די שמועס פארט ארויף מיט אפאר טענער, ווען די צוויי הייבן זיך אן טענה'ען איבער צוויי געוויסע קרייזן\ישיבות\קהילות\חבורות, אדער עפעס אנדערש וואס איך בין נישט מצליח צו דערשנאפן, און פרובירן זיך צו איבערווייזן איינער דעם צווייטן מיטן אנווייזן אויף די מיטגלידער און יוצאים פון די באטרעפנדע-סיי וואס ס'זאל נאר זיין

עס הייבט אן פליען נעמען און קאודס, וואס אונז פשוטע בירגער וועלן לכאורה קיינמאל נישט פארשטיין, עכ"פ אין די גילגול...ס'קוקט שוין אויס - להבדיל - ווי ביים ראגאטשאווער בשעתו
משה יענקל!
ברוך נתן!!
פינחס וואלף!!!
מיילעך שאול!!!!
אהרן לעיזער!!!!!
מענדל מאיר!!!!!!!

די צוויי האבן קענטיג הנאה פון יעדע מינוט, אינגאנצן פארגעסן וואו זיי זענען אויף די וועלט, וואלטן זיי אנגעהאלטן אזוי פאר נאך א חודש, אבער- אופס...

מענדל מאיר האט פונקט אריינגעוואקט און וויל וויסן וואס מ'רעדט פון אים...

אוטש...

יעצט אזוי, אויב וואלטן זיי געווען ישיבה קטנה בחורים וואלט זיך עס גענדיגט דא "וואס'א חילוק, מ'האט גערעדט 'פון' דיר און נישט 'צו' דיר!..."און ביידע וואלטן זיי געבלאשט, אוי אוי אוי...אבער אזוי ווי זיי זענען שוין נישט קיין חדר יונגלעך, איז זיך איינע מנדב עס צו ענדיגן בדרך כבוד, זאגט ער אזוי

"אה, כ'האב דיר נישט באמערקט ביז יעצט, קודם מזל טוב פארן חתונה מאכן א אייניקל לעצטע וואך, כ'האב זייער געוואלט קומען, אבער ווייסטעך אין די יארן...יענער קוקט אים אן מיט וואונדער, "די חתונה איז שוין געווען זעקס וואכן צוריק, און דו ביסט געהעריג דארט געווען..., "שוין וואס א חילוק, פרעגסט וואס מ'האט גערעדט? קודם כל, אונז האמיר נישט געזאגט דיין נאמען, צווייטנס, אונז האבן גערעדט פון דיין קאזין וואס הייסט אויך אזוי, און בכלל, איך האב אים נאר געזאגט אז דו האסט געהאט א אייניקל די וואך...
---
א רגע, וואס האב איך נאר געוואלט ארויסברענגען? אה, יא,
איך האב פשוט געוואלט אויסשרייען מיין ווייטאג וואס איך לייד מיך צאם דא אויף אידטיש, ווען יעדע שטיק צייט קומט ארויף א פרישע טעמע וואו ס'טוט זיך 'עקשאן', אהין און צוריק, די פראבלעם איז נאר אז דערוילעם דא האלט זיך זייער שטרענג צו די "#חפץ חיים" פארשריפטן, און קומט אריין נאר ברמיזה, אן קיין שום נעמען און פרטים,#ראגאטשאוו-סטייל, אזוי אז איך זעה אז אונטערן טיש איז דא הויעך @יום טוב , עפעס "פיצי ציפעס" גייט דא רעכטס און לינקס, אבער איך עם הארץ בלייב מיטן צונג אינדרויסן...נאך פאר וואס ווען וואו קומט שוין @ווירקליך אן אויפן סצענע, און טיילט שנעלקעס אויף די ווייכע טייל פונעם אויער, אין ריכטונג פון די קריגערישע צדדים, ווען איך בלאסע נער הייב נישט אן צו וויסן וואס דא איז בכלל פארגעקומען

די פעין דעמאלטס איז אומבאשרייבליך, איך בין שוין געווען ביים טעראפיסט דערוועגן און ער זאגט אז די טראומא האט שוין א ABC, איך האלט אינמיטן פארפאסן א ניגון דערויף, און די עסקנים ארבעטן אויף א שאבאטאן פאר אלע באטראפענע...

*מכאן הקריאה תצא* פאר די אלע וואס קומען אריין מיט די זאפטיגע לשון הרע'ס און פארדעקן עס מיט א איידל-אויסזענדע קורצגעשריבענע פאוסט, זאלן זיי זיין אזוי גוט און מיר שיקן אין אישי א פונקטליכע הסבר צו פארשטיין געבן וואס ס'גייט פאר, און מיר אפראטעווען פון פארגיסן טרערן אויפן קיבארד טאג איין טאג אויס...



אדער...קען מען אויפהערן רעדן לשון הרע ברמיזה...כ'מיין אז די הנהלה וועט מער עפרישיעטן דעם אפשען...
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 164

Re: ראגאטשאוו-סטייל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך בן חיים »

ס'האט עפעס שייכות מיט דיין אינטערשריפט?...
_______

ביי אונז פלעגט מען זאגן
ווער ס'רעדט ווייסט נישט און ווער ס'ווייסט רעדט נישט
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3354
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4870

Re: ראגאטשאוו-סטייל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך וואוילער »

אוי איז דעס א צרת רבים!

כ'פיל מיך אסאך מאל ווי דער נער אויפן מארק.

ב״ה פאר דעם.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
חזקי זופניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 10:03 pm
x 68

Re: ראגאטשאוו-סטייל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך חזקי זופניק »

@שאינו יודע לשאול די האסט א געשמאקען פעדער!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: ראגאטשאוו-סטייל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 10:07 pm אוי איז דעס א צרת רבים!

כ'פיל מיך אסאך מאל ווי דער נער אויפן מארק.

ב״ה פאר דעם.
האבעך שוין קאמפאני ביים שאבאטאן... סטעי טאנד
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: ראגאטשאוו-סטייל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך פופציגער »

זיס זיס... צוקער זיס...

א פיינעם פעדער האסטו!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1263
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4267

Re: ראגאטשאוו-סטייל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מיינע ארומיגע האבן טענות אז איך רעד אזוי
כ'קען זיי זאגן אז זיי האבן א שותף צו זייער צער...@שאינו יודע לשאול ...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1263
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4267

Re: ראגאטשאוו-סטייל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אלענפאלס, האסט עס אראפגעלייגט מיט אלע קליפערליך... צוקער זיס...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: ראגאטשאוו סטיל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

איז מיר איצטערט איינגעפאלן דאס ארויפצובאמפן, פרעג מיר נישט פארוואס.

קענסט פרעגן, אבער איך וועל דיר נאר ענטפערן ווען איך וועל וויסן.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: ראגאטשאוו סטיל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אה, כאמעך שוין דערמאנט, @אויסגעשארפטע בליי האט ארויפגעברענגט זיין ארטיקל וואס איז אים האלבוועס פארלוירן געגאנגען, האבעך מיר דערמאנט אין מיין געשיכטע... דעי ארטיקל איז אויך פארמעקט געווארן, און איבערגעשריבן געווארן ווי א ראבאט... @יוחנן כהן, אויב דו בארואיגסט זיך מיטן צרת רבים האסטו שוין מזומן...
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1336

Re: ראגאטשאוו סטיל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 11:27 am אה, כאמעך שוין דערמאנט, @אויסגעשארפטע בליי האט ארויפגעברענגט זיין ארטיקל וואס איז אים האלבוועס פארלוירן געגאנגען, האבעך מיר דערמאנט אין מיין געשיכטע... דעי ארטיקל איז אויך פארמעקט געווארן, און איבערגעשריבן געווארן ווי א ראבאט... @יוחנן כהן, אויב דו בארואיגסט זיך מיטן צרת רבים האסטו שוין מזומן...
😂🤣
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 720

Re: ראגאטשאוו סטיל לשון הרע'לעך

פאוסט דורך יוחנן כהן »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:47 pm
די פעין דעמאלטס איז אומבאשרייבליך, איך בין שוין געווען ביים טעראפיסט דערוועגן און ער זאגט אז די טראומא האט שוין א ABC, איך האלט אינמיטן פארפאסן א ניגון דערויף, און די עסקנים ארבעטן אויף א שאבאטאן פאר אלע באטראפענע...
:lol:

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 11:27 am אה, כאמעך שוין דערמאנט, @אויסגעשארפטע בליי האט ארויפגעברענגט זיין ארטיקל וואס איז אים האלבוועס פארלוירן געגאנגען, האבעך מיר דערמאנט אין מיין געשיכטע... דעי ארטיקל איז אויך פארמעקט געווארן, און איבערגעשריבן געווארן ווי א ראבאט... @יוחנן כהן, אויב דו בארואיגסט זיך מיטן צרת רבים האסטו שוין מזומן...
שכח. באמת...
לאקאלע שמשים! הערטס אויף צו וויינען!!!
א צדיק א גיבור פינקט ווי יוסף!
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
שרייב פאוסט